‫פֿון רעדאַקציע

דעם 17טן יאַנואַר גייט אוקראַיִנע אויסוויילן איר נײַעם פּרעזידענט. און ס'איז דאָ פֿון וועמען — 18 קאַנדידאַטן, צווישן וועלכע ס׳איז אויך דער איצטיקער פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ. ווי עס שאַצן אָפּ די סאָציאָלאָגן, וועט זיך מיט איין רונדע נישט באַגיין, אָבער מער שאַנסן צו קומען צו דער צווייטער רונדע זײַנען בײַם לידער פֿון דער אָפּאָזיציע וויקטאָר יאַנוקאָוויטש און דעם איצטיקן פּרעמיער־מיניסטער (מיניסטאָרין) יוליאַ טימאָשענקאָ.

ווי עס פֿירט זיך כּמעט בײַ אַלע וואַל־קאַמפּאַניעס אין דער וועלט, וואָס נענטער ס'איז דער טאָג פֿון די וואַלן, אַלץ מער שמוץ ווערט אויסגעגאָסן אויף די קעפּ פֿון די קאַנדידאַטן. אוקראַיִנע איז אַוודאי נישט קיין אויסנאַם. ס'איז דאָ וואָס צו "גיסן", און מע גיסט. מיר וועלן זיך אַוודאי אויף אַזעלכע "מוסטערן" נישט פֿאַררופֿן. ס'איז גענוג אָפּצושאַצן די אַלגעמיינע שטימונג פֿון דער אוקראַיִנישער געזעלשאַפֿט, וואָס איז זייער פֿאַרשידנאַרטיק.

די גרעסטע פּראָבלעם פֿון דער נײַער, נאָך יונגער, אוקראַיִנישער אומאָפּהענגיקייט שטעקט אין איר צעשפּאָלטנקייט סײַ געאָגראַפֿיש און סײַ עטניש. אין דעם פֿאַל קאָן מען זיכער זאָגן, אַז דאָס געאָגראַפֿישע אָרט פֿונעם לעבן באַשטימט דעם באַוווּסטזײַן פֿונעם בירגער; און אַוודאי זײַן אויסוואַל פֿונעם פּרעזידענט. דער מיזרחדיקער טייל פֿונעם לאַנד, מער אַן אינדוסטריעלער, וווּ די סאָוועטישע השפּעה איז אַרײַן אין די ביינער פֿון דער באַפֿעלקערונג, האַלט מיטן פֿירער פֿון דער "רעגיאָנען־פּאַרטיי" וויקטאָר יאַנוקאָוויטש. צווישן זײַנע הויפּט־צוזאָגן אין דער וואַל־קאַמפּאַניע איז אײַנצופֿירן צוויי־שפּראַכיקייט — אוקראַיִניש און רוסיש, ווי ס'האָט זיך געפֿירט בײַ די סאָוועטן און וואָס די איצטיקע נאַציאָנאַלע מאַכט האָט עס אָפּגעשאַפֿן.

יוליאַ טימאָשענקאָ, דער קאָכלעפֿל אין דער פּאַרטיי "באַטקיוושטשינאַ" (פֿאָטערלאַנד) באַקומט מער שטיצע פֿון די מערבֿדיקע געגנטן, וואָס זײַנען געוואָרן סאָוועטיש נאָכן ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו פּאַקט, און וווּ די באַציִונג צו דער אַמאָליקער סאָוועטישער מאַכט איז געווען אַן אָנגעשטרענגטע. די שׂינאה צו מאָסקווע און צו די רוסן איז אָבער אַרויס אין דרויסן נאָכן קראַך פֿון דער סאָוועטישער אימפּעריע.

די טעריטאָריעלע פּראָבלעמען און די באַציִונג פֿון דער באַפֿעלקערונג אויף די טעריטאָריעס פֿאַרענדיקן זיך נאָך נישט דערמיט. אַ מסוכּנער קאָפּווייטיק ביז אַהער, און אויך ווײַטער, בלײַבט דער האַלב־אינדזל קרים, וואָס איז געוואָרן אַדמיניסטראַטיוו צוגעטיילט דער סאָוועטישער אוקראַיִנישער רעפּובליק אין יאָר 1954. אין קרים געפֿינט זיך די מיליטערישע ים־באַזע פֿון רוסלאַנד. ס'רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג זײַנען עטנישע רוסן און האַלטן די אוקראַיִנישע רעגירונג פֿאַר אָקופּאַנטן. פֿלוג־בלעטלעך, וואָס ווערן לעצטנס פֿאַרשפּרייט רופֿן צו "בויקאָטירן די וואַלן".

און וווּ זײַנען די ייִדן? די איבער 100 טויזנט ייִדן וווינען, ווי עס פּאַסט פֿאַר ייִדן, אין אַלע טיילן פֿונעם לאַנד — סײַ אינעם מיזרח און סײַ אינעם מערבֿ און סײַ אין קרים. דעריבער שטיצן זיי בדרך־כּלל דעם קאַנדידאַט, וואָס זייערע אוקראַיִנישע אָדער רוסישע שכנים שטיצן. וואָס יאָ, אַלע ייִדן אין אוקראַיִנע פֿאַראייניקט דער אַלגעמיינער אַנטיסעמיטיזם, וואָס האָט אין די לעצטע יאָרן פֿון יושטשענקאָס פּרעזידענטשאַפֿט זיך צעבליט. אייגנטלעך, איז עס נישט קיין אָפֿענער אויפֿברויז; פּרעזידענט יושטשענקאָ האַלט זיך פֿון דעסטוועגן פֿאַר אַ דעמאָקראַטישן פּראָ־מערבֿדיקן פֿירער. ער זוכט וועגן אַרײַנצוברענגען אוקראַיִנע אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און מיליטעריש — אין "נאַטאָ". אַן אַנדער זאַך, דער נאַציאָנאַלסטישער וואָרעם וואָס עס זיצט אין אים, און האָט יעדעס מאָל אַרויסגעבראַכט פּאָפּוליסטישע מעשׂים, אַזעלכע ווי רעהאַביליטאַציע פֿון די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן, וואָס זײַנען געווען געטרײַע באַהעלפֿער בײַ די דײַטשן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה און זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם פֿאַרניכטן ייִדן. דאָס אויפֿשטעלן דענקמעלער צו די געוועזענע העלדן פֿאַר פֿרײַער אוקראַיִנע, אַרויסשלעפּן פֿון דער אוקראַיִנישער געשיכטע טראַגישע געשעענישן, וואָס דורך זײַנע אידעאָלאָגן ווערן דערקלערט ווי "מאָסקווער גזירות".

אַזאַ דעפֿאָרמירטע אַנטי־רוסישע און היסטאָריש־איינזײַטיקע פּאָליטיק פֿון יושטשענקאָס ממשלה האָט אויפֿגערייצט קעגן אים כּמעט די גאַנצע באַפֿעלקערונג (זײַן פּאָפּולאַריטעט איז געפֿאַלן ביז 4%) און געבראַכט דאָס לאַנד צו אַ טיפֿן קריזיס אין אַלע געביטן פֿון מלוכישקייט.

ווער עס זאָל נישט זײַן אויסגעוויילט פֿאַרן פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע וועלן אים די נאָכווייען פֿון די לעצטע פֿינף יאָר נאָך דער "אָראַנזש"־רעוואָלוציע באַגלייטן זײַן גאַנצן טערמין.