ליטעראַטור, געשיכטע
Henrietta Mondry.
 Exemplary Bodies:
 Constructing the Jew
 in Russian Culture since 1880s.
 Boston: Academic Studies Press,
<p>
Henrietta Mondry.
 Exemplary Bodies:
 Constructing the Jew
 in Russian Culture since 1880s.
 Boston: Academic Studies Press,

די מאָדערנע ליטעראַרישע טעאָריע האָט אַ ספּעציעלע נטיה צו באַטראַכטן ביז גאָר פֿאַרשידענע אָביעקטן ניט סתּם ווי זאַכן פֿאַר זיך, וואָס עקזיסטירן אומאָפּהענגיק פֿון אונדזער באַציִונג צו זיי, נאָר ווי פּראָדוקטן פֿון מענטשלעכן כּוח־הדמיון, וואָס שאַפֿט זײַנע געשטאַלטן לויט אייגענע השׂגות. אַזוי אַרום באַקומט דער פֿיזישער צוזאַמענשטעל פֿון אַ מענטשן אַ נײַע דימענסיע. דער קערפּער הערט אויף צו זײַן אַ ביאָלאָגישער יש, נאָר באַקומט אויך אַ קולטורעלע קאָנסטרוקציע, וואָס ווערט אויסגעשטאַלטיקט דורך דער געזעלשאַפֿט לויט די הערשנדיקע השׂגות.

דער "ייִדישער גוף" איז שוין מיט יאָרן צוריק געוואָרן אַ באַליבטער אָביעקט פֿון דער נײַער אַקאַדעמישער דיסציפּלין פֿון קולטורעלע לימודים, אָבער עד־היום האָט מען זיך, דער עיקר, אָפּגעגעבן מיט די יעקעס, דאָס הייסט, מיט די גופֿים פֿון דײַטשישע ייִדן. איצט איז געקומען די צײַט פֿון די רוסישע ייִדן. פּראָפֿעסאָר הענריעטאַ מאָנדרי פֿון נײַ־זילאַנד, וואָס איז באַקאַנט מיט אירע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישע טעמעס אין דער רוסישער ליטעראַטור, האָט אָנגעשריבן אַן אַרומנעמיקן איבערזיכט פֿון דעם, ווי אַזוי די רוסישע ליטעראַטור האָט אויסגעשטאַלטיקט דעם ייִדישן בשׂר־ודם.

די מעשׂה הייבט זיך אָן פֿון דעם באַרימטן רוסישן דיכטער אַפֿאַנאַסי פֿעט, וואָס זײַן ייִחוס איז אַרומגעוויקלט מיט טיפֿע סודות. אַ סך פֿון זײַנע באַקאַנטע און מיטצײַטלער, צווישן זיי לעוו טאָלסטוי און איוואַן טורגעניעוו, האָבן געהאַלטן, אַז פֿעטס ביאָלאָגישער פֿאָטער — און אפֿשר זײַן מוטער אויך — זײַנען געווען פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. הגם קיין קלאָרע באַווײַזן דערפֿון זײַנען ניט פֿאַראַן, בלײַבט דער דאָזיקער גלויבן קוראַנט עד־היום, אויף אַזוי ווײַט אַפֿילו, אַז פֿעטס לידער זײַנען אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער נײַער אַנטאָלאָגיע פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור, באַגלײַך מיט אַזעלכע מחברים, ווי אָסיפּ ראַבינאָוויטש און לעוו לעוואַנדאַ. וואָס איז דער יסוד צו אַזאַ שטאַרקן גלויבן? פֿעט האָט געהאַט אַן אויסגעשפּראָכן־ייִדיש פּנים.

עס איז אַוודאי גוט באַקאַנט, אַז אין רוסלאַנד האָבן סײַ די ייִדן און סײַ די ניט־ייִדן אַ גאַנץ באַשטימטן באַגריף פֿונעם "ייִדישן פּנים". אין תּוך גענומען, דערקלערט מאָנדרי, איז דאָס ניט אַנדערש, ווי אַן אַלגעמיינער "מיטללענדישער טיפּ", וואָס איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט אין איטאַלע און שפּאַניע, אָבער טרעפֿט זיך זעלטן אין די צפֿונדיקע קאַנטן.

דאָס בוך באַהאַנדלט אַ ריי אינטערעסאַנטע בײַשפּילן פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע מקורים, פֿון אַנטאָן טשעכאָווס דערציילונגען ביז די אַנטיסעמיטישע שונד־ראָמאַנען פֿונעם הײַנטיקן שוואַרץ־מאהקן מחבר אַלעקסאַנדר פּראָכאַנאָוו. עס איז מערקווירדיק צו זען, אַז אָט די פֿאַרשידענע מחברים האָבן גאַנץ ענלעכע (און גאָר ווילדע) השׂגות וועגן קערפּערלעכע סימנים פֿון ייִדן, וואָס האָבן זייערע וואָרצלען אין מיטל־אַלטערלעכע זאַבאָבאָנעס. מאָנדרי קומט צו אַן אויספֿיר, אַז עס איז דאָ אַ "המשכדיקייט אין דער קאָנסטרוקציע פֿונעם סאַדיסטישן און בלוט־גיריקן ייִדן — דער שׂונא פֿון דעם רוסישן פֿאָלק און דער רוסישער קולטור". דער דאָזיקער פֿאָדעם ציט זיך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט ביז הײַנט.

אָבער ענלעכע השׂגות טרעפֿט מען צומאָל ניט נאָר בײַ די אַנטיסעמיטישע און נאַציאָנאַליסטישע מחברים, נאָר אויך בײַ רוסיש־ייִדישע שרײַבער. מאָנדרי מאַכט אַ טרעפֿלעכן קריטישן אַנאַליז פֿון די ווערק פֿון צוויי סאַמע באַקאַנטע רוסישע שרײַבער אין ישׂראל — דינה רובינאַ און אַלכּסנדר גאָלדשטיין — און זי דערווײַזט, אַז זייער אימאַזש פֿון דעם עקזאָטישן "ייִדישן גוף" איז באַווירקט געוואָרן דורך ענלעכע פֿאַנטאַזיעס.

מאָנדרי באַהערשט דעם ביז גאָר פֿאַרשידנאַרטיקן רוסישן ליטעראַרישן מאַטעריאַל פֿון פֿאַרשידענע תּקופֿות און זשאַנערס, און זי איז גוט באַהאַוונט אין דער מאָדערנער קריטישער טעאָריע. און דאָך, ווען מען לייענט איר זייער אינטערעסאַנט און וויכטיק בוך, קאָן מען זיך ניט באַפֿרײַען פֿון דער פֿראַגע׃ פֿאַר וואָס האָט זי אין גאַנצן פֿאַרזען די ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטורן, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין רוסלאַנד אין איין צײַט מיט דער רוסישער?

די טעמע פֿונעם ייִדישן גוף איז זייער בולט אין די ווערק פֿון מענדעלען און שלום־עליכמען, ווי אויך בײַ בערגעלסאָנען און ביאַליקן, וואָס זײַנען צוטריטלעך אין איבערזעצונגען. די דאָזיקע שרײַבער האָבן געפֿירט אַ געשפּאַנטן דיאַלאָג מיט דער רוסישער ליטעראַטור, און מען קאָן ניט פֿאַרשטיין די רוסיש־ייִדישע שרײַבער, אַזעלכע ווי ערענבורג, מחוץ דעם דאָזיקן קאָנטעקסט. מענדעלעס העלדן, אַזעלכע ווי פֿישקע און בנימין, פֿאַרקערפּערן אין זיך זייער אַ סך סטערעאָטיפּישע פֿיזישע שטריכן פֿון דער ייִדישער געשטאַלט; און מענדעלעס אייגענע קאָמענטאַרן זײַנען אָפֿטמאָל טיפֿער און טרעפֿלעכער, איידער אַ סך פֿון די הײַנטיקע טעאָרעטישע חקירות. דווקא מענדעלע, און דערנאָך שלום־עליכם, האָבן אויפֿגעכאַפּט די קאָמפּליצירטע פּראָבלעמאַטיק פֿונעם "ייִדישן גוף" נאָך איידער זי איז געוואָרן חשובֿ בײַ די רוסן.

די מאָדערנע ליטעראַטור־פֿאָרשונג האָט אויסגעאַרבעט זייער אַ שאַרפֿזיניקן טעאָרעטישן אַפּאַראַט, כּדי צו באַהאַנדלען די סימנים פֿון דיסקרימינאַציע און דעם אופֿן פֿון זייער פֿאַרשווײַגן אין ליטעראַרישע טעקסטן, בפֿרט אין שײַכות צו מינאָריטעטן. און עס איז מערקווירדיק, אַז פּונקט די פֿאָרשער, וואָס האָבן אַזאַ שאַרף אויג צו אַזעלכע ניואַנסן, האָבן אַזאַ מין באַגרענעצטע וויזיע, בפֿרט ווען עס קומט צו ייִדיש.