די אויסגיי־ווייען פֿון דער ישׂראלדיקער אַרבעטס־פּאַרטיי "עבֿודה" — און אייגנטלעך, פֿון דער אַרבעטער־באַוועגונג אין ישׂראל בכלל — מאַכן איצט אַדורך זייער ערבֿ־לעצטע פֿאַזע. ווי די סיבה פֿון זײַן אַוועקגיין פֿון דער כּנסת וואָלט געווען פֿאַר אים איר לאַנגווײַליקייט, האָט דער כּנסת־דעפּוטאַט אופֿיר פּינס (פּינעס) דערקלערט, אַז ער האָט דאָרט שוין מער נישט וואָס צו טאָן — ער האָט נישט קיין פּאַרטיי און ער האָט נישט קיין מנהיג; נישטאָ פֿאַר אים מער די פּאַרטיי, אין וועלכער ער איז אויפֿגעוואַקסן, נישטאָ דער מנהיג, וואָס זאָל פֿאַרהאַלטן דאָס אַראָפּקײַקלען זיך פֿון דער פּאַרטיי צו איר טיפֿסטן אָפּגרונט, נישטאָ די וויזיע, דער חזיון, וואָס זאָל איר געבן דעם טעם און דעם זין פֿון איר קיום.
אויף דעם אופֿן האָט דער 48־יאָריקער אופֿיר פּינס פֿאַרענדיקט אין דער לעצטער וואָך זײַן 14־יאָריקע פּאַרלאַמענטאַרישע קאַריערע, אין וועלכער ער איז, אין זכות פֿון זײַן גיכן פֿאָרשריט אין דער פּאַרטיי און, ווי איר שליח אין דער כּנסת, באַטראַכט געוואָרן ווי דער "אויפֿגייענדיקער שטערן" און צוזאָגנדיקער פּאַרטיייִשער מנהיג.
ער איז געווען פֿון אַלעמען — אויך פֿון זײַנע אידעאָלאָגישע קעגנערס און פּאָליטישע פֿײַנט — געשאַצט און געאַכטעט ווי אַן איבערגעגעבענער פּאַרלאַמענטאַריער, אַן אָנשטענדיקער פּאָלעמיקער מיט איידעלע מאַנירן און ווי אַ נישט באַפֿלעקטער פּאָליטיקער מיט אָפּגעהיטענע עטישע פּרינציפּן און ווערטן, וואָס דאָס איז אַ זעלטענע דערשײַנונג אויפֿן געזעלשאַפֿטלעכן יאַריד אין דעם לאַנד.
אויב מען זאָל וועלן כאַראַקטעריזירן די געשטאַלט און דעם כאַראַקטער פֿון אָט דער פּערזענלעכקייט, וואָלט אָן ספֿק געקאָנט דינען, ווי אַן אילוסטראַציע, דער עצם אופֿן פֿון זײַן פֿאַרלאָזן די פּאַרלאַמענטאַרישע אַרענע: אָן רעש און אָן סקאַנדאַלן. ער האָט אויסגעוויילט פֿאַר דעם גראָד דעם רויִקסטן טאָג פֿון דער וואָך אין די פּאָליטישע אַקטיוויטעטן, אין אַ דאָנערשטיק, ווען דער פּלענום, די פֿולפֿאַרזאַמלונג פֿון דער כּנסת קומט זיך נישט צונויף און ער וועט נישט דאַרפֿן האַלטן קיין פּראָגראַמאַטישע רעדע, כּדי דער אויפֿרײַס פֿון דער פּאָליטישער באָמבע זאָל נישט אָנמאַכן קיין צו גרויסן רעש און זאָל נישט ברענגען קיין צו גרויסן שאָדן. כ’מיין, פֿאַר זײַן אידעיִשן לאַגער — אויב ער האָט אַזעלכן געהאַט — ווײַל כּמעט יעדער איינער פֿון די פּאַרטיייִשע עסקנים פֿאַרמאָגט אַן אייגענעם "לאַגער" פֿון שטיצערס און אָנהענגערס. ער געהערט אָבער צו דעם לאַגער פֿון די "ניכטערע" פּאַרטיי־לײַט, וואָס האָבן זיך געגרייט די פּאַרטיי צו פֿאַרלאָזן, אָבער נישט אויף דעם אופֿן, און דערפֿאַר האָבן זײַנע נאָענטסטע זיך געפֿילט צום שטאַרקסטן געטראָפֿן פֿון פּינסעס אומגעריכטן גאַנג.
דער שאָדן איז אָבער געווען אַ סך גרעסער ווי ער האָט דאָס, קענטיק, געמיינט. ווײַל — מיטן אַוועקגיין פֿון אופֿיר פּינסן איז צוזאַמען מיט אים אַוועק די געלעגנהייט פֿאַר דער אָפּאָזיציאָנעלער גרופּע זיך אָפּצושפּאַלטן פֿון "עבֿודה" ווי אַן אָרגאַניזירטע פֿראַקציע אין דער כּנסת, כּדי צו גרינדן אַ נײַע סאָציאַל־דעמאָקראַטישע באַוועגונג ווי די געהעריקע אַלטערנאַטיווע צו דער רעכט־אָריענטירטער "עבֿודה" אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אהוד ברק. די דאָזיקע געלעגנהייט האָט זיך געעפֿנט פֿאַר זיי מיטן צושטיין פֿון דעם כּנסת־דעפּוטאַט דניאל בן־סימון, ווי אַ פֿינפֿטער צו די פֿיר "רעבעליאַנטן" קעגן דער אָנפֿירונג פֿון אהוד ברק. דאָס זענען: עמיר פּרץ, דער געוועזענער פּאַרטיי־פֿאָרזיצער און זיכערהייטס־מיניסטער, וועלכן ברק האָט פֿאַרטריבן און געירשנט זײַנע צוויי פּאָזיציעס; יולי תּמיר, די געוועזענע מיניסטאָרין פֿאַר בילדונג; דער געוועזענער פּאַרטיי־סעקרעטאַר און מיניסטער איתּן כּבל (קאַבעל), וועלכער האָט דעמיסיאָנירט פֿון דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט צוליב דעם קאָרופּציע־פֿאַרדאַכט קעגן דעם פּרעמיער־מיניסטער, און דער געוועזענער אינערן־מיניסטער און דערנאָך מיניסטער פֿאַר קולטור, וויסנשאַפֿט און ספּאָרט אופֿיר פּינס, וועלכער האָט רעזיגנירט פֿון דער רעגירונג ווי אַ פּראָטעסט קעגן אַרײַננעמען אין איר די פּאַרטיי "ישׂראל ביתּנו" (ישׂראל אונדזער היים) בראָש מיט אבֿיגדור ליבערמאַן, דער איצטיקער אויסערן־מיניסטער אין דער רעגירונג פֿון נתניהו. לויטן געזעץ פֿון דער כּנסת, קען זיך קיין שום גרופּע דעפּוטאַטן נישט אָפּרײַסן פֿון איר מוטער־פּאַרטיי, כּדי צו גרינדן אַ באַזונדערע פֿראַקציע אין דער כּנסת און געניסן פֿון איר פֿינאַנצירונג, אויב די צאָל פֿון אירע מאַנדאַטן באַטרעפֿט נישט קיין פֿולן דריטל פֿון דער גאַנצער פֿראַקציע.
מיטן אָנשליסן זיך פֿון דניאל בן־סימון צו די "רעבעליאַנטן" האָט די גרופּע דערגרייכט דעם נייטיקן דריטל פֿון די 13 דעפּוטאַטן פֿון "עבֿודה" און האָט זיך געגרייט אין צוויי וואָכן אַרום אָפּצורײַסן זיך פֿון דער פּאַרטיי און צו גרינדן, ווי געזאָגט, אַ נײַע סאָציאַל־דעמאָקראַטישע אָפּאָזיציאָנעלע באַוועגונג, צוזאַמען מיט די דרײַ דעפּוטאַטן פֿון מר"צ און אייניקע אפֿשר פֿון "קדימה". אָבער מיטן איצטיקן אַוועקגיין פֿון אופֿיר פּינסן האָט זייער צאָל זיך צוריקגעקערט צו די פֿריִערדיקע 4, און זיי זענען ווידער געבליבן שטעקן אין דער פּאַרטיי קעגן זייער ווילן...
די דאָזיקע האַנדלונג פֿון דעם פּאָטענציעלן אָנפֿירער פֿון דער צעבונטעוועטער גרופּע האָט אַוועקגעשטעלט אירע מיטגלידער אין אַ שווערער פֿאַרלעגנהייט. אופֿיר פּינס האָט זיך נישט געאײַלט צו פֿאַרלאָזן די אַרבעטס־פּאַרטיי, וועמען ער איז געווען געטרײַ די איבער צוויי צענדליק יאָר פֿון זײַן פּאַרטיייִשער, און די קנאַפּע אָנדערטהאַלבן צענדליק יאָר פֿון זײַן פּאַרלאַמענטאַרישער אַקטיוויטעט; אַ לענגערע צײַט האָט ער אַפֿילו "געשאָנקען אהוד ברקן קרעדיט" — און אַזוי האָט אויך פֿריִער געהאַנדלט דער באַקאַנטער פּובליציסט דניאל בן־סימון — וואַרטנדיק אויף ברקן ער זאָל מקיים זײַן דעם צוזאָג און אָן שום תּירוצים אַרײַנטרעטן אין אונטערהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער. "ער קען שוין אָבער נישט מער, עס איז אים שוין נימאס דאָס וואַרטן", האָט ער געזאָגט, און אויך ער איז אַוועק, באַשליסנדיק צו וואַרטן — אפֿשר אויף משיחן — מחוץ דעם פּאָליטישן פֿערדמאַרק.
מיט אַ וואָך פֿריִער איז אופֿיר פּינס אויפֿגעטראָטן צוזאַמען מיט דעם פּאַרטיי־פֿירער, דעם זיכערהייט־מיניסטער אהוד ברק, פֿאַר אַ געשלאָסענעם פֿאָרום פֿון דער פֿאַראייניקטער קיבוצישער באַוועגונג, אויף וועלכן עס זענען געוואָרן אַרומגערעדט די פּערספּעקטיוון פֿון דער אַרבעטס־באַוועגונג אין דער צוקונפֿט. די באַראַטונג איז געווען, ווי געזאָגט, אַ געשלאָסענע. אָבער ווי עס איז מגלה סימה קדמון אין "ידיעות אחרונות" (פֿון יאַנואַר 8, 2010), האָט פּינס גענומען אַ וואָרט און דערקלערט, אַז די פֿאַרמיטלונג־מאַנשאַפֿט פֿון דער פּאַרטיי האָט פֿאָרגעלייגט, אַז אויב עס וועלן נישט באַנײַט ווערן די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער (בראָש מיט אַבו מאַזען) אין משך פֿון אַ האַלב יאָר, זאָל "עבֿודה" אַרויסטרעטן פֿון דער רעגירונג. אהוד ברק, וועלכער האָט גערעדט נאָך אים, האָט אָפּגעוואָרפֿן די דאָזיקע פֿעסטשטעלונג.
זעט אויס, אַז אין דעם מאָמענט, שרײַבט די קאָרעספּאָנדענטין, איז אופֿיר פּינס געקומען צום אויספֿיר, אַז ער האָט שוין מער נישט וואָס פֿון זײַן פּאַרטיי צו דערוואַרטן. אויך נישט פֿון דער פּאָליטיק, וועלכע איז אים, זעט אויס, געוואָרן דערעסן.
אופֿיר פּינס איז געבוירן געוואָרן אין ראשון־לציון. אָבער זײַנע עלטערן זענען געקומען פֿון האָלאַנד, און פֿון דאַנען אפֿשר נעמט זיך וואָס אופֿיר איז געקומען צו זײַן פּאַרטיייִשער און פּאָליטישער אַקטיוויטעט מיט אַן אַנדערער קולטור, וואָס איז, ווי עס זעט אויס, אין לאַנד נישט בנימצא.
דער דאָזיקער כאַראַקטעריסטישער פֿאַקט וועגן דער פּאָליטישער קולטור איז געקומען צום אויסדרוק אין די הויפּט־קעפּ פֿון די צײַטונגען שוין דעם אַנדערן טאָג — אויף אַ גאָר אַנדערער טעמע, וועלכע האָט אין גאַנצן אַפּגעטעמפּט דעם קנאַל פֿון יענער פּאָליטישער באָמבע וועגן דער רעזיגנאַציע פֿון אופֿיר פּינס. דאָס אָרט פֿון דער אייראָפּעיִשער פּאָליטישער קולטור האָבן דעם אַנדערן טאָג איבערגענומען די צײַטונגס־קעפּ וועגן אַ גאָר אַנדערער אויפֿפֿירונג.
דאָס זענען געווען די באַריכטן וועגן דעם שאַרפֿן פּאָליטישן קאָנפֿליקט, וואָס איז אויסגעבראָכן מיט טערקײַ אויפֿן גרונט פֿון אירע אַנטיסעמיטישע האַנדלונגען און — וועגן דער "דיפּלאָמאַטישער לעקציע", וואָס עס האָט איר געגעבן דער "שייגעץ פֿון דעם שטעטל", לויט אייניקע צײַטונגען, דער "פּאָליטישער סקאַנדאַליסט" אָדער "דיפּלאָמאַטישער כוליגאַן", ווי אַנדערע צײַטונגען באַצייכענען דעם אויסערן־מיניסטער אבֿיגדור ליבערמאַן. ער האָט באַשלאָסן צו לערנען מיט דער וועלט אַ קאַפּיטל דרך־ארץ מיט דער הילף פֿון זײַן נײַער דיפּלאָמאַטיע. אויף זײַן אינסטרוקציע האָט זײַן פֿאַרטרעטער, דער וויצע־מיניסטער דני איילון — אַליין אַ דערפֿאַרענער דיפּלאַמאַט, דער געוועזענער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל אין וואַשינגטאָן — אַרויסגערופֿן דעם טערקישן אַמבאַסאַדאָר, כּדי אים אויף אַ זייער נישט דיפּלאָמאַטישן אופֿן אָנצומוסרן אין שײַכות מיט די אַנטיסעמיטישע טעלעוויזיע־פֿילמען און די אַנטי־ישׂראלדיקע דערקלערונגען פֿון דעם טערקישן פּרעמיער־מיניסטער. איילון האָט דעם אײַנגעלאַדענעם אַמבאַסאַדאָר געלאָזט וואַרטן בײַ דער טיר, און אין דער זעלבער צײַט געשילדערט פֿאַר די אַרויסגערופֿענע טעלעוויזיע־מאַנשאַפֿטן ווי אַזוי ער וועט דערנידעריקן דעם טערקישן גאַסט: ער וועט אים אַוועקזעצן אויף אַ סאָפֿע, וואָס איז נידעריקער פֿון די פֿאָטעלן, אין וועלכע ער, דער וויצע־מיניסטער, און זײַנע געהילפֿן וועלן זיצן קעגנאיבער אים, דער טיש וועט זײַן אָן שום כּיבוד און אויפֿן ליידיקן טיש וועט שטיין אַ פֿענדל נאָר פֿון מדינת־ישׂראל...
און אַזוי האָט ער טאַקע באַשטראָפֿט טערקײַ און אָפּגעשמיסן אויף טערקיש פֿאַר דעם באַליידיקטן כּבֿוד פֿון ייִדישן פֿאָלק.
תּל־אָבֿיבֿ, 12טער יאַנואַר 2010