ליטעראַטור, חורבן
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלכּסנדר פּעטשערסקי
אַלכּסנדר פּעטשערסקי

‫(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער) ‬

מיט אַלכּסנדר פּעטשערסקין האָב איך זיך באַקאַנט נאָך מיט איבער 62 יאָר צוריק, ווען אין מאָסקווער מלוכה־פֿאַרלאַג "דער אמת, וווּ איך האָב דאַן געאַרבעט, איז מיט אַ טיראַזש פֿון 12 טויזנט עקזעמפּלאַרן דערשינען זײַנס אַ קליין ביכעלע (64 זײַטן) "דער אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר". דעם ייִדישן מאַנוסקריפּט האָט ליטעראַריש באַאַרבעט דער באַקאַנטער שרײַבער נח לוריע. ווי מיר געדענקט זיך, האָט ניט לוריע און ניט די רעדאַקטאָרין, בליומע קאָטיק, אין טעקסט גאָרניט געענדערט: ניט צוגעגעבן, ניט אַרויסגענומען. זעט אויס, דער מחבר אַליין, אַ שטאַרק אָנגעלערנטער, האָט גוט געוווּסט, וואָס עס פֿאָדערט זיך פֿאַרשווײַגן.

הײַנט קען איך ניט באַשטעטיקן אויף זיכער, נאָר דער טעקסט פֿון פּעטשערסקיס ייִדישן בוך (אין רוסיש דערשינען מיט אַ יאָר פֿריִער, אין 1945) איז גיכער פֿאַר אַלץ גענומען פֿון זײַנעם אַ ראַפּאָרט, וואָס דער רוסישער שרײַבער וועניאַמין קאַווערין האָט אים רעקאָמענדירט אָפּשיקן אין ראַט פֿון פֿאָלקס־קאָמיסאַרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

ס׳האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז ביז הײַנט האָב איך וועגן דעם קיין מאָל ניט געשריבן, נאָר אין אַ טעלעפֿאָן־געשפּרעך דערציילט עס איינעם פֿון די צונויפֿשטעלער פֿון ערשט־דערשינענעם אין מאָסקווע רוסישן בוך "סאָביבאָר". אויף אַן איידעלן אופֿן האָט מען בײַ מיר אָנגעפֿרעגט, צי ס׳לאָזט זיך צו דערווײַזן דעם פֿאַקט, אַז נאָכן אויפֿשטאַנד, נאָך דער פּאַרטיזאַנקע, איז פּעטשערסקי אָפּגעשיקט געוואָרן אין אַ שטראָף־באַטאַליאָן.

אָט דעם געגשפּרעך און אַ קאָפּיע פֿון אַ געהעריקן דאָקומענט, איבערגעשריבן מיט פּעטשערסקיס האַנט, האָבן די צונויפֿשטעלער פֿאַרעפֿנטלעכט מיט אַזאַ קאָמענטאַר: "זײַענדיק אין די סאָוועטישע באַדינגונגען, געצוווּנגען פֿיל אויסצובאַהאַלטן, אָפֿט נישט דערזאָגן (די סאָוועטישע פּרעסע האָט דעם ייִדישן חורבן פֿאַרשוויגן) האָט פּעטשערסקי אײַנגעזען אין לעוון זײַנעם אַ חבֿר — אַ מיטדענקער, וואָס איז פֿעיִק, ווי קיינער ניט, צו פֿאַרהיטן און דערטראָגן צו מענטשן דעם היסטאָרישן אמת. זייערע גורלות זײַנען געווען ענלעך, ביידע זײַנען זיי אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשישער געפֿאַנגענשאַפֿט און געקעמפֿט מיט די דײַטשן אויף דער אָקופּירטער טעריטאָריע. מיכאַיִל לעוו איז געווען שעף פֿון שטאַב פֿון אַ פּאַרטיזאַנער פּאָלק. וועגן זייער פֿיל־יאָריקער פֿרײַנדשאַפֿט זאָגן עדות פּעטשערסקיס 200 בריוו, וואָס געפֿינען זיך אין לעווס אַרכיוו".

צי איז אין געגעבענעם קאָמענטאַר נישט איבערגעכאַפּט די מאָס? מעגלעך, אַז יאָ און מעגלעך, אַז ניין. אַלנפֿאַלס, דער אויספֿיר איז נישט מײַנער און ניט איך האָב אַרויסגעבראַכט אַזוינע ווערטער. מיינען ווילט זיך, אַז אַ שטיק אמת שטעקט דאָ.

איז ווי האָט דער שטראַפֿניק (באַשטראָפֿענער) אַלכּסנדר פּעטשערסקי, געקענט זיך דערקלײַבן צו איינעם פֿון די סאַמע אָנגעזעענע רוסישע שרײַבער וועניאַמין קאַווערין?

פֿאָרגעקומען איז עס אַזוי: נאָך דעם סאָביבאָר־גיהנום, נאָך דער פּאַרטיזאַנקע, האָט זיך פֿון פּעטשערסקיס ליכטיקע האָפֿענונגען אויסגעלאָזט, ווי מען זאָגט אַ מאָל, אַ בוידעם (ס׳הייסט: ווען ס׳וואָלט געווען נאָר אַ בוידעם, וואָלט ער געמעגט בענטשן גומל). אין אַ וואַגאָן מיט פֿאַרקראַטעוועטע פֿענצטערלעך, אין דער באַגלייטונג פֿון אַ באַוואָפֿנטער וואַך, האָט מען אים געבראַכט אין אַ געדיכטן וואַלד, ניט ווײַט פֿון מאָסקווע. אין באַשטאַנד פֿון אַ באַזונדערן שטראָף־באַטאַליאָן האָט ער באַדאַרפֿט מיט זײַן אייגן בלוט אויסקויפֿן זײַנע כּלומרשט שווערע זינד, וואָס ער איז בעת דער מלחמה באַגאַנגען קעגן זײַן פֿאָטערלאַנד.

אָנגעהויבן האָט זיך עס פֿון אַ פֿרעגליסטע. אויסגעפֿרעגט האָט דער שעף פֿון באַטאַליאָן־שטאַב, גוואַרדיע־קאַפּיטאַן שענקין און אַ סאָלדאַט, אַ קאַנצעלאַריע־שרײַבער, האָט די ענטפֿערס פֿאַרשריבן. צו ערשט, האָט דער קאַפּיטאַן זיך פֿאַרנומען מיט אַ כאָפּטע גנבֿים, ערשט פֿון טורמע. אונטערוועלטניקעס, וואָס ניט שייך צו פֿאַרלייקענען. "אַמאָל (הייסט עס) יוגנטזינד". נאָך ביזן אויספֿרעג האָט דער קאַפּיטאַן ניט איין מאָל געוואָרפֿן אַ דורכדרינגענדיקן בליק אויף דעם זינדיקן פּעטשערסקי. געווען איז עס, מעגלעך, דערפֿאַר, וואָס ניט באַמערקן אַזאַ אויסגעצערט אַריסטאָקראַטיש פּנים און ווי פֿײַן ס׳האָט זיך נאָך אַלץ פֿאַרהיט די פֿיגור בײַ דעם מענטשן, האָט זיך ניט געלאָזט.

איין פֿראַגע, אַ צווייטע, פֿאַרוואָס ער האָט באַקומען אַזאַ גרויזאַמע שטראָף, און בײַ פּעטשערסקין האָט אַ קלאַפּ געטאָן דאָס האַרץ. ניט נאָר פֿאַר שרעק צו קעמפֿן אין אַ שטראָף־באַטאַליאָן, וווּ די שאַנסן צו בלײַבן לעבן זײַנען נישטיקע, נאָר גיכער פֿאַר אַזאַ אומגערעכטער באַליידיקונג, פֿאַר אומדערטרעגלעכן פֿאַרדראָס, פֿאַר מוראדיקן כּעס. אַ וואָרט פֿאַר אַ וואָרט און אַלכּסנדר האָט זיך צערעדט.

ניט אַנדערש, ווי דעם שטראַפֿניקס ווערטער האָבן דערלאַנגט אין ביין אַרײַן. דער קאַפּיטאַן האָט אים דערלאַנגט אַ שטול און פֿאָרגעלייגט אַ פּאַפּיראָס.

אין דעם זעלבן טאָג, שפּעט אין אָוונט, האָט דער קאָמאַנדיר פֿון באַטאַליאָן אַרויסגערופֿן צו זיך אין בײַדל פּעטשערסקין און אַרויסגעבראַכט איין וואָרט: "דערציילט!" ווען ס׳האָט שוין געהאַלטן בײַם שאַריִען אויף טאָג האָט דער מאַיאָר אַנדרייעוו פֿאַרסך־הכּלט דעם געשפּרעך אַזוי:

— אַלץ וואָס איר האָט מיר דערציילט דאַרף אומבאַדינגט דערגיין צו דער קאָמיסיע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אויספֿאָרשן די פֿאַרברעכנס פֿון די דײַטשישע רוצחים. דער אַדרעס איז אַזאַ... אַמבעסטן וואָלט געווען, ווען איר קענט אָנטרעפֿן צום שרײַבער, אַקאַדעמיקער אַלעקסיי ניקאָלײַעוויטש טאָלסטאָי. אַרויסגעבן אײַך אַן אָפּלאָז־שײַן קען איך ניט. באַשטימט אַליין, וואָס איר האָט צו טאָן. אויב מען וועט אײַך פֿאַרהאַלטן, קענט איר מעלדן, אַז מיט אַ ביטע אײַך אָפּצולאָזן האָט איר זיך צו מיר געוואָנדן, און איך האָב אײַך אָפּגעזאָגט. אײַך פֿאַרטרוי איך.

צו אַלעקסיי טאָלסטאָיען האָט פּעטשערסקי זיך דערקליבן, נאָר די שוועל פֿון זײַן קאַבינעט איז ער ניט אַריבערגעטראָטן. עמעצער פֿון דער קאָמיסיע האָט אים עטלעכע מינוט אויסגעהערט און אין זײַן אָנוועזנקייט אָנגעקלונגען וועניאַמין קאַווערינען און אין טאָלסטאָיס נאָמען געבעטן אויפֿנעמען אַזאַ און אַזאַ בירגער.

קוים זיך דערקליבן צום אָנגעוויזענעם אַדרעס, האָט ער בײַ קאַווערינען אין שטוב געטראָפֿן נאָך אַ שרײַבער. געווען איז עס דער באַקאַנטער פּאָעט פּאַוועל אַנטאָקאָלסקי.

דער פּאָפּולערער ליטעראַריש־קינסטלערישער און געזעלשאַפֿטלעך־פּאָליטישער זשורנאַל "Знамя" (די פֿאָן) האָט זייער אָפּעראַטיוו פֿאַרעפֿנטלעכט זייער דאָקומענטאַלע פֿאַצייכענונג "דער אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר". געווען איז עס אין נומ׳ 4 פֿאַרן 1945 יאָר (אונטערן זעלבן נאָמען איז דער מאַטעריאַל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין "שוואַרצן בוך", צונויפֿגעשטעלט און רעדאַקטירט פֿון וואַסילי גראָסמאַן און איליאַ ערענבורג).

די מערהייט פֿון די סאָלדאַטן, וואָס האָבן אָנגעטראָפֿן אין אַנדרייעווס שטראָף־באַטאַליאָן זײַנען אומגעקומען. אַלכּסנדר פּעטשערסקי, זעט אויס, איז טאַקע געבוירן געוואָרן אין אַ מזלדיק העמדל. אַזוינס איז שווער אַרויסצורעדן, נאָר אים האָט אָפּגעגליקט. ער איז נאָר שטאַרק פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. עמעצער האָט אים אַרויסגעטראָגן פֿון אונטערן פֿײַער און דערטיילט די ערשטע מעדיצינישע הילף. לויט עמעצנס אַ באַפֿעל האָט ער אָנגעטראָפֿן אין אַ מיליטערישן שפּיטאָל ניט ווײַט פֿון מאָסקווע.

איז צוליב וואָס דערמאָן איך עס? איך טו עס, ווײַל קיינער פֿון זײַנע נאָענטע און אַפֿילו פֿון די סאָביבאָראָווצעס, וואָס האָבן גוט געקענט זייער רעטער — זיי האָבן עס פֿון אים קיין מאָל ניט געהערט. אייניקע ווילט זיך ביז הײַנט נישט גלייבן, אַז אַזוינס האָט געקענט געשען און אויב שוין יאָ, איז פֿאַרוואָס האָט ער פֿון אַלעמען דעם פֿאַקט אויסבאַהאַלטן. דאָס ניט באַנעמען לאָזט זיך פֿאַרשטיין, ווײַל אַזוינס פּאַטויפּעט זיך ניט אין מוח. מעגלעך, אַז די שאלה וואָלט איך אפֿשר געקענט פֿאַרענטפֿערן, נאָר צוליב דעם וואָלט איך באַדאַרפֿט זיך נעמען גריבלען אין די טיפֿסטע טיפֿענישן פֿון פּעטשערסקיס אינערלעכער וועלט און דערבײַ נאָך דערמאָנען, אַז אים, דעם קעמפֿער ביזן לעצטן אָטעם, איז נישט איין מאָל שווער אויסגעפּרוּווט געוואָרן. דאָס איז ניט שטענדיק דערלאָזלעך. דעריבער זאָל עס אָנגענומען ווערן ווי נאָך אַ שטריך פֿון זײַן ניט פּשוטן כאַראַקטער.

קלאָגן זיך און וועקן רחמנות איז אים שטענדיק געווען דערווידער; און כּדי איר זאָלט זיך איבערצײַגן, אַז דאָס איז אַזוי און ניט אַנדערש, דערלויב איך זיך צו ברענגען געציילטע עטלעכע שורות פֿון פּעטשערסקיס צוויי בריוו צו מיר און אַ קאָפּיע פֿון אַ צײַגעניש איבערגעשריבן מיט פּעטשערסקיס האַנט (זײַנע האַנט־אותיותלעך איז שווער ניט צו דערקענען).

אָט זײַנען די ערשטע ווערטער פֿון זײַנעם אַ בריוו צו מיר, געשריבן דעם 19טן אַפּריל 1979: די רייד גייט וועגן אַ פֿאַרדריסלעכן ענין, וואָס דאַרף איבערגעגעבן ווערן דער עפֿנטלעכקייט.

"טײַערער מיכאַיִל!

וועגן דעם קען איך שרײַבן בלויז אײַך איינעם. מיט אײַך טיילן מיר זיך (איך און אָליע) אַפֿילו וועגן אונדזער פֿאַמיליע־לעבן".

און צום סוף: "האָב איך אײַך אַלץ דערציילט (ס׳הייסט, אָנגעשריבן), און מיר איז לײַכטער געוואָרן".

פֿון אַ צווייטן בריוו, דאַטירט דעם 7טן פֿעברואַר 1986.

"איר אַליין ווייסט זייער גוט, אַז אײַך, דעם ערשטן, שיק איך אַלע מאַטעריאַלן וועגן סאָביבאָר. מיט גרויסע שוועריקייטן, נאָר איך דרוק זיי איבער פֿאַר אײַך. איך טו עס, ווײַל איך ווייס ווי איר היט זיי אָפּ. דאָס מאָל שיק איך אײַך פֿינף אַרטיקלען וועגן פֿרענצלען. אויב איר קלײַבט זיך שרײַבן וועגן וואַגנערן, וועל איך זיך אַ גריבל טאָן אין מײַן אַרכיוו און אַרויסשיקן.

מיר נעמען אײַך אַרום און קושן אײַך — אָליע, אַלכּסנדר.

פּ״ס: די בריוו האָב איך נישט קאָנטראָלירט. כ׳האָב דערלאָזט פֿיל גרײַזן, לייגט נישט קיין אַכט. נאָר אײַך קען איך זיך אַזוינס דערלויבן. קיין אַנדערן, בשום־אופֿן נישט".

ס׳איז נישט צום באַרימען זיך, נאָר כּמעט אויף יעדן זײַטעלע פֿון מײַנע מאַנוסקריפּטן וועגן סאָביבאָר וועט איר אָנטרעפֿן אויף פּעטשערסקיס שריפֿטלעכע באַמערקונגען און צו מאָל אַפֿילו עטלעכע. דאָס הייסט ניט, אַז איך, דער מחבר, האָב אים שטענדיק געפֿאָלגט. נאָר געווען איז עס לויט אַ קעגנזײַטיקער אײַנפֿאַרשטענדיקונג. דאַן פֿלעגט ער, געוויינטלעך אָן ווערטער, צושאָקלען מיטן קאָפּ.

יאָ, איך האָב געהאַט דאָס גליק זײַן יאָרן־לאַנג באַפֿרײַנדעט מיט איינעם פֿון דער וווּנדערלעכער פּלעיאַדע זייער באַרימטע ייִדישע גיבורים. זײַן העראָיִזם האָט ער אַרויסגעוויזן דאַן, ווען די געשיכטע פֿון ייִדן האָט נאָך קיין מאָל נישט געוווּסט פֿון אַזוינע מערדערישע גזירות. זיך נישט דערלויבן שטיין מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ איז געווען טיף פֿאַרוואָרצלט אין זײַן געמיט. למען־האמת דאַרף געזאָגט ווערן, אַז אָנמאָלן אין אַלע נייטיקע פֿאַרבן, מיט בולטסטע רעאַלע פֿאַקטן זײַן פּאָרטרעט, ווי ער האָט עס פֿאַרדינט, האָט זיך נאָך דערווײַל קיינעם נישט אײַנגעגעבן. דערציילן ווי אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז שווער געווען אַ מענטשן מיט פֿעסט אײַנגעשטעלטע הויכע מאָראַלישע פּרינציפּן, נישט אײַנגיין אויף קיין שום קאָמפּראָמיסן מיט זײַן געוויסן, דאָס איז נישט אַזוי גרינג.

הײַנט איז אַלכּסנדר פּעטשערסקי שוין אַליין געוואָרן אַ לעגענדע.

* * *

אין זשאַנער פֿון דאָקומענטירטער קינסטלערישער פּראָזע, וווּ עס דאָמינירן וויכטיקע געשעענישן פֿון היסטאָרישן כאַראַקטער, דאַרף, פֿאַרשטייט זיך, דער סיפּור־המעשׂה זיך באַזירן אויף רעאַלע פֿאַקטן — ווירקלעכע געשעענישן, דאָקומענטן, עדות־זאָגן; צו מאָל טאָגביכער, בריוו, פֿאָטאָגראַפֿיעס און נאָך, נאָך זאַכן, וואָס אַלץ איז נישט צום איבעררעכענען. ס׳וואָלט אָבער געווען אַ טעות צו מיינען, אַז בײַם דעמאָנטירן דעם סוזשעטישן פֿאָדעם־געפֿלעכט קען מען זיך באַגיין בלויז מיט דעם "טרוקענעם" אמת, אָן אַ צוגאָב־פֿאַרטראַכט און ווילט איר, וועלן מיר, אָנרופֿן דאָס קינד בײַם נאָמען און זיך אויסדריקן: אָן פֿאַנטאַזיע.

כּדי בעסער, אָפֿט צוטריטלעכער, אַרויסברענגען דעם ריינעם אמת, קומט אויס זיך צו דערלויבן עפּעס צוצוגעבן, אָנהאַלטנדיק דערבײַ דעם וואָרהאַפֿטיקן קערן. ווי אַ כראָניקער, וואָס מוז זיך האַלטן אין ענגע ראַמען, וווּ די מיטטיילונגען, אַפֿילו פֿון ביז גאָר באַגלייבטע און אָפֿיציעלע דאָקומענטן, אויך דאַטירונגען, דאַרפֿן נאָך דורכקאָנטראָלירט ווערן; אָבער אַפֿילו דאָס אַליין, איז נישט מער ווי טרוקענע דאָקומענטאַציע, וואָס שאַפֿט ניט קיין באַזונדער עמאָציאָנעלע אַטמאָספֿער און קיין גרויסע, לאַנגדויערנדיקע אויסווירקונגס־קראַפֿט אויפֿן לייענער. עס פֿאָדערן זיך נאָך קינסטלערישע זאַפֿטן, אַרײַנטײַטשונגען וואָס פֿאַרברייטערן די האַנדלונגען, צעמענטירן די פֿאַבולע אַרום דעם טראַגיזם פֿון די מלחמה־געשעענישן און דאַן עס דערגאַנצן מיט לײַדנשאַפֿטן פֿון די אָנגעמאָלטע געשטאַלטן. אַזאַ ווערק, וואָס פֿאַרמאָגט אַ לעבעדיקע באַשרײַבונג, קען אַפֿילו ווערן אַ טיף־איבערצײַגנדיקער שטודיום־אָביעקט.

און נאָך: איך לויף דורך אין געדאַנק אַלע מײַנע פֿילצאָליקע באַגעגענישן מיט לייענער, מײַן ליטעראַרישן סך־הכּל, וואָס האַלט מיר אין איין דערמאָנען, אַז מען קען נישט און מען טאָר נישט נאָך אַנאַנד דערציילן סיפּורים וועגן דעם מוראדיקן חורבן (גאָר אַנדערש ווערן אויפֿגענומען בײַשפּילן פֿון ייִדישער גבֿורה און מסירת־נפֿש. דאָ איז מען גרייט צו הערן מיט אַן אָפֿן מויל און אויערן). באַזונדערס געהערט עס צו טיף־לײַדנשאַפֿטלעכע עלטערע מענטשן מיט זייער אומגעשטילטן זכּרון, וואָס לאָזט נישט צו רו. ס׳איז אַוודאי זייער ווייטיקדיק אַ וועלט מיט יאָרן אַזוינס צו געדענקען. אָבער מיט גרויס אויפֿגעבראַכטקייט נעמען זיי אויף אַזוינע רייד, אַז ס׳איז שוין גענוג זיך צו פֿאַרנעמען מיט דעם וואָס אַמאָל איז געווען. זוכן זיך דאָך אויס נישט ווייניק, כּלומרשט, גוט־האַרציקע און דערבאַרעמדיקע, וואָס טענהן: "וויפֿל איז דער שיעור זיך צו גריבלען אינעם קאַלטן אַש? וואָס די ערד דעקט צו, מוז פֿאַרגעסן ווערן. צי דען דאַרף די פֿאַרגאַנגענהייט, ווי אַ שאָטן אונדז אייביק נאָכיאָגן און פֿאַרפֿאָלגן".

ווען מערדער ווילן פֿאַרטרײַבן זייערע שאָטנס, וואָס ציִען זיך ביז הײַנט צו טאָג און וועלן זיך נאָך פֿאַרהיטן אויף דור־דורות, דאָס איז צום באַנעמען. נאָר ווי מעג איך פֿאַרגעסן, אָדער אַפֿילו זיך סטאַרען צו פֿאַרנעפּלען דעם פֿאַקט, אַז פֿאַר דערשיסן מײַן מאַמע, האָבן דײַטשן זי געשלאָגן מיט ביקסקאָלבעס, זי זאָל זיך ווי אַ סאָלדאַט אויסגלײַכן. אָדער ווי מײַן טאַטן, מיט נאָך ייִדן, האָט מען אין אַ לאַנג־פֿאַרקאָנסערווירטער שאַכטע, ניט אַראָפּגעוואָרפֿן, נאָר אַראָפּגעלאָזט, און זי ווידער פֿאַרקלאַפּט. פֿאַרקאָנסערווירט.

(צווישן די פֿילצאָליקע באַשולדיקונגס־דאָקומענטן, וואָס האָבן פֿיגורירט אויפֿן אײַכמאַן־פּראָצעס אין ירושלים, איז געווען אַ ראַפּאָרט, אַדרעסירט צו אײַכמאַנען, וווּ עס ווערט גענוי מיטגעטיילט, ווי די אײַנזאַץ־איינהייט נומ׳ 6 האָט ליקווידירט "די אַרבעטסקראַפֿט" פֿון אונדזער ייִדישן דאָרף).

(סוף אין קומענדיקן נומער)

(די סאָוועטישע פּרעסע האָט דעם ייִדישן חורבן פֿאַרשוויגן)

Di slaven hobn oich dermorded a sach idn verend di pogromen dem anfang fun dem 20-en yorhundert. Desvegen di sovetishe regirung hot nisht gevolt redn vegen dem hurban vail den emetzer volt gefregt zei vegen di pogromen.