שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

ווען איך טרעף זיך מיט אַ מיידל בײַם ערשטן ראַנדעוווּ, ווייס איך קיין מאָל נישט וואָס צו זאָגן. געוויינטלעך בין איך אַ גאַנץ געזעלשאַפֿטלעכער מענטש. מיט מײַנע שוועסטער־קינדער און פֿרײַנד, וואָס איך קען שוין אַ לאַנגע צײַט, האָב איך אַ סך צו דערציילן. איך ווייס ווי צו רעדן מיט לײַט וואָס איך קען שוין, אָבער ווייס נישט ווי אָנצוהייבן אַ שמועס מיט אַן אומבאַקאַנטן. איך באַטייליק זיך אין "דזשיי־דייט", אַן אינטערנעץ־וועבזײַטל זיך צו באַקענען מיט יונגע מענטשן. האָב איך דעריבער נישט קיין פּראָבלעם בײַם אַראַנזשירן אַ באַגעגעניש. אָבער ווען מע טרעפֿט זיך אין אַ רעסטאָראַן צום ערשטן מאָל פֿאַרליר איך דאָס לשון. איך ווער פֿאַרנודיעט פֿון זיך אַליין — ווערן די פֿרויען אויף מײַנע ראַנדעוווּען, אויך אַוודאי פֿאַרנודיעט פֿון מיר. איך האָב אַפֿילו געמאַכט אַ פּרוּוו צו פֿאַרגעדענקען וויצן צו דערציילן, אָבער איך האָב נישט קיין ספּעציעלע פֿעיִקייט צו הומאָר. איך הייב אָן צו רעדן וועגן טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, אָבער די טעמע געדויערט נישט צו לאַנג.

זײַט אַזוי גוט און העלפט מיר מיט מײַנע ראַנדעוווּען. איך בין זיכער, אַז איך קען זײַן אַ גוטער שידוך פֿאַר עמעצן, ווען איך קען נאָר בײַקומען דאָס ערשטע באַגעגעניש.

גאָרנישט צו זאָגן


טײַערע גאָרנישט צו זאָגן,

מע דאַרף באַטראַכטן דאָס ערשטע באַגעגעניש ווי אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט עמעצן אַנדערש. וואָס איז דער בעסטער אופֿן זיך צו באַקענען מיט אַן אַנדער מענטש? פֿרעגט זי וועגן איר אַליין. איר פֿאַרברענגט דאָך מיט אַ מענטש וואָס האָט אַ גאַנצע לעבנס־געשיכטע צו דערציילן. פֿון וואַנען שטאַמט זי? וואָס איז איר אַרבעט? וווּ האָט זי שטודירט? ווי האָט זי ליב צו פֿאַרברענגען די צײַט? זי וועט ענטפֿערן אויף יעדער פֿון די פֿראַגעס, און ווי אַ גוטער צוהערער, דאַרף מען זיך גוט צוהערן צו אירע ענטפֿערס. אפֿשר האָט זי ליב צו פֿאַרברענגען אין עפּעס וואָס איר האָט אויך ליב? גאַנצע שמועסן קענען זיך אָנהייבן אַזוי. אפֿשר וועט זי דערמאָנען ברידער און שוועסטער. וואָס טוען זיי? וווּ וווינען זיי? יעדע פֿראַגע וועט בײַ איר אַרויסרופֿן אַ פֿראַגע וועגן אײַך. ווען איר רעדט וועגן זיך, זײַט נישט קאַרג מיט ווערטער. דערציילט איר וועגן זיך און שטעלט זיך פֿאָר ווי אַ מענטש וואָס איז גוט און אינטערעסאַנט. זאָל זײַן מיט מזל!


טײַערע חזנטע,

מיט זעקס חדשים צוריק האָב איך געהאַט אַ קינד. אַ סך פֿרײַנד און משפּחה האָבן מיר געשאָנקען מתּנות ווען דאָס קינד איז געבוירן געוואָרן. יענע וואָך האָבן מיר אָפֿיציעל געגעבן דאָס קינד אַ נאָמען און מע האָט נאָך אַמאָל אונדז געשאָנקען מתּנות. דאָס איז געווען זייער ברייטהאַרציק, אָבער די גאַנצע צײַט גיב איך איצט אָפּ צו שרײַבן דאַנקבריוו! דאַרף איך שרײַבן צו יעדן איינעם באַזונדער, אָדער קען איך פּשוט שיקן איין בליצפּאָסט צו דער גאַנצער גרופּע און זיי דאַנקען אויף אַזאַ אופֿן?

צו פֿיל מתּנות


טײַערע צו פֿיל מתּנות,

יאָ, איר דאַרפֿט שרײַבן און שיקן דאַנקבריוו צו יעדן איינעם באַזונדער. זיי האָבן אַרײַנגעלייגט צײַט און געלט צו קויפֿן אַ צווייטע מתּנה פֿאַרן קינד, קומט זיי כאָטש אַזאַ צווייט בריוול. ס'איז דאָך אַ קליינער חובֿ אָפּצוצאָלן פֿאַר די אַלע מתּנות פֿאַר אייער עופֿעלע!


טײַערע חזנטע,

וויפֿל טעג זאָל איך וואַרטן נאָך אַ גוטער באַגעגעניש מיט אַ פֿרוי איר אָנצוקלינגען?

ראַנטקעווער


טײַערער ראַנטקעווער,

וואַרט בכלל נישט!

* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
< a href="mailto:hazzanari@yahoo.com">HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024