פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די חגאות, פֿאַרבונדן מיט דער קאַטוילישער ווײַנאַכט, מיטן נײַיאָר און דעם פּראַוואָסלאַוונעם ניטל זײַנען שוין פֿאַרבײַ, און אייראָפּע קערט זיך צובילסלעך אום צו איר טאָג־טעגלעכקייט. עס האָבן זיך אויך אומגעקערט פֿון די ווינטער־וואַקאַציעס די רעגירונגען, און צוזאַמען מיט זיי די נישט־געלייזטע פֿראַגעס פֿונעם אַלטן יאָר און אַ פּעקל פּראָבלעמען, וואָס עס שטייט זיי פֿאָר ערשט צו באַהאַנדלען.

צווישן די לעצטע קאָפּדרייענישן געהערט די איניציאַטיוו, אַרײַנגעבראַכט פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, דורכצופֿירן אין לאָנדאָן, דעם 28סטן יאַנואַר, אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער סטראַטעגיע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין אַפֿגאַניסטאַן.

אין אייראָפּע האָט מען זיך צו דער אַמעריקאַנער אידעע באַצויגן פֿאָרזיכטיק און אַפֿילו מיט חשד. הגם ענגלאַנד, פּוילן און איטאַליע האָבן באַלד פֿאַרזיכערט וואַשינגטאָן, אַז זיי וועלן פֿאַרגרעסערן זייער קאָנטינגענט אין אַפֿגאַניסטאַן, האָבן די איבעריקע לענדער, באַזונדערס, דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך, אַרויסגעוויזן אַן אומצופֿרידנקייט. טשיקאַווע, אַז די רעאַקציע אויף דער טעמע איז כּמעט די זעלבע סײַ בײַ די רעגירער און סײַ בײַ דער געזעלשאַפֿט, וואָס אַזאַ זאַך טרעפֿט זיך, בדרך־כּלל, זעלטן. וואָס שייך, למשל, דײַטשלאַנד, האָט דער אויספֿרעג פֿון אָנהייב דעצעמבער געוויזן, אַז 69% בירגער ווילן, אַז די רעגירונג זאָל אַרויסציִען דאָס מיליטער פֿון אַפֿגאַניסטאַן, ווי שנעל עס לאָזט זיך. אָט די ציפֿער איז מיט 12% העכער, ווי ס'איז געווען אין סעפּטעמבער. בלויז 27% דײַטשן האַלטן, אַז די בונדעסווער (די דײַטשישע אַרמיי) דאַרף דאָרט פֿאַרבלײַבן. בערך די זעלבע רעזולטאַטן האָט געוויזן דער אויספֿרעג אין פֿראַנקרײַך.

איצט מכּוח די פּאָליטיקער. זיי האַלטן זיך בפֿירוש בײַ דער מיינונג, אַז מען דאַרף נישט פֿאַרגרעסערן דעם מיליטער־קאָנטינגענט, נאָר פֿאַרשטאַרקן די אַפֿגאַנער פּאָליציי און אַרמיי, כּדי נאָך דעם אָנהייבן אַרויסציִען פֿון דאָרטן זייער מיליטערישע באַטייליקונג. קלאָר און דײַטלעך האָט באַטאָנט דעם געדאַנק קאַרל לאַמערס, דער פֿאַרטרעטער פֿונעם פֿאָרזיצער פֿון שוץ־קאָמיטעט בײַם בונדענסטאַג. אין זײַן אינטערוויו פֿאַר דער ראַדיאָ־סטאַנציע Deutschlandfunk האָט ער געזאָגט, אַז די רייד מוז גיין נישט בלויז וועגן אָפּשיקן מיליטער, נאָר אויך וועגן "אַ מיליטער־ציווילער אָפּעראַציע, וווּ דאָס מיליטער וועט גאַראַנטירן דעם לאַנד אַ סטאַבילע צוקונפֿט". דאָס מיינט, אַז דער אַפֿגאַנער פּרעזידענט קאַרזײַ דאַרף זיך האַלטן בײַ זײַן וואָרט אויסצוּוואָרצלען אין זײַן לאַנד די קאָרופּציע און דעם נאַרקאָטיקס־טראַפֿיק. "מיר מוזן זיך באַמיִען אויסצומײַדן צוויי זאַכן: פֿאָרזעצן צו טאָן די זעלבע מעשׂים וואָס ביז אַהער, און נישט כאַפּן זיך באַלד אַרויסצוציִען אונדזער מיליטער. מיר דאַרפֿן זוכן אַ נײַעם וועג, וואָס וואָלט אונדז דערמעגלעכט צו פֿאַרגרעסערן אונדזער מיליטער־קאָנטינגענט ביז דעם מיטן פֿון 2011, כּדי צו באַפֿרײַען די שטעט פֿון "טאַליבאַן", ווי אויך צו פֿאַרשטאַרקן די זיכערקייט פֿון געוויסע סטראַטעגישע פּונקטן; און לסוף, קאָנצענטרירן אונדזערע באַמיִונגען אויף צו שאַפֿן דעם באָדן פֿאַר אַ פֿרידלעכן אויפֿבוי און אַנטוויקלונג פֿון אַפֿגאַניסטאַן."

דאָס זײַנען נישט בלויז פּראַקטישע עצות און גוטע כּוונות מצד די דײַטשישע פּאָליטיקער. דער נײַער אויסערן־מיניסטער, ליבעראַל־דעמאָקראַט גידאָ וועסטערוועלע, האָט אָן דיפּלאָמאַטישע קונצן דערקלערט, אַז ער וועט נישט פֿאָרן צו דער קאָנפֿערענץ אין לאָנדאָן, אויב דאָרט וועט באַטראַכט ווערן בלויז דער מיליטערישער אַספּעקט פֿון דער אַפֿגאַניסטאַן־פּראָבלעם. נאָך מער האָט געזאָגט דער נײַער שוץ־מיניסטער גוטענבערג: די פּלענער אויפֿצובויען אין אַפֿגאַניסטאַן אַ דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿט, קענען בכלל נישט רעאַליזירט ווערן. פֿאַרשטייט זיך, אַז מיט זײַנע ווערטער האָט גוטענבערג קיין גרויסע סענסאַציע נישט געמאַכט, אָבער מיטן דערקלערן דאָס אויף אַ קול, האָט ער ווייטיקלעך אַ שטאָך געטאָן דעם נײַעם נאָבעל־געווינער פֿון שלום־פּרײַז. עס ווערט דאָך קלאָר ווי דער טאָג, אַז אויב עס איז אַן אומזיסטיקע טירחה זיך צו דערשלאָגן, אַז אַפֿגאַניסטאַן זאָל אַמאָל ווערן אַ דעמאָקראַטיש לאַנד, איז צוליב וואָס פֿאַלן דאָרט די אַמעריקאַנער, פֿראַנצויזישע און אַנדערע סאָלדאַטן? צוליב וואָס פּטרט מען דאָרט מיליאַרדן דאָלאַרן? בלויז צוליב כאַפּן אָדער דערהרגענען נאָך אַ פֿינף, אָדער צען, אָדער פֿופֿצן טאַליבאַנער? אָבער ווער זײַנען זיי, די שרעקלעכע טאַליבאַנער? פּשוטע דאָרפֿס־ייִנגלעך, וואָס ווערן דערצויגן אין די פֿילצאָליקע מוסולמענישע שולן און דערנאָך טרענירט מען זיי אין די טעראָריסטישע לאַגערן פֿון אַפֿגאַניסטאַן אָדער פּאַקיסטאַן. דער חשבון איז דאָ גאָר אַ פּרימיטיווער: איינעם וועט מען דערהרגענען וועלן הונדערטער אים פֿאַרבײַטן. פֿאַנאַטיקער ציילן נישט די צאָל אומגעקומענע!

צוריק גערעדט, וואָס וועט העלפֿן "דאָס אויסראָטן זיי פֿון די שטעט און וויכטיקע סטראַטעגישע פּונקטן", אַז גלײַך נאָך דעם, ווי די קאָאַליציע־כּוחות וועלן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, וועלן די מאַכט פֿאַרכאַפּן די זעלבע פֿאַנאַטיקער־טאַליבאַנער! וואָס זשע איז דער ציל פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע אין אַפֿגאַניסטאַן, און ווען קאָן צו איר קומען אַ סוף? די דאָזיקע פֿראַגע הערן נישט אויף צו שטעלן זיך די בירגער פֿון פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד, פֿון פּוילן און איטאַליע. אָבער די פֿראַגע בלײַבט הענגען אין דער לופֿטן, ווײַל קיין ענטפֿער אויף איר ווייסט נישט אַפֿילו דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ.

ס'איז דאָ אויך כּדאַי צו באַמערקן, אַז אייראָפּע קערט זיך אַלץ אָפֿטער אום צו דער סאָוועטישער דערפֿאַרונג צו פֿירן די מלחמה אין אַפֿגאַניסטאַן. אין אַ סך פּובליקאַציעס ווערט דערמאָנט, אַז מאָסקווע האָט געפֿירט איר מלחמה מיט אַפֿגאַניסטאַן גאַנצע נײַן יאָר, אין אַ מצבֿ, וואָס האָט איר געלוינט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער איצטיקער מלחמה פֿון "נאַטאָ". מאָסקווע האָט נאָך פֿון די 1920ער יאָרן געהאַט ענגע פֿאַרבינדונגען מיט דעם לאַנד, געהאַט דאָרט אירע אָנהענגער און אַ צעצווײַגטע אויסשפּיר־אַגענטור. די סאָוועטישע אַרמיי האָט אין אַפֿגאַניסטאַן אפּגעהאַלטן וויכטיקע זיגן. עס האָט אָבער גאָרנישט ניט געהאָלפֿן: אין רעזולטאַט האָט דער ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרלוירן דאָרט 15 טויזנט מענטשן, 35 טויזנט זײַנען פֿאַרבליבן אינוואַלידן און לסוף, האָט די גאַנצע אַרמיי געמוזט אין אײַלעניש פֿאַרלאָזן דאָס שכנישע לאַנד, אין יאָר 1989.

דאָס איז דער ביטערער סך־הכּל פֿון דעם "אַרײַנפֿירן אַ באַגרענעצטן קאָנטינגענט פֿון מיליטער" אין אַפֿגאַניסטאַן, כּדי אַפֿילו נישט ענדערן דאָרט זייער לעבנס־שטייגער, נאָר סתּם צווינגען קאַבול צו ווערן אַ וואַסאַל בײַ מאָסקווע. כ'מיין, אַז ווען פּרעזידענט אָבאַמאַ וואָלט זיך אַרײַנגעטראַכט אין דעם וואָס ס'איז געשען דאָרט מיט די מאָסקווער פּלענער, וואָלט ער געקומען צום אויספֿיר, אַז דאָס פֿאַרגרעסערן דעם אַמעריקאַנער קאָנטינגענט אויף דרײַסיק טויזנט, דערנאָך נאָך אויף דרײַסיק טויזנט, און נאָך און נאָך, און נאָך, וועט, אין תּוך, ווייניק וואָס ענדערן, בלויז אָפּציִען דאָס אומפֿאַרמײַדלעכע אַנטלויפֿן פֿון דעם פֿאַרשאָלטענעם לאַנד.