ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַן עלטערע זאַמלונג פֿון די מעשׂיות פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליער; פּשעמישל, אָן אַ דאַטע
אַן עלטערע זאַמלונג פֿון די מעשׂיות פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליער; פּשעמישל, אָן אַ דאַטע

"איין מאָל איז הערשעלע געזעסן צווישן אַ גרויסער געזעלשאַפֿט מיט וויכטיקע סוחרים. פֿרעגן זיי אים, "ר' הערש, ווער נייט אײַך צו דעם, וואָס איר פֿאַרברענגט די צײַט כּסדר אין לצנות. זאָגט הערשעלע — "זעקס זאַכן האָבן מיך געבראַכט דערצו. איך האָב איין ווײַב מיט פֿיר קינדער און קיין ברויט." די סוחרים איז זייער געפֿעלן געוואָרן דער ענטפֿער פֿון הערשעלען האָבן זיי אים געמאַכט אַ שיינע נדבֿה".

דער וויצלער הערשעלע אָסטראָפּאָליער (בײַ אונדז זאָגט מען — "הערשעלע סטראָפּעלער", אַנדערע "עסטראָפּאָלער) איז איינער אין אַ לאַנגער אייראָפּעיִשער טראַדיציע פֿון וויצלערס, וואָס רעאַגירן אויף זייער ביטערער דאָליע מיט קלוגע, שאַרפֿע ווערטער און שפּיצלעך. מע וואָלט געקענט אַוודאי פֿאַרגלײַכן די אַלע וויצלערס און אַפֿילו געפֿינען די זעלביקע וויצן, אָדער מעשׂיות, בײַ אַנדערע פֿעלקער נאָר אַנדערש געשלייערט. ווען מע לייענט די מעשׂיות אין די זאַמלונגען פֿונעם טערקישן און ספֿרדישן וויצלער, דערקענט מען באַלד זיכערע ענלעכקייטן אינעם הומאָר. אָבער דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער דריי און קנייטש אינעם כאַראַקטער פֿון הערשעלע גיט אים אַ באַזונדערן חן בײַ אונדז.

די ווײַטערדיקע מעשׂיות וועגן הערשעלע אָסטראָפּאָליער האָבן מיר געפֿונען אין צוויי ביכלעך אָן אַ דאַטע. אָבער, ס׳זעט אויס, פֿון פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה — "דער נײַער בוך פֿון וועלט־באַרימטן וויצלער הערשעלי אָסטראָפּאָלער", פֿונעם פֿאַרלאַג "אַמקרויט עט פֿרײַנד" אין פּשעמישל. די זאַמלונגען נעמען אַרײַן טאַקע ייִדישלעכע מעשׂיות, להיפּוך צו נײַערע קאָלעקציעס, אין וועלכע מע נעמט אַרײַן כּלערליי וויצן פֿון אַן אַנדער מין הומאָר; מע רופֿט דעם העלד "הערשעלע אָסטראָפּאָליע" און מע מיינט, אַז מע האָט אָפּגענאַרט דעם עולם. נאָר די עכטע מעשׂיות פֿון הערשעלען זענען אויסגעהאַלטן מיט זייער וויצלערישן כאַראַקטער און שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערע קאַטעגאָריע פֿאָלקס־חכמה.

קריטיקער ווײַזן אָן אויף אַן ענלעכקייט צווישן הערשעלע און דעם דײַטשן וויצלער פֿונעם מיטל־עלטער — טיל אולענשפּיגל — אַן אָרעמער וואַנדערער וואָס האָט אָפּגעטאָן שפּיצלעך סײַ בעל־מלאָכות, סײַ פֿירשטן און קעניגן. לויט דער לעגענדע האָט ער געלעבט און געשטאָרבן אינעם 14טן יאָרהונדערט, אָבער די ערשטע געדרוקטע זאַמלונגען זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן בײַם אָנהייב 16טן יאָרהונדערט אין דײַטשלאַנד. ווען דער דײַטש־ייִדישער שרײַבער חיים בלאָך האָט אַרויסגעגעבן זײַן בוך אויף דײַטש פֿון הערשעלעס וויצן, האָט ער עס אַפֿילו אָנגערופֿן "הערש אָסטראָפּאָלער, אַ ייִדישער טיל־אולענשפּיגל פֿונעם 18טן יאָרהונדערט" (בערלין, 1921).

וועגן הערשעלעס ביאָגראַפֿיע ווייסט מען גאָר ווייניק, און מען איז נישט זיכער צי ער האָט טאַקע געלעבט. אָבער אין זײַן אַרטיקל וועגן הערשעלע אין דער "ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע", גיט אָן דער שרײַבער פֿון דער אינפֿאָרמאַציע, דער הומאָריסט משה וואַלדאָקס, אַז הערשעלע איז געבוירן געוואָרן אַן ערך אין 1770 און געשטאָרבן אין 1810. טייל זאָגן, אַז ער שטאַמט פֿונעם אוקראַיִנישן שטעטל באַלטאַ און געוואָרן אַ שוחט אין אָסטראָפּאָל. דער פֿאַקט, וואָס מע האָט עפּעס ביאָגראַפֿישע פּרטים וועגן הערשעלען, באַשטעטיקט זײַן כאַראַקטער ווי אַ לעגענדע, דאָס הייסט, לויט אונדזער דעפֿיניציע, אַ מעשׂה וואָס דער עולם גלייבט איז אמת. לויט וואַלדאָקס האָט הערשעלע פֿאַרלוירן זײַן אַרבעט צוליב זײַן חוצפּהדיקער צונג און געמוזט אַרומוואַנדערן, ביז ער איז געוואָרן דער לץ בײַ ר׳ ברוכל פֿון מעזשביזש, דעם בעל־שם־טובֿס אייניקל. דערציילט מען אַזאַ מעשׂה —

דער רבי ר׳ ברוכל האָט אים געבעטן אַ סך מאָל מיטצופֿאָרן צו אַ באַן־סטאַנציע, הערשעלע זאָל פֿאַר אים געפֿינען אַ רויִק אָרט דאָרטן. הערשעלע האָט תּמיד ליב צו טון דאָס פֿאַרקערטע וואָס דער רבי וויל, דער רבי זאָל האָבן פֿון עפּעס צו לאַכן. ער האָט אים איין מאָל אַרײַנגעפֿירט אין אַ סטאַנציע, וווּ עס איז דווקא געווען אַ קליין קינד און דאָס קינד האָט אַ גאַנצע נאַכט געוויינט. זאָגט צו אים דער רבי "צו וואָס האָסטו דאָס געטון?" ענטפֿערט הערשעלע — 'איר מיינט, אַז דאָס איז אַ פּראָסט קינד, נאָר דאָס איז אַן אייניקל, און פֿון די אייניקלעך וועט מען לײַדן אַ צײַט מיט יאָרן’".

אַ נײַערע זאַמלונג פֿון די מעשׂיות פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליער, וואַרשע 1960
אַ נײַערע זאַמלונג פֿון די מעשׂיות פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליער, וואַרשע 1960

ר׳ ברוכל און הערשעלע — שוין איין מאָל אַ פּאָרל! דער רבי, ר׳ ברוכל איז געווען אַ שטרענגער, אַ כּעסן, און הערשעלע אָסטראָפּאָליער האָט אים תּמיד אויפֿגערעגט, און דאָס פֿאָלק פֿון שטעטל האָבן שוין געהאַט פֿון וואָס צו לאַכן. אין איין מעשׂה איז הערשעלע טאַקע געשטאָרבן צוליב ר׳ ברוכלס כּעס. אפֿשר דערפֿאַר דערציילט מען די ווײַטערדיקע געשיכטע:

דער רבי ר׳ ברוכל איז אַ מאָל געווען אויפֿן בית־עולם לעבן הערשעלעס קבֿר. טוט ער אַ געשריי "הערשל, וואָס ליגסטו אַזוי פֿאַרשמאַכט!" און ער האָט באַלד געהייסן ברענגען אַ ביסל בראָנפֿן און אויסגראָבן אַ גריבל און אַרײַנגיסן אין קבֿר. "קוויק דיך אַ ביסל און ליג נישט פֿאַרשמאַכט". וואָס ער האָט דערמיט געמיינט, ווייסט מען ניט עד־היום.

אָבער די מעשׂיות פֿון ר׳ ברוכל און הערשעלען פֿאַרנעמען נאָר אַ קליינע צאָל פֿון די אַלע מעשׂיות וואָס מע דערציילט וועגן אים.

אין אַ סך וויצן וויל הערשעלע אַרויסבאַקומען אַ נדבֿה בײַם גבֿיר און הערשעלעס חכמה געפֿעלט דעם גבֿיר אַזוי שטאַרק, אַז דער אָרעמער הערשעלע באַקומט טאַקע דאָס וואָס ער האָט געוואָלט. למשל:

איין מאָל איז הערשעלע אַרײַנגעגאַנגען צו אַ גבֿיר און האָט געזען ווי אַלע שטיבער זענען שיין אויסגעמאָלט. זאָגט ער צום גבֿיר — "בײַ מיר איז שענער געמאָלט". דעם גבֿיר האָט דאָס זייער פֿאַרדראָסן און ער ווײַזט אים נאָך שטיבער, נאָך שענער געמאָלט. זאָגט הערשעלע — "יאָ, עס איז טאַקע שיין געמאָלט, נאָר בײַ מיר איז אַ סך שענער געמאָלט". פֿרעגט אים דער גבֿיר, "וואָס איז דען בײַ אײַך אַזוי שיין געמאָלט?" ענטפֿערט אים הערשל — "פֿאַרשטייט איר, בײַ מיר איז געמאָלט, אַז איך האָב קיין ברויט ניט אין שטוב. האָט זיך דער גבֿיר זייער צעלאַכט און האָט אים געגעבן אַ גאַנץ פֿײַנע נדבֿה.

אין געוויסע מעשׂיות ווערט הערשעלע אַ פֿאַרטרעטער פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן־שטייגער און לאַכט אָפּ פֿון די "מאָדערנע" טיפּן וואָס רייכערן שבת, שפּילן קאָרטן, און האָבן נישט קיין דרך־ארץ פֿאַרן עלטערן דור און זייערע ווערטן. אַזוינע וויצן שטאַמען אַפּנים פֿון די ערשטע דורות פֿון דער משׂכּילישער תּקופֿה אין מיטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. אין אַנדערע וויצן דרייט זיך די חכמה אַרום ווערטערשפּילן, און אַזוינע חכמהלעך קען מען נאָר דערציילן אויף ייִדיש:

הערשל האָט אַמאָל גענומען אַ שטיקל ברויט און האָט זיך צוגעבונדן צו דער קאַפּאָטע און איז אַזוי אומגעגאַנגען אין גאַס. פֿרעגט אים איינער — "וואָס מאַכט איר ר׳ הערשל. ווי גייט דאָס אײַך אין דער פּרנסה?" ענטפֿערט אים הערשל — "אַ דאַנק גאָט, דאָס שטיקל ברויט שלעפּט זיך".

שוין צײַט מע זאָל אַרויסגעבן אַן אַרומנעמיקע זאַמלונג פֿון הערשעלע אָסטראָפּאָליערס וויצן און מעשׂיות; מיט זײַן בײַסיקער חכמה, וואָס שפּיגלט אָפּ אַן עכטן ייִדישן הומאָר, האָט ער עס כּשר פֿאַרדינט.

Di maise mit a ban-stantzie iz nisht gloibvirdig

"דער רבי ר׳ ברוכל האָט אים געבעטן אַ סך מאָל מיטצופֿאָרן צו אַ באַן־סטאַנציע, הערשעלע זאָל פֿאַר אים געפֿינען אַ רויִק אָרט דאָרטן." Oib Ostropoler hot gelebt tzvishn 1770 un 1810 er hot nisht gekont geen tzu a ban-stantzie vail zei hobn nisht gehat kein aizenbanen in Rusland azoi fri. Di aizenbanen in Rusland zainen geboit gevoren fil shpeter.