פּובליציסטיק

דאָנערשטיק, דעם 29סטן דעצעמבער 2009, אין דער פֿרי, זענען הונדערטער יוגנטלעכע פֿון אַמעריקע און קאַנאַדע, אָנגעקומען אויפֿן לופֿטפֿעלד אין לוד אויף אַ 10־טאָגיקן באַזוך אין ישׂראל, אין די ראַמען פֿון דעם פּראָיעקט "תּגלית" (אַנטדעקונג, discovery).

מען האָט זיי מקבל־פּנים געווען מיט גרויס פֿײַערלעכקייט און פּאַראַד. עס האָבן זיי באַגעגנט דער מיניסטער פֿון די תּפֿוצות יולי עדלשטיין, ד״ר מרים און שעלדאָן אַדעלסאָן, טשאַרלס בראָנפֿמאַן, מײַקל שטיינהאַרט, יוסי ביילין, חשובֿע פּערזענלעכקייטן פֿון דער רעגירונג און הונדערטער בירגער פֿון לאַנד.

דער גרויסער עולם האָט זיי אויפֿגענומען מיט ישׂראל־פֿענער, טענץ און געזאַנג. די שטימונג איז געווען אַ יום־טובֿדיקע.

די פּאַסאַזשירן, וועלכע זענען אויסגעשטיגן פֿון דעם "אל־על"־עראָפּלאַן, זענען געווען דערשטוינט און געפּלעפֿט פֿון דער וואַרעמער, רוישיקער באַגעגעניש. עס האָט לאַנג ניט געדויערט און זיי זענען אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין אַ קרײַז פֿון טענץ און געזאַנג.

יולי עדלשטיין, מיניסטער פֿאַר די תּפֿוצות, האָט זיי האַרציק באַגריסט, אויסדריקנדיק זײַן האָפֿענונג און וווּנטש, אַז די אָנקומענדיקע, יונגע געסט וועלן בעת דעם באַזוך זיך נאָענטער באַקענען מיטן לאַנד, מיט זײַן באַפֿעלקערונג, מיט זײַן געשיכטע און מיט זײַן טאָג־טעגלעך לעבן.

"תּגלית" איז אַ בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט פֿון דער ישׂראל־רעגירונג און אַ צאָל מיליאָנערן־מנדבֿים, וואָס ברענגט אַריבער קיין ישׂראל יוגנטלעכע צווישן עלטער פֿון 16 ביז 26 יאָר פֿון דער גאָרער וועלט, אויף אַ 10־טאָגיקן באַזוך. דער פּראָיעקט דעקט אַלע פֿינאַנציעלע הוצאָות וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער רײַזע.

אין לויף פֿון דעם אינטענסיוון באַזוך, באַקענען זיך, צום ערשטן מאָל, די יונגע בחורים און מיידלעך מיטן לאַנד, מיט זײַן געשיכטע, מיט די היסטאָרישע, נאָציאָנאַלע און רעליגיעזע פּלעצער. זיי קומען אויך אין קאָנטאַקט מיט פֿאַרשיידענע גרופּעס פֿון זייער עלטער, זיי ווערן אינספּירירט פֿון דעם גײַסט און פֿון די מעגלעכקייטן צו ווערן אַבסאָרבירט אין דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג.

במשך די לעצטע צען יאָר, זינט דער גרינדונג פֿון "תּגלית" האָבן באַזוכט ישׂראל קרובֿ 250,000 יוגנטלעכע. 17,000 פֿון זיי זענען צוריקגעקומען ווי נײַע עולים, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין אַלע עקן פֿונעם לאַנד.

דאָנערשטיק, דעם 7טן יאַנואַר האָבן טאַקע "אַלטע" עולים, צוזאַמען מיט די נײַ־אָנגעקומענע פֿון דער פֿריִערדיקער וואָך פֿון אַמעריקע און קאַנאַדע, אָנגעפֿילט דעם גרעסטן קאָנגרעס־זאַל פֿון "בניני־האומה" אין ירושלים, כּדי אָפּצומערקן און פֿײַערן 10 יאָר פֿון דער עקזיסטענץ פֿון "תּגלית".

מיט גרויס התלהבֿות האָבן זיי אויפֿגענומען דעם נשׂיא פֿון מדינת־ישׂראל שמעון פּערעס, וועלכער האָט מיט שטאָלץ און סאַטיספֿאַקציע דערקלערט אין זײַן באַגריסונג, אַז "'תּגלית’ איז איינע פֿון שײַנענדיקסטע און דערפֿאָלגרײַכסטע געדאַנקען אין דער ייִדישער געשיכטע". ער האָט דערבײַ אויסגעדריקט זײַן דאַנק און אָנערקענונג צו די נאָבעלע, איבערגעגעבענע מיטשותּפֿים פֿון דעם פּראָיעקט, וואָס ברענגט קיין ישׂראל אַן אָנגייענדיקן שטראָם פֿון טויזנטער יונגע עולים פֿון אַרבע־פּינות־העולם אין די לעצטע צען יאָר.

שמעון פּערעס האָט זיך געוואָנדן צו די פֿאַרזאַמלטע מיט די דאָזיקע ווערטער:

"אַתּם דור העתיד של העם היהודי, — אַנחנו נהיה ביחד לנצח! — איר זײַט דער דור פֿון דער צוקונפֿט פֿון אונדזער פֿאָלק. מיר וועלן צוזאַמען פֿאַרבלײַבן אויף אייביק!", האָט ער אויסגערופֿן מיט גרויס ענטוזיאַזם.

די "טאַטעס" פֿון דעם "תּגלית"־פּראָיעקט, די אַמעריקאַנער מיליאָנערן ד״ר מרים און שעלדאָן אַדעלסאָן (ד״ר מרים אַדעלסאָן שטאַמט פֿון ישׂראל), טשאַרלס בראָנפֿמאַן און מײַקל שטיינהאַרט זענען אויך געקומען צו דער פֿײַערונג אין "בניני־האומה". זיי האָבן אָנגעקוקט דעם גרויסן, שטראַלנדיקן, זינגענדיקן און טאַנצנדיקן עולם אין זאַל און געקליבן אַ סך נחת פֿון זייער "קינד", פֿון די רעזולטאַטן פֿון דעם דערפֿאָלגרײַכן פּראָיעקט "תּגלית".

דבֿורה וואַקס, וועלכע איז אָנגעקומען קיין ישׂראל מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דערקלערט, אַז "אָן 'תּגלית’ וואָלט איך זיך ניט געקענט דערלויבן צו מאַכן אַ באַזוך אין ישׂראל. נאָכן צוריקקומען אַהיים האָב איך אָנגענומען דעם באַשלוס עולה צו זײַן. איך בין גליקלעך צו זײַן אַ בירגערין פֿון ישׂראל", האָט זי געזאָגט.

אַ צווייטע פֿרוי מיט אַ קליין קינד אויף די הענט, האָט דערציילט, אַז זי איז עולה געווען ערשט מיט 7 חדשים צוריק אַ דאַנק "תּגלית". זי האָט שוין באַוויזן זיך צו אַקלימאַטיזירן אינעם לאַנד. "...איך פֿיל זיך שוין דאָ ווי אַ פֿולע 'ישׂראלית’. דאָ וויל איך זײַן מיט מײַן מאַן און מײַנע קינדער", האָט זי געזאָגט.

שעלדאָן אַדעלסאָן און זײַן פֿרוי מרים האָבן ביז איצט שוין בײַגעשטײַערט פֿאַר "תּגלית" 100 מיליאָן דאָלאַר.

"...דאָס איז איינע פֿון מײַנע וויכטיקסטע פּראָיעקטן אין ישׂראל. איך בין שטאַרק גערירט צו זען אַזוי פֿיל נײַע, יונגע עולים וואָס קומען אַהער מיט דער הילף פֿון 'תּגלית’. עס איז הײַנט אַ יום־טובֿ פֿאַר מדינת־ישׂראל און פֿאַר די ייִדן אין די תּפֿוצות", האָט ער דערקלערט פֿאַר דעם צײַטונגס־רעפּאָרטער. זײַן פֿרוי האָט מסכּים געווען, שטייענדיק בײַ זײַן זײַט אַ צעשטראַלטע.

"...די קומענדיקע צען יאָר וועלן זיכער פֿאָדערן מער אָנשטרענגונג און מער שטיצע, כּדי 'תּגלית’ זאָל ממשיך זײַן און פֿאַרשטאַרקן אירע טעטיקייטן. מיר און אונדזערע מיטשותּפֿים אין דעם פּראָיעקט, וועלן ווײַטער העלפֿן צו פֿאַרווירקלעכן די דאָזיקע פּלענער אין דער צוקונפֿט", האָט ער מיט גרויס סאַטיספֿאַקציע און נחת־רוח פֿאַרזיכערט.

כּל הכּבֿוד אײַך,

שעלדאָן און ד״ר מרים אַדעלסאָן,

און אַלע אַנדערע נאָבעלע שטיצער פֿון "תּגלית".