געשיכטע, ייִדיש־וועלט, קולטור
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סאַלאָן פֿון רחל וואַרנהאַגען
סאַלאָן פֿון רחל וואַרנהאַגען

אַ מאָדנער מענטש איז ער עפּעס געווען, דער מלך פֿרידריך דער צווייטער פֿון פּרײַסן (1712—1786). שיינגײַסט, איז ער פֿון די ייִנגסטע יאָרן געווען פֿאַרקאָכט אין מוזיק, געשפּילט אויף עטלעכע אינסטרומענטן, געשאַפֿן אייגענע מוזיק, און דערצו געדיכט לידער אויף פֿראַנצויזיש. מילא — פֿרידריך גיִאַם, זײַן טאַטע — ער האָט זיך אויפֿגעגעסן... אַ וויסט אָנשיקעניש מיט מוזיק איז עפּעס זײַן קרוינפּרינץ באַפֿאַלן! ווי אַזוי וועט ער אַמאָל אָנפֿירן מיט דער מדינה — ווי אַזוי?! אָבער נישקשה. פֿרידריך דער צווייטער האָט מיט פּרײַסן אָנגעפֿירט מיט אַ פֿויסט — ביד־חזקה האָט ער געהערשט! ווי נאָר ער איז אַרויף אויפֿן טראָן האָט ער גענומען פֿירן מלחמות און אויסגעשפּרייט די גרענעצן פֿון פּרײַסן.

יאָ — בעת זײַן ממשלה נעמען בלאָזן אין מערבֿ־אייראָפּע נײַע "ווינטן", למשל, אין ענגלאַנד אַנטוויקלט זיך דער מיסחר און אינדוסטריע. ענגלאַנד נעמט זיך באַרײַכערן! ווידער, אין פֿראַנקרײַך טוען די געזעלשאַפֿטלעכע סאַלאָנען־באַנען אַ וועג צו "פֿרײַהייט, גלײַכקייט און ברידערלעכקייט!"

פֿרידריך דער צווייטער, דער אַ״ג "אויפֿגעקלערטער דעספּאָט", האָט געהאַלטן אַ וועלט פֿון דער קולטור און שפּראַך פֿון פֿראַנקרײַך. ער האָט זײַנע זכרונות געשריבן אין פֿראַנצויזיש: די "ווינטן" אָבער פֿון פֿראַנקרײַך, האָבן אים ווייניק געאַרט. ער איז אָפּגעקומען מיט באַציִונגען פֿון וואָלטערן (1694—1778) און אַנדערע פֿראַנצויזישע ליבעראַלע גײַסטער. געהאַלטן האָט פֿרידריך דער צווייטער פֿון "ווינטן" וואָס האָבן געבלאָזן אין ענגלאַנד — ובֿכן האָט ער געהאַלטן אַן אויג אויף דער עקאָנאָמיע פֿון פּרײַסן. מען דאַרף זאָגן, אַז ייִדן האָט דער מלך פֿרידריך דער צווייטער פֿײַנט געהאַט. ער האָט אָבער אָפּגעשאַצט פּאָזיטיוו זייער טאַלאַנט צו מיסחר און אינדוסטריע! דער מלך, דער שׂונא־ישׂראל, האָט געהאַט אַ ווערטל "דער ייִד, דער קערל, האָט געלט, טאָ זאָל ער בויען!" און ער האָט די רײַכע ייִדן געשטויסן צו מעשׂים! לאַנג האָבן זיך די רײַכע ייִדן נישט געלאָזט בעטן... זיי האָבן גענומען רודערן און געוואָרן נאָך רײַכער!

בטבֿע, האָבן עשירים ליב צו פֿירן אַ שיין באַקוועם לעבן. נו, האָבן שוין אַנדערע רײַכע אַחינו־בני־ישׂראל אויסגעבויט היימען "אַזוי ווי גאָט האָט געבאָטן". פֿון יעדן ווינקל האָט אַרויסגעשײַנט די עשירות! איצטער — אַוועקגעקוקט פֿון דעם ייִדיש־טראַדיציאָנעלן שטייגער האָט מען, מיט אַ רײַכן כּיבוד, אויפֿגענומען ייִדן און נישט־ייִדן — אַלץ מענטשן פֿון אַ מאָדערנעם ליבעראַלן גײַסטיקן ניוואָ. און דאָס קאַפּיטל "ייִדישע סאַלאָנען" האָט זיך אָנגעהויבן.

ס’איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דער מלך — דער "אויפֿגעקלערטער" שיינגײַסט — האָט טאַקע פֿון די פֿראַנצויזישע "ווינטן" נישט געהאַלטן. אָבער די פֿאָרגעשריטענע מענטשן אין דײַטשלאַנד האָבן די "ווינטן" אַ צעוויג געטאָן! די דײַטשישע כּוחות פֿון באַנײַונג האָבן זיך אַ ריר געטאָן; מען נעמט רעדן פֿון פֿרײַהייט פֿון געוויסן, וועגן רעליגיעזער טאָלעראַנץ — אין הימל פֿון בערלין־פּאָליציי נעמען בליצן לויכטנדיקע שטערן! פֿאָרגעשריטענע דײַטשן טוען זיך צוהערן צו די רעיונות פֿון משה מענדעלסאָן, מען נעמט אַרײַנשמעקן אין די ייִדישע סאַלאָנען צו הערן אַ וואָרט פֿון אַנדערע ייִדישע שאַרפֿע קעפּ. ס’טוט זיך אויסוויקלען אַן אויסטויש פֿון געדאַנקען. ביסלעכווײַז ווערן די ייִדישע סאַלאָנען פֿון סוף 18טן — אָנהייב 19טן יאָרהונדערט דער צענטער פֿון אינטעלעקטועלן פּרײַסן. פֿאַקטיש קאָן מען זאָגן, אַז דער ערשטער ייִדישער סאַלאָן אין בערלין איז געווען די באַשיידענע היים פֿון משה מענדעלסאָן, וווּ בײַ אַ כּיבוד פֿון ראָזשינקעס און מאַנדלען האָט מען געפֿירט גײַסטיקע שמועסן!

אין מוזיי פֿון מאָדערנער ייִדישער קונסט אין בערלין איז פֿאַראַן אַ בילד פֿון מאָריץ־דניאל אָפּענהיים (1801—1882), פֿון די ערשטע ייִדיש־דײַטשישע מאָלער. דאָס בילד ברענגט אַ גרוס פֿון מ. מענדעלסאָנס "סאַלאָן". אין אַ באַשיידענעם צימער מיט פֿאַכן־ביכער און בילדער אויף די ווענט, זיצן בײַ אַ טיש מענדעלסאָן און דער שווייצער פֿילאָסאָף לאַוואַטער: נאָכן אָפּשפּילן אַ פּאַרטיע שאָך זענען זיי אַרײַן אין אַ שמועס. אַ צעיאַכמעטער, וויל לאַוואַטער אויפֿקלערן מענדעלסאָנען, אַז ער דאַרף ווערן אַ קריסט... אַן אויפֿגעקאָכטער, טײַט דער שווייצער מיט אַ פֿינגער אויף אַן אָפֿן בוך בכדי צו באַווײַזן, אַז ער איז גערעכט... אַ רויִקער, טוט דער ייִד, דער שומר־המיצוות, אָפּוואַרפֿן לאַוואַטערס "עצה" — ער וועט בלײַבן בײַ זײַן אמונה עד־יום־מותו! איצטער, צווישן די צוויי שאָך־שפּילער בײַם טיש שטייט דער שרײַבער לעסינג, דער חסיד פֿון רעליגיעזער טאָלעראַנץ און פֿרײַהייט פֿון געוויסן. עפּעס קוקט ער, לעסינג, אויף דעם לאַוואַטער מיט רוגזה — ס’טײַטש, ווי קומט מען עפּעס צו זײַן פֿרײַנד מענדעלסאָן מיט אַזאַ חוצפּהדיקן געדאַנק?!. בינו־לבינו דערשײַנט אין צימער־אַרײַנגאַנג די שיינע פּרימעט, מענדעלסאָנס פּלוניתטע, מיט אַ טאַץ כּיבוד.

פֿון יענע אַלע ייִדישע סאַלאָנען האָבן זיך פֿאַרקריצט אין זכּרון דער סאַלאָן פֿון דער ראָמאַנטיש־טרוימערישער הענריעטע הערץ (1764—1847), ווי אויך דער סאַלאָן פֿון רחל, דער פֿענאָמענאַל אינטעלעקטועלער פֿרוי.

ס’איז צו באַמערקן — אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 18טן יאָרהונדערט הייבן אָן ייִדישע פֿרויען נעמען אַ וואָרט אין געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. זיי זענען די יעניקע, וועלכע שאַפֿן די סאַלאָנען וואָס ווערן אַ פֿרישער שטח פֿון גײַסטיקן פֿאַרברענג. מען דאַרף זאָגן, אַז די ייִדישע סאַלאָנען ווערן דער צענטער פֿון דער פֿאָרגעשריטענער בערלינער אינטעליגענץ. אַ דײַטשישער פֿעדער־מענטש פֿון בשעתּו (בעטינגער) שרײַבט, אַז "...די גרויסע קולטור פֿון די בערלינער ייִדן איז אַ כּוח געוואָרן וואָס לאָקט אַלע די (דײַטשן), וועלכע זוכן עפּעס מער ווי קאָרטנשפּיל און אַ געשמאַקן ביסן... די שיינע ייִדישע פֿרויען זענען זײַט אַ צײַט שוין אַמאַטאָרן פֿון אַ סובטעלן טעאַטער און דערהויבענער פּאָעזיע". איצטער, אַ דײַטשישע בינע־קינסטלערין שרײַבט: "ווער ס’האָט נישט באַזוכט דעם סאַלאָן פֿון דער שיינער פֿרוי הערץ, ווייסט נישט וואָס בערלין איז (בשעתּו)".

הכּלל, ס’איז צו באַמערקן — די ייִדישע פֿרויען מיט זייערע אינטעלעקטועלע מעלות האָבן אַ שטופּ געטאָן דעם פֿאָרשריט פֿון דער דײַטשישער קולטור — אין די ייִדישע סאַלאָנען איז געבוירן געוואָרן דער קולט פֿאַרן פּאָעט געטע: דאָ האָט זיך אויסגעוויקלט דער יונגער דײַטשישער ראָמאַנטיזם — דאָ האָבן די גדולים פֿון א״ג "יונג־דײַטשלאַנד" מיט די ייִדישע שרײַבער הײַנע און בערנע באַקומען אַן אָנזען. ווי באַמערקט, פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע סאַלאָנען איז דער סאַלאָן פֿון דער זעלטן שיינער און גײַסטיק באַגאַבטער הענריעטע הערץ. איר פֿאָטער בשם דע לעמאָס, אַ באַרימטער רופֿא, איז געווען אַן אָפּשטאַמיקער פֿון די פּאָרטוגעזער ייִדן־אַנוסים. הענריעטע האָט זיך געכאָוועט אין אַ הויך־קולטורעלער, פֿאָרגעשריטענער היים אויף די אידעאַלן פֿון דער דײַטשישער השׂכּלה וואָס האָט געהאָפֿט, אַז קומען וועט אַ צײַט און אַלע מענטשן וועלן ווערן ברידער! הענריעטע האָט באַקומען אַ סאָלידע בילדונג פֿון אַלגעמיינע וויסנשאַפֿטן און שפּראַכן. באַרײַכערט איר בילדונג האָט זי מיט לייענען ביכער אָן אַ סוף! לויט אַ פֿראַנצויזישן קוואַל זאָל זי האָבן אויך באַזוכט אַ ייִדישע שול. געוואַקסן איז הענריעטע אַ טרוימעריש־ראָמאַנטישע פֿרוי: מען האָט זי גערופֿן "די טראַגישע מוזע". פֿון אירע "זכרונות", געשריבן מיט אַ פֿײַנער פֿעדער, ווי אויך פֿון איר קאָרעספּאָנדענץ, שיילט זיך אויס אַ בילד פֿון אַן אויסנאַמיקער תּקופֿה וווּ די ייִדישע קהילה האָט געשפּילט אַ ראָלע, דערציילט האָק דעמאַרל ("פֿרויען בימי געטע", פּאַריז 1987).

הענריעטע הערץ, 1778 מאָלערײַ פֿון אַנאַ דאָראָטעאַ ליסיעווסקאַ
הענריעטע הערץ, 1778 מאָלערײַ פֿון אַנאַ דאָראָטעאַ ליסיעווסקאַ

הענריעטע האָט זיך געחבֿרט מיט די טעכטער פֿון מ. מענדעלסאָן, און אין זייער היים האָט זי זיך באַקענט מיט מאַרקוס הערץ (1747—1803), אַ בחור מיט אַ זעלטן שאַרפֿן קאָפּ, אַן אייגענער אין דער היים פֿון מ. מענדעלסאָנען. לפֿי דעם ייִדישן היסטאָריקער גרעץ, זאָל מאַרקוס־מרדכי הערץ, אַ זון פֿון אַן אָרעמען ספֿר־תּורה־שרײַבער אין בערלין האָבן: ביז 15 יאָר געלערנט אין אַ ישיבֿה, שפּעטער זאָל אים דער טאַטע, אויס נויט האָבן אַוועקגעשיקט קיין קעניגסבערג, ער זאָל דאָרט ווערן אַ משרת בײַ אַ סוחר. די ענציקלאָפּעדיע "Jüdisches Lexikon" זאָגט, אַז מאַרקוס איז געווען אַ זון פֿון אַ בערלינער ייִדישן סוחר, וואָס האָט אים צו 15 יאָר געשיקט קיין קעניגסבערג לערנען אין אַ האַנדלסשול. ווי די זאַך זאָל נישט זײַן — אין דעם־אָ מאַרקוס האָט געברענט אַ פֿײַערדיקער דאָרשט צו לערנען פֿילאָסאָפֿיע. איז ווי אַן אויטאָדידאַקט האָט ער אין די נעכט געלערנט און געלערנט, און געוואָרן אַ סטודענט בײַם פֿילאָסאָף קאַנט (1729—1803). גאַנץ שנעל איז קאַנט געוואָרן אַ מבֿין אויף די גרויסע אינטעלעקטועלע מעלות פֿון זײַן תּלמיד. ער האָט אים גענומען פֿאַר אַן אַסיסטענט, שפּעטער ווען קאַנט האָט פֿאָרגעלייגט מאַרקוס זאָל ווערן פּראָפֿעסאָר און די ממשלה איז געווען קעגן, איז מאַרקוס צוריקגעפֿאָרן קיין בערלין און מיט אַ סובסידיע פֿון אַ ייִדישן עושר גענומען שטודירן מעדיצין. געוואָרן אַ רופֿא, האָט ער שנעל באַקומען אַ שם.

הכּלל — אין מענדעלסאָנס הויז, וווּ מאַרקוס פֿלעגט זיך באַטייליקן אין די פּאָלעמיקעס, האָט ער זיך באַקענט מיט הענריעטען. זי האָט אים באַצויבערט מיט איר שיינקייט און איר רײַכן וויסן. הענריעטע באַמערקט אין אירע "זכרונות", אַז מאַרקוס איז געווען קליין־געוויקסיק און ווײַט נישט קיין שיינער בחור. פֿון זײַן פּנים אָבער האָט אַרויסגעשטראַלט דער גײַסט פֿון אַ געלערנטן מאַן. דאָס האָט איר אַ נעם געטאָן — און זיי זענען געוואָרן נאָענטע פֿרײַנד. אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָבן זיי חתונה געהאַט. נאָך דער חתונה האָט מאַרקוס, דער פֿילאָסאָף און רופֿא, גענומען באַזוכן מיט הענריעטען סאַלאָנען פֿון די רײַכע ייִדישע משפּחות אין בערלין, וווּ פֿאַרברענגען פֿלעגט אַ ייִדישע און דײַטשישע אינטעליגענץ. דער פֿאַרברענג אין די סאַלאָנען איז פֿאַר מאַרקוסן געווען אַן אַנטשפּאַנונג נאָך אַ טאָג אַרבעט אין ערשטן ייִדישן שפּיטאָל אין בערלין. פֿאַר הענריעטען ווידער, אַן אַרײַנגעטוענע אין ליטעראַטור, קונסט און טעאַטער — פֿאַר איר איז דער פֿאַרברענג מיטן אינטעלעקטועלן עולם געווען אַ גרויס איבערלעבעניש.

בינו־לבינו, מחמת די מאַכט האָט מאַרקוסן אָפּגעוואָרפֿן צו ווערן פּראָפֿעסאָר, האָט ער בײַ זיך אין דער היים אײַנגעשטעלט אַ מין "אָפֿענעם אוניווערסיטעט", וווּ ער האָט דאָרט געהאַלטן לעקציעס וועגן פֿילאָסאָפֿיע, מעדיצין און פֿיזיק. זײַנע לעקציעס האָבן צוגעצויגן אַ גרויסן עולם — אַפֿילו מלוכה־לײַט (זײַנע לעקציעס זענען מיט דער צײַט אַרויס אין בוכפֿאָרעם!) בעת מאַרקוס האָט אויפֿגעשטעלט זײַן "אָפֿענעם אוניווערסיטעט" האָט הענריעטע געשאַפֿן אַ קרײַז יונגע חסידים פֿון ליטעראַטור, וווּ מען פֿלעגט פֿאָרלייענען און באַהאַנדלען די ווערק פֿון שעקספּיר און געטע. גלײַך האָבן אין קרײַז זיך באַוויזן דײַטשן — אָנהענגער פֿון ליבעראַלער, "אויפֿקלערונג"־באַוועגונג. דעם קרײַז אירן האָט הענריעטע אַ נאָמען געגעבן "ליגע פֿון פֿרײַנדשאַפֿט". און דער הענריעטע־סאַלאָן איז געוואָרן אַ יש.

קורץ — די היים פֿון מאַרקוסן, מיט אַן אייביקן גוטמוטיקן וויץ, און הענריעטעס שאַרפֿן אינטערעס צו ליטעראַטור און קונסט איז געוואָרן אַן אָרט פֿון דערנענטערונג פֿון קריסטן און ייִדן, ווי אויך אַ צענטער פֿון דער בערלינער הויכער געזעלשאַפֿט. ס’פֿלעגן דעם סאַלאָן באַזוכן פֿילאָסאָפֿן און וויסנשאַפֿטלער, שרײַבער און קינסטלער, מענטשן פֿון טעאַטער און אַפֿילו דיפּלאָמאַטן! שוין אָפּגערעדט פֿון אַדורכפֿאָרנדיקע אינטעלעקטועלע, וואָס אויס בלויזן אינטערעס האָבן זיי דאָרט איבערגעטראָטן די שוועל! די ייִדישע היים פֿון הענריעטע הערץ איז געוואָרן דאָס אָרט פֿון פֿײַנער ליטעראַטור און אַ קולט פֿון געטע.

מילא. די שיינע הענריעטע, די באַלעבאָסטע פֿון סאַלאָן, זי האָט מען ממש געטראָגן אויף די הענט! דער יונגער שרײַבער, דער דײַטש־ייִדישער, בערנע (1786—1837) — ער איז אין איר געווען פֿאַרליבט! און ער איז נישט געווען דער איינציקער. מיט אירע געסט פֿון אויסלאַנד האָט זי אײַנגעשטעלט אַ קאָרעספּאָנדענץ.

אין יאָר 1803 איז מאַרקוס געשטאָרבן, און ס’האָט אַ סוף גענומען צום סאַלאָן. הענריעטע, די אַלמנה, האָט גענומען געבן לעקציעס אָרעמע ייִדישע קינדער. די מאַכט, וואָס האָט איר סאַלאָן־טעטיקייט אָפּגעשאַצט ביז גאָר פּאָזיטיוו, האָט איר דערלאַנגט אַ לעבנס־לענגלעכע פּענסיע. אין יאָרן אַרום איז דערשינען איר בוך "זכרונות", וווּ זי שילדערט איר סאַלאָן — אַ באַווײַז פֿון אַ צײַט ווען ס’האָט געשײַנט אַ דערנענטערונג פֿון ייִדן און דײַטשן, בעת אין די סופֿיקע יאָרן פֿון איר לעבן האָט געפֿלאַקערט אַ ברוטאַלער אַנטיסעמיטיזם.

* * *

אָביעקטיווע פֿאָרשער זענען בײַ דער דעה, אַז הענריעטע, רחל לעווין (וועגן איר אַ צווייט מאָל), און נאָך אייניקע געבילדעטע ייִדישע פֿרויען, האָבן מיט זייערע סאַלאָנען געענדערט די בשעתּו אײַנגעשטעלטע סאָציאַלע מערכה פֿון דער פֿרוי. פֿון אַ באַלעבאָסטע, ווײַב און מאַמע האָט די פֿרוי גענומען ווערן אַ ווירקנדיקער סאָציאַל־בויענדיקער מענטש!