|
יהודה עלזעט |
|
ווען מע גיט אַ קוק אויף די וויכטיקסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ווערטלעך און אידיאָמען, אָנהייבנדיק פֿון אַ. טענדלאַוס ווערק (1860), ביז א. בערנשטיינס (1908) און ישׂראל פֿורמאַנס ביכער (1968), וואַרפֿן זיך אין די אויגן די פֿיר בענד פֿון יהודה עזלזעט, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן אין וואַרשע אין די יאָרן 1918 — 1920, מיטן טיטל, "דער וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך: פֿאָלקסטימלעכע רעדנסאָרטן, גלײַכווערטלעך און אַנעקדאָטן".
"דער וווּנדער־אוצר" טיילט זיך אויס פֿון די אַנדערע זאַמלונגען, צוליב פֿאַרשיידענע טעמים. קודם־כּל, האָט דער מחבר געפֿונען מער ווי אַ העלפֿט פֿון זײַן מאַטעריאַל אין די ווערק פֿון אונדזערע קלאַסיקער — מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און י. ל. פּרץ, ווי אויך אַנדערע משׂכּילישע שרײַבער ווי א. מ. דיק, יואל לינעצקי און יעקבֿ דינעזאָן. צווייטנס, האָט דער זאַמלער געבראַכט צו זײַנע פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן אַ פּערספּעקטיוו פֿון אַ פֿרומען ציוניסט וואָס האָט טיף געגלייבט אין דער שיינקייט פֿון מאַמע־לשון, אָן קיין סתּירה צו זײַנע אַנדערע אידעאָלאָגיעס. אַנדערע פֿאָלקלאָריסטן פֿון זײַן צײַט אין וואַרשע און ווילנע זענען געווען נאָענט צו פֿאַרשיידענע ייִדישע פּאַרטייען, צווישן זיי — דער בונד (ש. לעהמאַן), טעריטאָריאַליזם (ש. באָסטאָמסקי), פּועלי־ציון (פּנחס גראָבאַורד) און די "פֿאָלקיסטן" (נ. פּרילוצקי); אַלע פֿון זיי, וועלטלעכע נאַציאָנאַלע שטרעמונגען. יהודה עלזעט, אָבער, איז געווען אַ פֿירער פֿון דער "מזרחי"־פּאַרטיי, וווּ אַ סך מיטגלידער האָבן נישט געהאַלטן פֿון ייִדיש.
ער איז געבוירן געוואָרן ווי יהודה אַבֿידע, אין פּלאָצק, פּוילן, אין 1887, אָבער אַלע זײַנע פֿאָלקלאָריסטישע אַרבעטן האָט ער אָנגעשריבן מיטן פּען־נאָמען "יהודה עלזעט". אין 1911 האָט ער פֿאַרנומען די פּאָזיציע פֿון רבֿ אינעם שטעטל גאָמבין, אָבער ווען ער איז געוואָרן פּאָליטיש אַקטיוו, האָט ער זיך אַריבערגעקליבן קיין וואַרשע אין 1919, און געהאָלפֿן דאָרט גרינדן די "מזרחי"־פּאַרטיי. ער האָט זיך באַזעצט אין מאָנטרעאַל, וווּ ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער אָרטיקער "מזרחי"־פּאַרטיי, דערנאָך געלעבט אין דרום־אַפֿריקע פֿון 1938 — 1949. געשטאָרבן איז ער אין ישׂראל אין 1962. זײַן באַדײַטנדיקער אַרכיוו ליגט אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.
ווען ער האָט, אַן ערך אין יאָר 1910, אַרײַנגעקוקט אין די דײַטשע ווערק "בילדערשטוק דער דײַטשן שפּראַכע" און "וווּנדערגאַרטן דער דײַטשן שפּראַכע" האָט ער זיך ממש געשעמט — און "געקוקט אויף אונדזער שפּראַך [ייִדיש] ווי אויף אַ לשון פֿון בעטלער, וואָס האָבן נישט מער, ווי אַ ביסל אָפּגעריבענע אַלטוואַרג אויף זיך און אַלטע טרוקענע ברעקלעך אין טאָרבע." אָבער דערנאָך, ווען ער האָט אָנגעהויבן צו לייענען די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור, איז ער "דערשטוינט" געוואָרן: "גאָט, מײַן איינציקער! ווי רײַך, ווי שיין איז דער אוצר, וואָס איך האָב געפֿונען אײַנגענייט אין די צוזאַמענגעבעטלטע בגדים! ווי שטיין־רײַך איז די כּלומרשט אָרעמע שפּראַך. קרחס אוצרות האָט זי דאָך!" (פֿונעם אַרײַנפֿיר צום באַנד "דאַוונען"). ווי וויכטיק די ייִדישע שפּראַך איז געוואָרן פֿאַר אים, קען מען דערשפּירן אינעם בילד, וואָס מע האָט אויסגעקליבן פֿאַר די זאַמלונגען: אַן אָרון־קודש מיט צוויי אָדלערס און צוויי מנורות, אויף וועלכן סע שטייט "דער וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך". דאָס הייסט, אַז פֿאַר עלזעט ווערט דאָס זאַמלען די ייִדישע שפּראַך־אוצרות געגליכן צו אַ הייליקער אַרבעט.
|
דער טאָוול פֿון עלזעטס |
|
די ערשטע מאַטעריאַלן וואָס ער האָט געזאַמלט, האָט ער אַרײַנגעשיקט צו נח פּרילוצקי אין 1910, און ווען מע גיט אַ בלעטער פּרילוצקיס צווייטן באַנד "זאַמלביכער", געפֿינט מען אַ שלל מאַטעריאַלן, אָנגעקליבן פֿון עלזעט. זײַן ערשטע לענגערע אַרבעט וועגן פֿאָלקלאָר האָט ער אָפּגעדרוקט אינעם העברעיִשן "רשומות." שפּעטער האָט ער אויך געדרוקט וויכטיקע פֿאָלקלאָריסטישע און עטנאָגראַפֿישע אַרבעטן ווי "מיט הונדערט יאָר צוריק" (1927) און "אונדזער פֿאָלקס־אוצר" (געדרוקט אין "אידיש אַמעריקע" אין 1929); אָבער דער וווּנדער־אוצר וועט בלײַבן זײַן קרוינווערק אויף ייִדיש.
עלזעט האָט צעטיילט זײַן שפּראַך־וואַרג אויף פֿיר בענד: "דאָס דאַוונען", "מלאכות און בעלי־מלאכות", "דער מענטשלעכער קערפּער" און "ייִדישע מאכלים". כאָטש די ווערטלעך און אידיאָמען האָט ער פֿאַרשריבן פֿון דער ליטעראַטור, זענען אויך וויכטיק די באַמערקונגען פֿון עלזעטן, אין וועלכע ער טײַטשט אויס די מאַטעריאַלן, און גיט צו אינפֿאָרמאַציע, וואָס ער געדענקט, אָדער האָט אויסגעפֿרעגט בײַ אַנדערע. אַזוי ווי עלזעט האָט גוט געקענט די טראַדיציאָנעלע ליטעראַטור און לעבנס־שטייגער, האָבן זײַנע קריטישע ווערטער אַ סך באַרײַכערט די זאַמלונג.
פֿאַרוואָס הרבֿ עלזעט זאָל וועלן אַרויסגעבן אַ באַנד וועגן "דאַוונען" פֿאַרשטייט מען, אָבער פֿאַרוואָס אַ באַנד "בעל־מלאכות"? ווײַל ער נעמט זיך אָן די קריוודע פֿאַר די "וואָס זענען דאָך אין קיין גרויסן כּבֿוד און אַכטונג בײַם עולם נישט געוועזן". אָבער עלזעט האָט געזאַמלט ווערטלעך און וויצן וועגן די בעלי־מלאכות צו ווײַזן זייער מענטשלעכקייט, און זייער פֿאַרשפּרייטע ראָלע אינעם ייִדישן לעבן.
אין דעם בעל־מלאכה־באַנד, ווערן ווײַטער צעטיילט די מאַטעריאַלן אויף ספּעציפֿישע בעל־מלאכות: וועגן שוסטערס קען מען לייענען, למשל: "עס שפּאַרט שוין אָן אין דער שוסטער־גאַס" (וועגן אַ גאַנץ געוויינטלעכער זאַך), "אַ קאָפּ ווי אַ מיניסטער, הענט ווי אַ שיסטער [שוסטער]", "דער שוסטער רעדט פֿון דער קאָפּעטע, דער בעקער רעדט פֿון דער לאָפּעטע". וועגן בעקערס און בעקערײַ: "אויף מיר אַ קונץ צו זײַן אַ בעקער! מע נעמט אַ טייגל און מע מאַכט אַ בייגל", וועגן דעם זאָג "ער ליגט אין דר'ערד און באַקט בייגל", שרײַבט עלזעט באַריכות וועגן דעם מעגלעכן שורש, און קומט צום אויספֿיר, אַז עס שטאַמט פֿון די בייגל, וואָס מע עסט בײַם סעודת־הבראה בײַם זיצן שיבֿעה. אין די שמידן, זייגערמאַכערס, און טאָקערס ("אַ געטאָקטער ליגן") האָט עלזעט אויך נישט פֿאַרגעסן.
אָבער דער פֿאָלקלאָר אַרום דעם שנײַדער, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרנעמט דאָס גרעסטע אָרט אינעם באַנד, און ער מײַדט נישט אויס סײַ די לויב־ווערטלעך, סײַ די חוזק־ווערטלעך: "גענייטע זאַכן טרענען זיך", "אַז מע באַצאָלט נישט דעם שנײַדער, שלעפּט ער די פֿאַסטריגע נישט אַרויס", "ווען בייזערט זיך נישט דער שנײַדער אויף דעם שטיקל אַרבעט? אַז מע נייט אים תּכריכים".
דער פֿאָלקלאָר פֿונעם בעל־עגלה שטעלט אויך מיט זיך פֿאָר אַ פֿילפֿאַרביקן קוואַל פֿון ווערטלעך, ווי: "אַז מע שמירט, פֿאָרט מען" (געבן כאַבאַר), "מע דאַרף אים געבן אַ פֿאָר אַרײַן מיטן דישל אין גאַניק אַרײַן" (ווען מע דאַרף איבערשלאָגן די רייד פֿון עמעצן), "אַ וואָגן איז אַ זייגער, אַ שליטן איז אַ פּגר" עלזעט טײַטשט דאָס ווערטל אויס, אַנדערש פֿון בערנשטיין — אַ וואָגן גייט (ווי אַ זייגער), גוט צו שלעכט, אפֿילו אויף שניי, אָבער אַ שליטן איז אַ פּגר, ווען דער שניי צעגייט זיך פּלוצעם און קען אין גאַנצן נישט פֿאָרן.
דאָס קאַפּיטל "כּלי־זמרים" אינעם באַנד בעל־מלאכות איז אַ וויכטיקער בײַטראָג צו די קלעזמאָרים־שפּראַך־זשאַרגאָן, וואָס די מוזיקער האָבן געניצט כּדי אַנדערע זאָלן נישט פֿאַרשטיין. אַ ביסל געפֿינט מען אין שלום־עליכמס ראָמאַן "סטעמפּעניו", און אין אַרטיקלען פֿון פּרילוצקי און אַנדערע. בײַ עלזעטן לייענט מען, למשל, אַז די קלעזמאָרים האָבן געזאָגט "בויצע", אויפֿן אָרט פֿון "מורא", "דזשאָכען" אַנשטאָט "לאַכן". "וואָרשט" האָט באַטײַט אַ קלאַרנעט; "וויטשאָק" איז געווען אַ נאַר, באָטשקאַר — אַ חסיד, בסאַן — חתן, בסאַמקאַ — כּלה. עלזעט רעכנט אויס אויך אידיאָמען פֿון דער קלעזמער־וועלט, ווי: "ליידיק ווי אַ באַראַבאַן", "אָנגעליינט ווי אַ פּויק", "ער לויפֿט ווי אַ מויז איבערן צימבל", "וואָס פֿאַר אַ קלזעמער, אַזאַ חתונה".
אַלע וואָס ווילן זיך באַקענען מיטן שטעטל־לעבן אין מיזרח־אייראָפּע קענען געפֿונען אין עלזעטס "וווּנדער־אוצר" טאַקע אַ זעלטענעם אוצר, אַ ים, פֿון פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן, וואָס מע וועט נישט געפֿינען אין די געשיכטע־ביכער. גיט אַ קוק!