‫פֿון רעדאַקציע

דעם 17טן יאַנואַר גייט אוקראַיִנע אויסוויילן איר נײַעם פּרעזידענט. און ס'איז דאָ פֿון וועמען — 18 קאַנדידאַטן, צווישן וועלכע ס׳איז אויך דער איצטיקער פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ. ווי עס שאַצן אָפּ די סאָציאָלאָגן, וועט זיך מיט איין רונדע נישט באַגיין, אָבער מער שאַנסן צו קומען צו דער צווייטער רונדע זײַנען בײַם לידער פֿון דער אָפּאָזיציע וויקטאָר יאַנוקאָוויטש און דעם איצטיקן פּרעמיער־מיניסטער (מיניסטאָרין) יוליאַ טימאָשענקאָ.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אויסגיי־ווייען פֿון דער ישׂראלדיקער אַרבעטס־פּאַרטיי "עבֿודה" — און אייגנטלעך, פֿון דער אַרבעטער־באַוועגונג אין ישׂראל בכלל — מאַכן איצט אַדורך זייער ערבֿ־לעצטע פֿאַזע. ווי די סיבה פֿון זײַן אַוועקגיין פֿון דער כּנסת וואָלט געווען פֿאַר אים איר לאַנגווײַליקייט, האָט דער כּנסת־דעפּוטאַט אופֿיר פּינס (פּינעס) דערקלערט, אַז ער האָט דאָרט שוין מער נישט וואָס צו טאָן — ער האָט נישט קיין פּאַרטיי און ער האָט נישט קיין מנהיג; נישטאָ פֿאַר אים מער די פּאַרטיי, אין וועלכער ער איז אויפֿגעוואַקסן, נישטאָ דער מנהיג,

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די חגאות, פֿאַרבונדן מיט דער קאַטוילישער ווײַנאַכט, מיטן נײַיאָר און דעם פּראַוואָסלאַוונעם ניטל זײַנען שוין פֿאַרבײַ, און אייראָפּע קערט זיך צובילסלעך אום צו איר טאָג־טעגלעכקייט. עס האָבן זיך אויך אומגעקערט פֿון די ווינטער־וואַקאַציעס די רעגירונגען, און צוזאַמען מיט זיי די נישט־געלייזטע פֿראַגעס פֿונעם אַלטן יאָר און אַ פּעקל פּראָבלעמען, וואָס עס שטייט זיי פֿאָר ערשט צו באַהאַנדלען.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָנערשטיק, דעם 29סטן דעצעמבער 2009, אין דער פֿרי, זענען הונדערטער יוגנטלעכע פֿון אַמעריקע און קאַנאַדע, אָנגעקומען אויפֿן לופֿטפֿעלד אין לוד אויף אַ 10־טאָגיקן באַזוך אין ישׂראל, אין די ראַמען פֿון דעם פּראָיעקט "תּגלית" (אַנטדעקונג, discovery).

מען האָט זיי מקבל־פּנים געווען מיט גרויס פֿײַערלעכקייט און פּאַראַד. עס האָבן זיי באַגעגנט דער מיניסטער פֿון די תּפֿוצות יולי עדלשטיין,

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
יהודה עלזעט

ווען מע גיט אַ קוק אויף די וויכטיקסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ווערטלעך און אידיאָמען, אָנהייבנדיק פֿון אַ. טענדלאַוס ווערק (1860), ביז א. בערנשטיינס (1908) און ישׂראל פֿורמאַנס ביכער (1968), וואַרפֿן זיך אין די אויגן די פֿיר בענד פֿון יהודה עזלזעט, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן אין וואַרשע אין די יאָרן 1918 — 1920, מיטן טיטל, "דער וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך: פֿאָלקסטימלעכע רעדנסאָרטן, גלײַכווערטלעך און אַנעקדאָטן". "דער וווּנדער־אוצר" טיילט זיך אויס פֿון די אַנדערע זאַמלונגען, צוליב פֿאַרשיידענע טעמים. קודם־כּל, האָט דער מחבר געפֿונען מער ווי אַ העלפֿט פֿון זײַן מאַטעריאַל אין די ווערק פֿון אונדזערע קלאַסיקער — מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און י. ל. פּרץ, ווי אויך אַנדערע משׂכּילישע שרײַבער ווי א. מ. דיק, יואל לינעצקי און יעקבֿ דינעזאָן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, האָט דער אייבערשטער זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה רבינו אין אַ ברענענדיקן קוסט מיט אַ גוטער בשׂורה, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿונעם ביטערן מצרישן גלות.

דער באַשעפֿער האָט געזאָגט משהן, אַז ער הייסט "א־ה־י־ה אשר א־ה־י־ה" — "איך בין וואָס איך בין". אַזאַ נאָמען ווײַזט אָן, אַז ער איז העכער פֿון אַלע באַגריפֿן, און קאָן נישט באַשריבן ווערן בלויז מיט אַזאַ ציקלישער דעפֿיניציע.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט, קולטור
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סאַלאָן פֿון רחל וואַרנהאַגען

אַ מאָדנער מענטש איז ער עפּעס געווען, דער מלך פֿרידריך דער צווייטער פֿון פּרײַסן (1712—1786). שיינגײַסט, איז ער פֿון די ייִנגסטע יאָרן געווען פֿאַרקאָכט אין מוזיק, געשפּילט אויף עטלעכע אינסטרומענטן, געשאַפֿן אייגענע מוזיק, און דערצו געדיכט לידער אויף פֿראַנצויזיש. מילא — פֿרידריך גיִאַם, זײַן טאַטע — ער האָט זיך אויפֿגעגעסן... אַ וויסט אָנשיקעניש מיט מוזיק איז עפּעס זײַן קרוינפּרינץ באַפֿאַלן! ווי אַזוי וועט ער אַמאָל אָנפֿירן מיט דער מדינה — ווי אַזוי?! אָבער נישקשה.

ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Henrietta Mondry.
 Exemplary Bodies:
 Constructing the Jew
 in Russian Culture since 1880s.
 Boston: Academic Studies Press,
<p>
די מאָדערנע ליטעראַרישע טעאָריע האָט אַ ספּעציעלע נטיה צו באַטראַכטן ביז גאָר פֿאַרשידענע אָביעקטן ניט סתּם ווי זאַכן פֿאַר זיך, וואָס עקזיסטירן אומאָפּהענגיק פֿון אונדזער באַציִונג צו זיי, נאָר ווי פּראָדוקטן פֿון מענטשלעכן כּוח־הדמיון, וואָס שאַפֿט זײַנע געשטאַלטן לויט אייגענע השׂגות. אַזוי אַרום באַקומט דער פֿיזישער צוזאַמענשטעל פֿון אַ מענטשן אַ נײַע דימענסיע. דער קערפּער הערט אויף צו זײַן אַ ביאָלאָגישער יש, נאָר באַקומט אויך אַ קולטורעלע קאָנסטרוקציע, וואָס ווערט אויסגעשטאַלטיקט דורך דער געזעלשאַפֿט לויט די הערשנדיקע השׂגות.

אַנאָנסן, טעאַטער
פֿאָטאָס פֿון דזשאָן ראָט

אינעם 6־בענדיקן ייִדישן טעאַטער־לעקסיקאָן וועט מען נישט געפֿינען קיין געבוירן־דאַטע פֿאַר דער אַקטריסע מינאַ בערן, וואָס האָט בסוד געהאַלטן די פּינקטלעכע אינפֿאָרמאַציע; אָבער סײַ־ווי וואָלט אַזאַ ידיעה געשפּילט אַ קליינע ראָלע בײַם באַטראַכטן דאָס לעבן און די קאַריערע פֿון מינאַ בערן, וועלכע האָט אויסגעזען ייִנגער און זיך אויפֿגעפֿירט מיטן כּוח פֿון אַ פֿרוי צען יאָר ייִנגער. ווען זי איז געשטאָרבן, די וואָך, דעם 10טן יאַנואַר,

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס׳איז אַ ריזיקע אינדוסטריע, די "שואה־ביזנעס." זי האָט זיך צעפֿלאַקערט מיט דער מינוט ווי ס׳האָט זיך באַוויזן די מדינה, שוין אָפּגערעדט פֿון די צענדליקער און הונדערטער "האָלאָקאָס־מוזייען" וואָס מען האָט זיך גענומען אויפֿשטעלן איבער אַמעריקע און איבער דער וועלט. דער עיקר גריזשעט מיך דער ביין אין האַלדז פֿון דער אַרויסגעוואָרפֿענער טירחה אין וואַרשע, מיט זייער ייִדישן מוזיי פֿאַר אַ טויטפֿאָלק; און מיט טויט מיין איך, אַז פֿאַר אונדז איז פּוילן איין בית־הקבֿרות, וווּ עס זשיפּעט נאָך אַ פּיטשימאָנטשקעלע ייִדישע קהילה.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

ווען איך טרעף זיך מיט אַ מיידל בײַם ערשטן ראַנדעוווּ, ווייס איך קיין מאָל נישט וואָס צו זאָגן. געוויינטלעך בין איך אַ גאַנץ געזעלשאַפֿטלעכער מענטש. מיט מײַנע שוועסטער־קינדער און פֿרײַנד, וואָס איך קען שוין אַ לאַנגע צײַט, האָב איך אַ סך צו דערציילן. איך ווייס ווי צו רעדן מיט לײַט וואָס איך קען שוין, אָבער ווייס נישט ווי אָנצוהייבן אַ שמועס מיט אַן אומבאַקאַנטן. איך באַטייליק זיך אין "דזשיי־דייט", אַן אינטערנעץ־וועבזײַטל זיך צו באַקענען מיט יונגע מענטשן.