מאָנטיק, דעם 10טן אויגוסט, איז אין טשערנאָוויץ, אוקראַיִנע, געשטאָרבן דער ייִדישער שרײַבער יוסף בורג. ער איז אַלט געווען 97 יאָר. יוסף בורג איז געבוירן געוואָרן אין וויזשניץ (דעמאָלט אַ טייל פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע) און לאַנגע יאָרן געלעבט אין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון דער בוקעווינע.
ער האָט זיך געלערנט אין אַ פֿאָלקשול און שפּעטער שטודירט גערמאַניסטיק אינעם ווינער אוניווערסיטעט. פֿון 1941 ביז 1958 האָט ער געלעבט אין אוראַל. ער איז צוריקגעקומען קיין טשערנאָוויץ און געווען אַ לערער. זײַן ערשטע דערציילונג האָט ער געדרוקט אין 1934 אין דער צײַטונג "טשערנאָוויצער בלעטער"; אַ צײַטונג, וואָס ער האָט שפּעטער אויפֿגעלעבט — אין די 1990ער יאָרן. בורג האָט געשריבן דערציילונגען, נאָוועלן און סקיצן. צווישן זײַנע ווערק: "אויפֿן טשערמאָש", בוקאַרעשט, 1939 און "דאָס לעבן גייט ווײַטער", מאָסקווע, 1980.
פֿון די 1990ער יאָרן ביז זײַן פּטירה האָט מען אים אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך צוגעטיילט ספּעציעלע אָנערקענונג. צו די לענדער האָט מען אים אָפֿט פֿאַרבעטן אויף ליטעראַרישע פֿעסטיוואַלן און אונטערנעמונגען און ער האָט אויף דײַטש געפֿונען אַ נײַעם עולם פֿאַר זײַנע ווערק.