די הײַיאָריקע אָנדענק־פֿאַרזאַמלונג לזכּרון די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער, דערשאָסן דעם 12טן אויגוסט 1952

‫פֿון רעדאַקציע

מיט אַ יאָר צוריק, אין דער זעלבער צײַט, איז אויסגעבראָכן דער בליץ־קריג צווישן רוסלאַנד און גרוזיע. הונדערטער מענטשן פֿון ביידע צדדים זײַנען דערהרגעט געוואָרן, טויזנטער זײַנען געבליבן אָן אַ דאַך און אָן אַן אָרט צום וווינען. מאָסקווע, ווען ס׳האָבן נאָך גערויכערט די רויִנירטע בנינים, האָט שוין אָנערקענט די צוויי סעפּאַראַטיסטישע ראַיאָנען — דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע, וואָס זײַנען אַדמיניסטראַטיוו געווען טיילן פֿון גרוזיע — ווי אומאָפּהענגיקע מלוכות.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

...צוזאַמען מיט נאָך אַן אָפֿיציר, אויך אַ לייטענאַנט, האָבן מיר בײַנאַכט בשלום דורכגעפּויזנט אונטער שטעכלדראָט און זיך דערקליבן צו עפּעס אַ נידעריקן מויער. פּלוצעם איז מײַן שותּף אין דער אויסשפּיר-אָפּעראַציע אויפֿגעשטאַנען, האָט אַ פֿאָכע געטאָן מיט די הענט און איז אַוועק אין דער ריכטונג, וווּ עס האָט זיך פֿאַרגראָבן דער שׂונא. איך האָב באַשלאָסן, אַז מע דאַרף זיך וואָס גיכער אָפּטראָגן. בין איך אַוועק צוריק, צו אונדזערע.

ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן, ליטעראַטור
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָס ביכל פֿון שלום־עליכמס נאָוועלעס אויף אַזערבײַדזשאַניש

סוף יולי איז מיר אויסגעקומען צו באַזוכן אַזערבײַדזשאַן, וווּ איך בין געקומען אין באַשטאַנד פֿון אַ ישׂראלדיקער דעלעגאַציע פֿון פֿינף מענטשן, צווישן וועלכע עס האָבן זיך געפֿונען: דער כּנסת־דעפּוטאַט ראָבערט אילאַטאָוו; פּרעזידענט פֿון דער צווישן־פֿעלקישער אַסאָציאַציע "אַזערבײַדזשאַן־ישׂראל", יוסף שאַגאַל; דער שטעל־פֿאַרטרעטער פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "וועסטי", סערגיי פּאָדראַזשאַנסקי, און דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער רוסישער צײַטונג "קאַווקאַזסקאַיאַ גאַזעטאַ", יונתן מישיעוו.

פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
אַפֿיש פֿונעם וועלט־קאָנגרעס

פֿון דעם 2טן ביזן 6טן אויגוסט איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אויף דעם קאַמפּוס פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, דער 15טער וועלט־קאָנגרעס פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן.

דער ערשטער איז פֿאָרגעקומען חנוכּה 1924, און זינט דאַן, מיט געוויסע איבעררײַסן, קומען זיך צונויף אין ירושלים יעדע פֿיר יאָר, אַקאַדעמיקער, פֿאָרשער און געלערנטע אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט, אָפּצוגעבן באַריכטן און דיסקוטירן די פֿאַרשיידענע אַספּעקטן און רעזולטאַטן פֿון זייערע פֿאָרש־אַרבעטן.

ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַן עלטערע זאַמלונג פֿון די מעשׂיות פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליער; פּשעמישל, אָן אַ דאַטע

"איין מאָל איז הערשעלע געזעסן צווישן אַ גרויסער געזעלשאַפֿט מיט וויכטיקע סוחרים. פֿרעגן זיי אים, "ר' הערש, ווער נייט אײַך צו דעם, וואָס איר פֿאַרברענגט די צײַט כּסדר אין לצנות. זאָגט הערשעלע — "זעקס זאַכן האָבן מיך געבראַכט דערצו. איך האָב איין ווײַב מיט פֿיר קינדער און קיין ברויט." די סוחרים איז זייער געפֿעלן געוואָרן דער ענטפֿער פֿון הערשעלען האָבן זיי אים געמאַכט אַ שיינע נדבֿה".

דער וויצלער הערשעלע אָסטראָפּאָליער (בײַ אונדז זאָגט מען — "הערשעלע סטראָפּעלער", אַנדערע "עסטראָפּאָלער) איז איינער אין אַ לאַנגער אייראָפּעיִשער טראַדיציע פֿון וויצלערס, וואָס רעאַגירן אויף זייער ביטערער דאָליע מיט קלוגע, שאַרפֿע ווערטער און שפּיצלעך.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות ווערט געבראַכט די וויכטיקסטע ייִדישע תּפֿילה, "שמע ישׂראל"; די צען געבאָט, וועגן וועלכע די ייִדן האָבן דערהערט בײַם באַרג סיני, די מיצווה צו לערנען די תּורה מיט די קינדער און אַ צאָל אַנדערע זאַכן, וואָס האָבן צו טאָן מיטן ענין פֿון חוש־השמיעה — די פֿעיִקייט צו הערן.

"שמע ישׂראל" — דער אייבערשטער הייסט די ייִדן זיך אײַנצוהערן, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז ער איז דער איינציקער ג־ט, דער איינציקער, אמתער עצם און קוואַל פֿון אַלץ.

ליטעראַטור, חורבן
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלכּסנדר פּעטשערסקי

‫(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער) ‬

מיט אַלכּסנדר פּעטשערסקין האָב איך זיך באַקאַנט נאָך מיט איבער 62 יאָר צוריק, ווען אין מאָסקווער מלוכה־פֿאַרלאַג "דער אמת, וווּ איך האָב דאַן געאַרבעט, איז מיט אַ טיראַזש פֿון 12 טויזנט עקזעמפּלאַרן דערשינען זײַנס אַ קליין ביכעלע (64 זײַטן) "דער אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר". דעם ייִדישן מאַנוסקריפּט האָט ליטעראַריש באַאַרבעט דער באַקאַנטער שרײַבער נח לוריע. ווי מיר געדענקט זיך, האָט ניט לוריע און ניט די רעדאַקטאָרין, בליומע קאָטיק, אין טעקסט גאָרניט געענדערט:

ליטעראַטור

ס׳האָט זיך געקענט ענדיקן ערגער.

שוין באַלד אַ וואָך, ווי די דאָקטוירים האָבן געקעמפֿט פֿאַר איר לעבן, ניט קענענדיק שטעלן קיין גענויעם דיאַגנאָז, אָבער אָפּמערקנדיק אַ פֿולשטענדיקע נערוון־אויסשעפּונג. ערשט איצט האָט זיך דאָס מיידל ענדגילטיק אומגעקערט צום באַוווּסטזײַן, אָפּגעזופּט פֿון דער גלאָז טיי, אַפֿילו אויפֿגעגעסן אַ ביסן ברויט מיט פּוטער, און פֿאַלנדיק שווער אויף די קישנס, צום ערשטן מאָל דערשפּירט, אַז זי שלאָפֿט אײַן.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳ווייס נישט צי איך האָב אײַך אַמאָל דערציילט, נאָר מײַן שוועגערין איז געווען אַ שווערער פּאַסאַזשיר; און מיט שווער, מיין איך נישט בלויז איר שווערע וואָג, נאָר איר טראַגיש לעבן, פֿון וועלכן זי איז קיין מאָל נישט אַרויסגעקומען מיט גאַנצע ביינער. נאָך דער מלחמה, וווּ זי האָט זיך געראַטעוועט על־פּי נס, איז זי פֿון איר שטעטעלע קאַשאָו אין די קאַרפּאַטן, אַוועק קיין בערעקסאַס, וווּ עס האָט זיך אויך אָפּגעזוכט איר פֿרומער, אָדער בעסער געזאָגט, קרומער, טאַטע. נישט ווײַל ער איז געווען קרום, חלילה, נאָר זײַן פֿרומקייט איז געווען אַ קרומע. זי האָט אויך געפֿונען איר ברודער.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

אַ חבֿרטע מײַנע פֿון אוניווערסיטעט, וועלכע איך האָב שוין דרײַ יאָר נישט געזען, איז געקומען צו גאַסט דעם סוף־וואָך. איך בין געווען צופֿרידן זי צו זען און צו פֿאַרברענגען מיט איר. מיר פֿלעגן זײַן נאָענטע פֿרײַנד און במשך פֿון די יאָרן געבליבן אין קאָנטאַקט דורכן טעלעפֿאָן און בליצבריוו. כאָטש מיר האָבן גוט פֿאַרבראַכט, האָב איך געוואָלט זײַן אַליין נאָך דעם ווי איך האָב מיט איר פֿאַרבראַכט עטלעכע שעה יעדן טאָג.

רעצעפּטן
שפּינאַט מיט ראָזשינקעס

אינעם פֿריִערדיקן נומער "נײַעס פֿאַר בני־בית" האָב איך דערקלערט ווי צו מאַכן פֿינעף גרינגע סאַלאַטן, וואָס כ׳האָב געפֿונען אין אַ רשימה פֿון 101 סאַלאַטן אין דער "ניו־יאָרק טײַמס" מיט צוויי וואָכן צוריק. זינט דעמאָלט האָב איך כּמעט יעדן אויפֿדערנאַכט צוגעגרייט עטלעכע פֿון די סאַלאַטן, און מײַן מאַן, לייבל, זאָגט, ס׳איז אַזוי געשמאַק, אַז מער ווי דאָס דאַרף ער נישט. (ס׳העלפֿט אויך, אַז איך באַגלייט יעדן מאָלצײַט מיט צוגעברוינט ראַזעווע ברויט אָנגעריבן מיט קנאָבל!)

אָט זענען נאָך דרײַ סאַלאַטן פֿון דער זעלבער רשימה. ווידער גיב איך נישט אָן קיין מאָסן ווײַל מיט אַ סאַלאַט קאָן מען זײַן בייגעוודיק.