ס׳איז אַ ריזיקע אינדוסטריע, די "שואה־ביזנעס." זי האָט זיך צעפֿלאַקערט מיט דער מינוט ווי ס׳האָט זיך באַוויזן די מדינה, שוין אָפּגערעדט פֿון די צענדליקער און הונדערטער "האָלאָקאָס־מוזייען" וואָס מען האָט זיך גענומען אויפֿשטעלן איבער אַמעריקע און איבער דער וועלט. דער עיקר גריזשעט מיך דער ביין אין האַלדז פֿון דער אַרויסגעוואָרפֿענער טירחה אין וואַרשע, מיט זייער ייִדישן מוזיי פֿאַר אַ טויטפֿאָלק; און מיט טויט מיין איך, אַז פֿאַר אונדז איז פּוילן איין בית־הקבֿרות, וווּ עס זשיפּעט נאָך אַ פּיטשימאָנטשקעלע ייִדישע קהילה.
ווער ווייסט עס נישט, אַז די פּאָליאַקן קוואַפּען זיך אויף די ייִדישע געלטער און אויף דער אַמעריקאַנער טוריסטיק. זיי לאַדט מען אײַן אָפּצושטאַטן אַ וויזיט אין וואַרשע, זיך פּאָסמאַקעווען מיט די קעז־בלינצעס, באָרשט און קראָפּעווע. אַבי מ׳קומט נישט צו זיי אײַנצומאָנען די אַמאָליקע ייִדישע היימען, געשעפֿטן און ס׳איבעריקע ייִדישע אייגנטום.
נאָך אַלעמען, פֿאַרמאָגן מיר דאָך אונדזער אייגענעם "יד־ושם" אין ירושלים, אַ "האָלאָקאָסט־מוזיי" אין וואַשינגטאָן. איז דאָס נישט גענוג? וואָס דאַרפֿן מיר נאָך? האָט מען זיך צעוואַרעמט מיט נאָך אַ שלל האָלאָקאָסט־מוזייען איבער גאַנץ אַמעריקע און דערמיט דינען מיר דעם טויט, עלעהיי די גויים — אַ טויטן גאָט. אָבער נישט אין דעם גייט עס.
לעצטנס, און אפֿשר גאָרנישט לעצטנס, האָט מען גענומען לערנען "האָלאָקאָסט־סטאַדיס" אין די "הײַסקולס" און קאַלעדזשעס, און אויך אין אַ שלל "דזשויִש־סענטערס." און דאָס איז גוט. דאָ וויל איך זיך אָפּשטעלן אויף צוויי אינטערעסאַנטע אײַנפֿאַלן. איז אַזוי געשען אַז איינער, וואָס הייסט סטיווען סמיטה פֿון טענעסי, דווקא נישט קיין ייִד; אַ לערער פֿון פֿאַך, האָט זיך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק דערטראַכט, אַז ס׳איז געקומען די העכסטע צײַט צו לערנען די קינדער וועגן דעם ייִדישן חורבן. ס׳איז אים אָבער אָנגעקומען שווערלעך אויפֿצוקלערן אין קלאַס דעם פֿאַקט, אַז אינעם חורבן זײַנען אומגעקומען זעקס מיליאָן ייִדן. וואָס באַנעמען קינדער ווען עס קומט צו אַזעלכע ציפֿערן ווי זעקס מיליאָן? איז אים אײַנגעפֿאַלן אַ פֿאָרטל. די קינדער זאָלן צונויפֿזאַמלען פּאַפּירענע קלעמערלעך ("paper-clips"), און אַז זיי וועלן צונויפֿזאַמלען זעקס מיליאָן פֿון זיי, וועלן זיי קענען אפֿשר, אפֿשר פֿאַרשטיין וואָס זעקס מיליאָן שטעלט מיט זיך פֿאָר.
דער אויפֿטו איז געווען זייער אַ געלונגענער, און מען האָט דעם לערער באַגריסט, באַשריבן און באַדאַנקט פֿאַר זײַן גרויסן אויפֿטו. דער עיקר, איז אים נישט געגאַנגען אין כּבֿוד, נישט אין סענסאַציע און אויך זיכער נישט אין געלט.
איצט הערט די צווייטע מעשׂה. געזען, אַז דעם סטיוו סמיטה איז געלונגען דאָס עסק, האָט זיך אַן אַמעריקאַנער, ייִדישער כלאָפּ דערטראַכט צו אַ מאַכערײַקע. אָבער דאָס מאָל מיט דער כּוונה פֿון פֿאַרדינען אַ קערבל. עס רעדט זיך דאָ וועגן אַ ייִד, וואָס האָט זיך דערוווּסט פֿון אַ פּאָעמעלע וואָס אַ קינד האָט פֿאַרפֿאַסט אין טויטלאַגער טערעזיענשטאַט, אין טשעכײַ. דאָס פּאָעמעלע, וואָס דאָס שפּעטער אומגעקומענע קינד האָט געשריבן וועגן אַ זומער־פֿייגעלע, אַ שמעטערלינג, וווּ דאָס קינד איז מקנא געווען דאָס זומער־פֿייגעלע וואָס איז אויף דער פֿרײַ, ווײַל עס מוז נישט זײַן פֿאַרשפּאַרט, ווי די קינדער פֿון טערעזין.
האָט זיך דער כלאָפּ גענומען ערנסט צום עסק און זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַ "האָלאָקאָסט־מומחה" צו "דזשויִש־סענטערס," דער עיקר אין לאָנג־אײַלענד, און זיי אײַנגערעדט אַז ער איז אַ ספּעץ אויף צונויפֿצושטעלן אַ "האָלאָקאָסט־מעמאָריעל," מיט די קינדער פֿון צענטער, און מיט זיי צוזאַמען אויפֿשטעלן אויף דער לאָנקע פֿון "סענטער" אַ ריזיק זומער־פֿייגעלע, אויפֿן סמך פֿון דער פּאָעמע, וואָס דאָס קינד האָט פֿאַרפֿאַסט אין טויטלאַגער טערעזין. ער האָט די קינדער נישט דערציילט וואָס עס האָט פּאַסירט מיט די ייִדן אין צײַט פֿון חורבן. ער האָט זיי נישט באַקענט מיט דעם פּאָעמעלע. ער האָט זיי אַ פֿײַג דערציילט וועגן טערעזיענשטאַט. אפֿשר האָט ער אַליין גאָרנישט געוווּסט דערפֿון.
האָט ער די קינדער געהייסן זאַמלען פֿלעשער־דעקלעך פֿון קאָקאַ־קאָלאַ און פּעפּסי־קאָלאַ־פֿלעשלעך, און פֿון די דעקלעך וועלן זיי מאַכן דאָס זומער־פֿייגעלע. פֿאַר זײַן טירחה האָט ער גענומען אַן אָפּצאָל פֿון די עלטערן און אפֿשר פֿונעם צענטער. די עלטערן האָבן זיך געפֿרייט, די קינדער זײַנען געווען אין זיבעטן הימל. אַנשטאָט לערנען עפּעס וועגן יענער אומגליקלעכער צײַט שפּילט מען זיך אין פֿלעשער־דעקלעך.
איז אים געלונגען דאָס עסק. קינדער פֿון אַ צאָל ייִדישע צענטערס אין לאָנג־אײַלענד, האָבן זיך גענומען צונויפֿזאַמלען פֿלעשער־דעקלעך און גענומען צונויפֿשטעלן אַ שמעטערלינג.
דערווײַל האָט זיך דער סוחר מחיה געווען מיט זײַן אײַנפֿאַל. די קינדער האָבן געהאַט אַ "גוד־טײַם," די עלטערן האָבן געצאָלט געלט, און ס׳איז אַוועק אַן אוטשעכע, אַ שׂימחה אַ גדולה אין נאָמען פֿונעם חורבן. די צרה איז געווען דערבײַ, וואָס די קינדער האָבן קיין מאָל נישט געהערט פֿון דעם טויטלאַגער — טערעזיענשטאַט. זיי האָבן קיין מאָל נישט געהערט דעם נאָמען פֿונעם קינד, וואָס האָט געשריבן וועגן דעם זומער־פֿייגעלע. מיט איין וואָרט, דעם כלאָפּ איז געגאַנגען אין לעבן אויפֿצושטעלן אַ "באַנזי־סקים," ווי מען רופֿט הײַנט צו טאָג די שהי־פּהי־געשעפֿטן.
איז אַנשטאָט צו ווערן גערירט ביז ביטערע טרערן, אמתדיקע און נישט אויסוויינען זיך אַ דריטן אויג, האָבן זיך בײַ דעם ביזנעס־צעלייגער באַוויזן דאָלאַרן פֿאַר די אויגן. ער האָט נעבעך געוואָלט נאָכטאָן יענעם חבֿרה־מאַן וואָס האָט געוואָלט באַווײַזן די קינדער וואָס מען מיינט דערמיט ווען מען זאָגט "זעקס מיליאָן." האָט ער זיך גענומען ענערגיש צו דער עבֿודה־זרה, געוויזן די קינדער ווי מען מאַכט אַ זומער־פֿייגעלע פֿון צונויפֿגעזאַמלטע פֿלעשער־דעקלעך אויפֿן הויף פֿון אַ "דזשויִש קאָמיוניטי־סענטער." עס האָבן זיך צוגעשטעלט קינדער, און זיך גענומען פּאָרען אַרום דעם פּראָיעקט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די קינדער האָבן דערפֿון גאָרנישט גענאָסן אַחוץ דעם גרויסן פֿאַרנעם פֿון זאַמלען פֿלעשער־דעקלעך און זיי צונויפֿשטעלן ווי מ׳שטעלט צוזאַמען אַ שפּילעכל וואָס הייסט "לאָגאָ."
דערווײַל האָב איך געעפֿנט דאָס ביכעלע וואָס הייסט "די קינדער פֿון טערעזין," וווּ די אומגליקלעכע קינדער האָבן נישט נאָר געשריבן, נאָר אויך אילוסטרירט זייער אַרום. דאָס זײַנען די טרויעריקסטע בילדער וואָס די קינדער האָבן אַליין געמאָלן פֿאַר זייער אומקום. די אילוסטראַציעס און די פּאָעמעלעך שילדערן די שרעקלעכע טראַגעדיע ווען זיי האָבן דערשפּירט ווען דער טויט איז שוין געשטאַנען פֿאַר זייערע אויגן. די קינדער מאָלן זיך מיט אָפֿענע מײַלער שטעכלדראָטן, די צעוואָרפֿענע שוואַרצע שטיבלעך אין געטאָ. די הערעלעך צעפּאַטלט, די הענטעלעך צעשפּרייט, די אייגעלעך וואָס בעטן זיך רחמים.
דאָ אין טערעזין האָבן זיי איבערגעלעבט זייערע לעצטע טעג, און ווער עס לייענט איבער די פּאָעמעלעך און זעט זייערע מאָלערײַען קען ממש אויסגיין פֿאַר צער. די פּאָעמעלעך זײַנען ביז אַהער איבערגעזעצט געוואָרן אין אַ סך וועלט־לשונות. איך האָב מיט יאָרן צוריק איבערגעזעצט פֿון פֿאַרשיידענע לשונות אויף וועלכע זיי האָבן געשריבן די פּאָעמעלעך — אויף ייִדיש. דאָס ביכעלע הייסט "די קינדער פֿון טערעזין" און מ׳קען עס געפֿינען אין ייִוואָ. דאָ וועל איך נאָר ברענגען דאָס באַרימטע פּאָעמעלע וועגן זומער־פֿייגעלע, וואָס מען האָט זי אינסצעניזירט, רעציטירט און באַרימט געמאַכט איבער דער וועלט:
דאָס זומער־פֿייגעלע
דאָס לעצטע זומער־פֿייגעלע,
דאָס סאַמע לעצטע.
אַזוי ריין, אַזוי העל,
אַזוי פֿינקלענדיק געל.
אפֿשר ווי די זונשטראַלן,
אפֿשר ווי די זונטרעלן,
זינגען אויף אַ ווײַסן שטיין,
אַזוי געל.
אַזאַ געל טראָגט זיך
הויך אַרויף —
איך בין זיכער ס׳איז אַוועק
מיט אַ קוש דער וועלט
אַ גוטן־טאָג.
שוין זיבן וואָכן
ווי איך בין פֿאַרשפּאַרט אין געטאָ.
דאָ האָב איך געפֿונען מײַנע אייגענע.
די געלע בלימעלעך רופֿן מיך,
און דער ווײַסער נוסנצווײַג —
פֿינקלט אויפֿן הויף.
נאָר איך האָב שוין מער
נישט געזען קיין איין זומער־פֿייגעלע,
דאָס איז געווען דאָס לעצטע.
זומער־פֿייגעלעך לעבן נישט דאָ
אין געטאָ.
נאָך דעם ווי מען ווישט זיך אָפּ די טרערן לייענענדיק ווי דאָס קינד פֿאַרגלײַכט זיך צום זומער־פֿייגעלע, און זעט זיך ווי דאָס לעצטע קינד וואָס גייט אויס אין געטאָ. ווי קען מען בכלל אָנרירן די הייליקע רייד פֿונעם קדיש. שוין אָפּגערעדט פֿון אויסנוצן דאָס כּדי צו מאַכן ביזנעס. דאָס איז דאָך געווען אונדזער אַלגעמיינע נאַציאָנאַלע טראַגעדיע.
מיר באַדויערן וואָס די הײַנטיקע ראַבײַס מיט זייערע תּלמידימלעך קענען שוין נישט קיין לשון־קודש, טוליען זיך שוין נישט צו פּרוכת, צו די אָבֿות און אמהות זוכנדיק אַן אָנלען, און אַלץ ווײַל מיר זײַנען בגילופֿן און איבערגילופֿן מיט ביזנעס און עולם־הזה. אַ שאָד, אַ שאָד וואָס אונדזערע ייִדן זײַנען שוין נישט אונדזערע ייִדן, נאָר עפּעס פֿרעמדע פּאַרשוינען וואָס זיי דאַכט זיך, אַז ייִדישקייט דריקט זיך אויס אין דער אַכילה. דעריבער קען אונדזער תּקופֿה געבוירן אַזאַ מענטשן וואָס ער פֿאַרשטייט אַפֿילו נישט דעם וואַנזיניקן חטא, וואָס ער איז באַגאַנגען קעגן די קינדער־קדושים אין טערעזיענשטאַט.