|
פֿאָטאָס פֿון דזשאָן ראָט |
|
אינעם 6־בענדיקן ייִדישן טעאַטער־לעקסיקאָן וועט מען נישט געפֿינען קיין געבוירן־דאַטע פֿאַר דער אַקטריסע מינאַ בערן, וואָס האָט בסוד געהאַלטן די פּינקטלעכע אינפֿאָרמאַציע; אָבער סײַ־ווי וואָלט אַזאַ ידיעה געשפּילט אַ קליינע ראָלע בײַם באַטראַכטן דאָס לעבן און די קאַריערע פֿון מינאַ בערן, וועלכע האָט אויסגעזען ייִנגער און זיך אויפֿגעפֿירט מיטן כּוח פֿון אַ פֿרוי צען יאָר ייִנגער. ווען זי איז געשטאָרבן, די וואָך, דעם 10טן יאַנואַר,
האָט מען אויסגעפֿונען, אַז זי איז געווען 98 יאָר אַלט, און האָט מער ווי אַכטציק יאָר געשפּילט אינעם ייִדישן טעאַטער איבער דער וועלט. די ניו־יאָרקער ייִדישע קולטור־וועלט האָט פֿאַרלוירן אַ באַליבטע פּערזענלעכקייט, וואָס האָט צוגעגעבן פֿילפֿאַרביקייט צו דער סבֿיבֿה.
זי איז געבוירן געוואָרן ווי מינאַ בערנהאָלץ אין ביעלסק־פּאָדלאַסקאַ, פּוילן, אין אַ משפּחה פֿון וואַלד־סוחרים. זי האָט אין אַ ייִדישער פֿאָלקשול זיך געלערנט און זיך געגרייט צו ווערן אַ לערערין. אָבער ס'האָט מינאַן צוגעצויגן צו דער בינע. און איר קרובֿ, דער שרײַבער משה בראָדערזאָן, האָט זי, אין 1928, אַרײַנגענומען אין דער "אַררט"־טרופּע. דערנאָך האָט זי געשפּילט אין די וואַרשעווער "סקאַלאַ"־ און "קאַמינסקאַ"־טעאַטערס, אינעם ווילנער "פֿאָלקסטעאַטער", און דערנאָך אין "אונדזער טעאַטער". צווישן די אַקטיאָרן מיט וועמען זי האָט געשפּילט זענען געווען זיגמונט טורקאָוו, דינה האַלפּערן און סעם בראָנעצקי.
בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מינאַ זיך געראַטעוועט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ זי האָט געשפּילט מיט לאָלאַ פֿאָלמאַן, דזשיגאַן און שומאַכער אינעם "ביאַליסטאָקער טעאַטער־מיניאַטור". ווי אַ פּוילישע בירגערין, און אַ דאַנק אַן אָפּמאַך צווישן פּוילן און ענגלאַנד, האָט מען זי און איר קליין טעכטערל, און 20 אַנדערע מענטשן, געשיקט קיין אוגאַנדאַ אין 1944, צו זײַן וואָס ווײַטער פֿון דער מלחמה — צו "אַ קאָלאָניע אין מיטן פֿון אַ וויסטעניש". אין אַ ראַדיאָ־אינטוערוויו מיטן קאָרעספּאָנענט קאָבי ווײַצנער אין דער "פֿאָרווערטס"־שעה, אין 2000, האָט זי דערציילט ווי מע האָט געלעבט אין שטרויענע כאַטעס, געהערט ווי די שלאַנגען און מאַלפּעס קריכן אַרום. בײַ טאָג האָט מען באַאַרבעט די ערד און פֿאַרזעצט קאַרטאָפֿל און געפּרוווּט מאַכן דאָס לאַנד פּאַסיק פֿאַר פֿאַרמערײַ. "מיר זענען אַליין געוואָרן ווי ווילדע חיות", האָט זי געזאָגט. זי האָט געלערנט מיט די קידנער פּוילישע לידער און טענץ און ווען מע האָט די קינדער־גרופּע געבראַכט קיין נײַראָבי פֿאַרן בריטישן קאָנסול, איז זי געבליבן דאָרטן. איר שוועסטער, וואָס איז געווען מיט איר די גאַנצע צײַט, האָט אויך באַקומען אַרבעט לעבן איר.
|
פֿאָטאָס פֿון דזשאָן ראָט |
|
אין 1945 איז זי אָנגעקומעען קיין אַרץ־ישׂראל, וווּ זי טרעט אויף אין ייִדישן טעאַטער מיט אַ פֿאָרשטעלונג "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען". זי גייט דערנאָך אַריבער אינעם העברעיִשן טעאַטער — "לי לה לו". עטלעכע העברעיִשע קלאַסישע לידער האָט זי געזונגען צום ערשטן מאָל, אַזעלכע ווי "ארצנו הקטנטונת".
אין 1949 איז מינאַ בערן געקומען קיין אַמעריקע און האָט דאָ חתונה געהאַט מיט בען באָנוס. צוזאַמען מיט אים זענען זיי דורכגעפֿאָרן גאַנץ אַמעריקע אין זייער אויטאָ, און געבראַכט ייִדיש־טעאַטער אין ווײַטע שטעט און שטעטלעך בעת די 1950ער, 1960ער און 1970ער יאָרן, אָפֿט ווי שליחים פֿון די אָרגאַניזאַציעס "פֿאַרבאַנד" און "אַרבעטער־רינג". איינער פֿון זייערע דועטן, דאָס ליד "וואָס דערגייסטו מיר די יאָרן?", איז געוואָרן בײַ זיי אַ שלאַגער. אויף די טורן האָבן זיי אַלץ אַליין געטאָן — דעקאָראַציע, גאַרדעראָב — ווי די אמתע בלאָנדזשנדיקע שטערן.
|
אין דער ישׂראל־אַרמיי, 1948 |
|
ווען בען באָנוס, איר צווייטער מאַן, האָט אויפֿגעפֿירט די בראָדוויי־ספּעקטאַקלען "לאָמיר זינגען ייִדיש" (1966) און "ליײַכט, לעבעדיק און ייִדיש" (1970), האָט מינאַ מיטגעשפּילט און מיטגעהאָלפֿן. ווען ער איז געשטאָרבן אין 1984 איז זי אויפֿגעטראָטן אין דער "פֿאָלקסבינע". מינאַ בערן האָט אויך געשפּילט אין האָליוווּד־פֿילמען ווי Crossing Delancey (1988) 'Avalon (1990) און Im Not Rappaport (1996). מע דאַרף געדענקען, אַז זי איז שוין געווען אין טיפֿער עלטער, ווען זי האָט געשפּילט אין די פֿילמען. אין 1999 האָט זי באַקומען אַן "אָבי"־אויסצייכענונג פֿון די ניו־יאָרקער קריטיקער פֿאַר איר ראָלע אין דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג "זיסע חלומות". אין 2002 האָט דער שטאַט ניו־יאָרק אָנערקענט איר "לעבן־לאַנגיקע קאַריערע" אינעם ייִדישן טעאַטער.
בײַ דער לוויה, דינסטיק, האָבן אירע אַקטיאָרן־קאָלעגעס און פֿרײַנד דערציילט אַנעקדאָטן וועגן איר לעבן. גדליה ברײַער, זלמן מלאָטעק, עלענאָר ריסאַ, שיין בייקער און אַנדערע האָבן איבערגעגעבן, ווי זי האָט געלעכצט נאָך ראָלעס אויף דער בינע, און ווי זי האָט געשפּילט קראַנקערהייט, אָבער נישט געלאָזט וויסן דעם עולם וועגן איר מצבֿ, נאָר געזאַמלט כּוחות צו שפּילן ריכטיק און שטאַרק. מען האָט געשמייכלט בײַם דערציילן ווי זי האָט ליב געהאַט צו "פֿאַרברייטערן" איר ראָלע, אויב זי האָט געהאַלטן, אַז ס'איז צו קליין.
אין די לעצטע יאָרן איז איר אייניקל פֿון ישׂראל געקומען צו וווינען אין ניו־יאָרק, ווי אויך צוויי אור־אייניקלעך. זיי האָבן גערעדט אויף דער לוויה. פֿרײַנד און אַקטיאָרן האָבן אויף איר אַכטונג געגעבן און איר געהאָלפֿן מיט פּראַקטישע זאַכן. זי האָט, פֿון אירעט וועגן, געקאָכט די בעסטע יויך פֿאַר זיי. מינאַ בערן איז געווען די לעצטע אייראָפּע־געבוירענע ייִדישע אַקטריסע פֿונעם עלטערן דור, וואָס האָט נאָך געשפּילט אין אַמעריקע און איר פֿאַרלוסט וועט זײַן אַ גרויסער.