|
דאָקומענטאַלער ראָמאַן "סאָביבאָר" |
|
יאָרן גייען; ניין — זיי לויפֿן — און וואָס ווײַטער מיר גייען אָפּ פֿון די גרויליקע חורבן־צײַטן, אַלץ מער דערוויסן מיר זיך נײַע פֿאַקטן וועגן ייִדישן אומקום און באַזונדערס, וועגן אומגעהערטער גבֿורה.
טיילווײַז דערקלערט זיך עס דערמיט, וואָס אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען אייניקע ביז גאָר וויכטיקע דאָקומענטן אויף דער טעמע געווען פֿאַרשפּאַרט אויף זיבן שלעסער. איך ווייס וועגן פֿאַלן, ווען אַזוינע, ביז גאָר וויכטיקע מאַטעריאַלן, האָבן אָן אַ פֿאַרוואָס אָנגעטראָפֿן אין אַבסאָלוט צופֿעליקע אַנשטאַלטן, וווּ זיי האָבן בײַ קיינעם קיין שום אינטערעס נישט אַרויסגערופֿן.
צו זיי האָט זיך יאָרן־לאַנג קיינער נישט צוגערירט און בלויז אַ דאַנק אַ צופֿאַל, זײַנען זיי אָפּגעראַטעוועט געוואָרן פֿון פֿאַרגעסעניש. איז ווער ווייסט, וויפֿל ס’איז נאָך פֿון אונדז פֿאַרבאָרגן און וועט שוין קיין מאָל ניט אַנטפּלעקט ווערן, און ווי ניט דערמאָנען, אַז דאָס דאָקומענטירן וועגן ייִדישער העלדישקייט איז ניט צום איבערשאַצן ניט נאָר פֿאַר דער געשיכטע, נאָר אויך פֿאַר דעם הײַנטיקן און, מעגלעך, נאָך מער פֿאַר דעם מאָרגנדיקן טאָג. דאָס איז ניט שווער צו פֿאַרשטיין, ווײַל אין אַזאַ וועלט לעבן מיר. אַלץ דאַרף זײַן אַזוי דערוויזן, אַז קיינער זאָל ניט וואַגן די פֿאַקטן אָפּלייקענען.
אַזוי, אַ שטייגער, איז ערשט זעכציק יאָר נאָכן געשעענעם אַנטדעקט געוואָרן אַ שוידערלעכער טאָגבוך פֿון אַ יונג ייִדיש מיידל פֿון האָלאַנד, וואָס איז אומגעקומען אין דער חורבן־תּקופֿה. איך לייען און מיר דאַכט זיך, אַז איך הער איר ציטערדיק קול. העלענאַ דין האָט געשריבן אַ טאָגבוך און בריוו צו איר חבֿר, ווען זי האָט שוין פֿאַרשטאַנען, אַז זי געפֿינט זיך פֿון יענער זײַט לעבן. ס’האָט לאַנג נישט געדויערט, ווי העלענאַ און איר משפּחה זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן. היטלערס חלף האָט זיי אָפּגעווישט פֿון דער ערד בלויז דערפֿאַר, ווײַל זיי זײַנען ייִדן.
איר, העלענען, וואָס האָט נאָך ניט באַוויזן צו זינדיקן, האָט דאָס פֿײַער אײַנגעשלונגען, נאָר די דריבנע אותיותלעך אויף בייגעלעך פּאַפּיר זײַנען געבליבן. אין די צײַטונגען איז איר פֿאָטאָגראַפֿיע באַגלייט מיט אַזאַ שרײַענדיק קעפּל: נישט בלויז אַזאַ פֿראַנק!
אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון פֿאָריקן, בלוטיקן, יאָרהונדערט איז אויף דור־דורות פֿאַראייביקט די דאַטע פֿון אַפּריל 19, 1943, ווען אָן שאַנסן אויף אַן ענדגילטיקן זיג, אָן אילוזיעס לעבן צו בלײַבן, זײַנען די קדושים פֿון וואַרשעווער געטאָ אַרויס אין אַן אָפֿענער שלאַכט. מרדכי אַנילעוויטש, דער קאָמאַנדיר פֿון דער קעמפֿערישער געטאָ, האָט דאַן געמאָלדן: "ייִדישער זעלבשוץ איז געוואָרן אַ פֿאַקט, ייִדישער ווידערשטאַנד און נקמה זײַנען געוואָרן אַקטועל".
מרדכי אַנילעוויטש איז געווען מער ווי גערעכט. הײַנט ווייסן מיר עס אויף זיכער. נאָך אַזאַ העלד, וואָס דאַרף אונדז דינען ווי אַ סימבאָל פֿון אַן אומגליקלעכן, אָבער ניט אײַנגעבראָכענעם פֿאָלק, אַלכּסנדר פּעטשערסקי, וואָס האָט מיט זײַנע חבֿרים דערגרייכט דעם באַרגשפּיץ פֿון געלונגענעם ווידערשטאַנד און דערמיט אַרײַנגעשריבן אַ רומרײַך קאַפּיטל פֿון אומגעהערטער ייִדישער גבֿורה. ער האָט אים אין יאָרן אַרום ווי געענטפֿערט:
"אונדזער אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָרער טויטן־לאַגער האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ זיג — מיר האָבן אומגעבראַכט כּמעט אַלע פֿאַשיסטישע אָפֿיצירן (צוועלף פֿון פֿערצן — מחבר), דורכגעריסן די צוימען פֿון די היטלעריסטן (דעם שטעכלדראָט, די ריוון, די מינענפֿעלדער), זיך נוקם געווען אינעם שׂונא בײַ אים אין הינטערלאַנד".
וועגן דעם, ווי צו די סאָביבאָרער קאַצעטניקעס זײַנען דערגאַנגען ידיעות, ווי די געשולטע דײַטשישע מערדער, געשטיצט פֿון טאַנקן און אַרטילעריע האָבן געמוזט פֿון דער קעמפֿנדיקער וואַרשעווער געטאָ אָפּטרעטן, און וועגן דער מרידה אין טרעבלינקע, האָט אַ. פּעטשערסקי דערציילט אין אַ ספּעציעלן אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט אין "סאָוועטיש היימלאַנד". די געטאָ־אויפֿשטענדלער אין וואַרשע האָבן שטאַרק דערמוטיקט די העלדישע קעמפֿער אין טרעבלינקע און סאָביבאָר. די טויט־לאַגערן זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין שלאַכט־לאַגערן. אַזוינס האָט צו זיך קיין גלײַכן ניט געהאַט.
* * *
ניט לאַנג צוריק האָט מיר פֿון "יד־ושם"־אינסטיטוט אָנגעקלונגען ד״ר אַהרן שנייער, אַ מחבר פֿון עטלעכע געלונגענע ביכער וועגן דער צווייטער וועלט־מלחמה און מיטגעטיילט, אַז ער שיקט מיר אַרויס אַ בוך "סאָביבאָר", וואָס איז ערשט דערשינען אין מאָסקווע. קלאָר, אַז אין עצם קעפּל איז שוין אַרויסגערעדט דער אינהאַלט און אַז די עקספּאָזיציע פֿון בוך פֿירט צו חורבן־פֿאָרשונג. קוים איז עס אַזוי האָב איך מיט נײַגער אַרויסגעקוקט אויפֿן ספֿר און ווי נאָר אים באַקומען, האָב איך זיך גלײַך פֿון דער פּאָסט געלאָזט אין אַ דערבײַיִקן סעדל און זיך גענומען פֿאַר דער אַרבעט. מײַנער אַ באַקאַנטער האָט זיך צוגעזעצט אויף דער באַנק וווּ איך בין געזעסן און אַרײַנקוקנדיק דורך די דיקע גלעזער פֿון זײַנע ברילן אין בוך וואָס כ’האָב ערשט באַקומען, אַ פֿרעג געטאָן:
— וועגן וואָס גייט דאָ אַ רייד?
מיט געציילטע עטלעכע ווערטער האָב איך אים דערקלערט; און גלײַך האָט ער אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט און ווידער אַ פֿרעג געטאָן:
— צי דען איז עס אַ נאָווינע? האָט מען דען ביז הײַנט ווייניק וועגן דעם געשריבן? מיר דאַכט, אַז וועגן טויזנטער אומגעבראַכטע האָט מען שוין דערציילט, איז וואָס נאָך?
אַרויסגעזאָגט זיך און מיט אַן אויסדרוק פֿון אַ שטענדיק גערעכטן, וועמען ס’איז בשום־אופֿן נישט צום דערווידערן, האָט ער זיך גענומען פֿאַר זײַן מיניאַטורן ראַדיאָ־אויפֿנעמער. מײַן ענטפֿער אויף זײַן "איז וואָס נאָך?" — איז צו זײַן אויער נישט דערגאַנגען. איז חזר איך אים דאָ איבער:
יאָ, געשריבן. יאָ, וועגן טויזנטער האָט מען שוין דערציילט און אַלץ איינס איז וועגן חורבן און גבֿורה ווײַט ניט אַלץ אַרויסגעבראַכט געוואָרן. עס מוז נאָך באַטאָנט ווערן: מענטשן און זייערע גורלות לאָזן זיך ניט כּפֿלען, טיילן. יעדן איינעם איז ניט צום איבערחזרן. יעדער איז אַליין פֿאַר זיך — און לאָזט זיך ניט פּשוט ציילן. ס’איז, ליידער, נישט צום אויספֿילן, אָבער יושר פֿאָדערט מען זאָל, חלילה, אין קיינעם נישט פֿאַרגעסן, נישט דורכלאָזן. אַזוינע ווערק וואָלטן באַדאַרפֿט זײַן זעקס מיליאָן און נישט ווייניקער.
* * *
וועגן דעם, אַז די מאָסקווער היסטאָריש־ליטעראַרישע געזעלשאַפֿט "Возвращение", וואָס אויף אונדזער מאַמע־לשון באַטײַט עס "אומקער" אָדער "צוריקקער", גרייט אַזאַ בוך, האָב איך געוווּסט. מיט אַ ביטע צו העלפֿן מיט מאַטעריאַלן פֿון מײַן אַרכיוו האָבן זיך צו מיר געוואָנדן די צונויפֿשטעלער פֿון בוך: ס. ס. ווילענסקי, ג. ב. גאָרבאָוויצקי און ל.אַ. טיאָרושקין. איך האָב, ווי ווײַט דאָס איז מעגלעך, זיך געסטאַרעט טאָן אַלץ, כּדי זיי מיטצוהעלפֿן.
איז צו ערשט וועגן דעם, וואָס עס שטעלט מיט זיך פֿאָר אָט די געזעלשאַפֿט: געגרינדעט האָט זי אַ גרופּע פּאָליט־פֿאַרשיקטע, בראָש מיט דעם געוועזענעם סטודענט פֿון מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט סעמיאָן ווילענסקי. געווען איז עס נאָך מיט 46 יאָר צוריק. דאָך האָבן די געוועזענע פֿאַרשיקטע אין די סטאַלינישע קאַטאָרזשאַנסקע רעזשים־לאַגערן אָנגערופֿן זייער אָרגאַניזאַציע "קאָלעמאַער געזעלשאַפֿט".
די אָפֿיציעלע רעגיסטראַציע איז דערמעגלעכט געוואָרן ערשט אין 1990, ווען ס׳איז געקומען די לאַנג־דערוואַרטע צײַט פֿון "גלאַסנאָסט" און "פּערעסטראָיקאַ" ("עפֿנטלעכקייט" און "איבערבויונג"). די צילן און דער פֿאַרנעם פֿון דער געזעלשאַפֿט האָבן זיך שטאַרק פֿאַרברייטערט און זיי האָבן זיך אָנגערופֿן "מאָסקווער היסטאָריש־ליטעראַרישע געזעלשאַפֿט". דער אָנפֿירער איז געווען און פֿאַרבליבן דער אומדערמידלעכער געזעלשאַפֿטלעכער טוער, טאַלאַנטפֿולער דיכטער און שאַרפֿער פּובליציסט סעמיאָן ווילענסקי. ער האָט זיך דערשלאָגן אויפֿצושטעלן אַ פֿאַרלאַג, וואָס לאָזט אַרויס אַ היפּשע צאָל ביכער און אַן אַלמאַנאַך "Воля" ("ווילן") מיט אַ פֿאַרנעם פֿון העכער 500 זײַטן.
אין די מערהייט ווערק, וואָס ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט, ווערט דערציילט וועגן די קרבנות פֿונעם סטאַלין־רעזשים, אָבער די חורבן־טעמע ווערט אויך ניט אויסגעמיטן. ס’איז נישט צום פֿאַרגלײַכן, נאָר ווײַל זיי זײַנען אָן אַ פֿאַרוואָס פֿאַרמישפּט געוואָרן, ווערט בײַ אָט די פֿיל־לײַדנדיקע מענטשן די ייִדן־קאַטאַסטראָפֿע אויפֿגענומען באַזונדערס ווייטיקדיק. אַזוי זײַנען אין דעם פֿאַרלאַג דערשינען צוויי ביכער אין רוסיש וועגן ייִדישן ווידערשטאַנד: "דערינערונגען פֿון אַ ייִדן — אַ פּאַרטיזאַן" פֿון מלך באַרקאַלטשוק־פֿעלין און "אַזוי זײַנען אומגעקומען די ייִדישע קהילות פֿון פּינסק און קאָבלין".
אויך אין אַלמאַנאַך זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ ריי מאַטעריאַלן וועגן ייִדישן אומקום און גבֿורה און צווישן זיי די דערינערונגען פֿון אַ. גלאַזער, וועלכער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין טרעבלינקער טויטן־לאַגער.
בײַ דער געלעגנהייט ווילט זיך אויך דערמאָנען, אַז אין אַלמאַנאַך נומ’ 8 פֿאַרן יאָר 2008 איז פֿון "פֿאָרווערטס", אין דער איבערזעצונג פֿון מאַשע ראָלניקײַטע (סאַנקט־פּעטערבורג), איבערגעדרוקט מײַנע אַ גרעסערע אַרבעט וועגן דעם באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער יוסף ראַבין (1909—1987), וואָס האָט זעקס יאָר זיך אָפּגעמאַטערט אין טורמעס און לאַגערן.
שוין אין סאַמע אָנהייב פֿון בוך ווערט געזאָגט, אַז "דער אויפֿשטאַנד פֿון די אַסירים אין טויטן־לאַגער סאָביבאָר אין אָקטאָבער 1943, מיט וועלכן ס’האָט אָנגעפֿירט דער סאָוועטישער לייטענאַנט אַלכּסנדר פּעטשערסקי, איז איינע פֿון די רומפֿולסטע העלדנטאַטן פֿון ייִדישן ווידערשטאַנד אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס איז גוט באַקאַנט אויף מערבֿ און ווייניק באַקאַנט דעם רוסישן לייענער".
איז גוט האָבן די צונויפֿשטעלער געטאָן, וואָס גלײַך נאָכן אַרײַנפֿיר־וואָרט ווערט געגעבן, ליידער, נישט קיין באַריכותדיק און דאָך אַן אינפֿאָרמאַטיוו קאַפּיטל "די ענדגילטיקע לייזונג פֿון דער ייִדן־פֿראַגע". ס’הייסט, ניט באַריכותדיק, פֿונדאַמענטאַל איז עס פֿאַר די, וואָס ווייסן שוין נישט ווייניק און ווילן זיך דערוויסן נאָך מער. נאָר אויב אַ קלער צו טאָן, איז עס ניט קיין שלעכטער אָנהייב פֿאַר פֿיל הונדערטער טויזנטער, וואָס האָבן ניט קיין מינדסטע פֿאָרשטעלונג, וואָס מיט אונדז, ייִדן, איז פֿאָרגעקומען אין די יאָרן 1939—1945, גרויזאַמע יאָרן, ווען היטלער האָט פֿאַרפֿלייצט די וועלט מיט שׂינאה, מאָרד און צעשטערונג. צו זיי זײַנען נישט דערגאַנגען די טרויעריקע סיפּורים וועגן מוראדיקן חורבן און ניט וועגן אומגעהערטער ייִדישער גבֿורה און מסירת־נפֿש.
פֿאַר אַזאַ עולם איז מיר נישט איין מאָל אויסגעקומען אויפֿצוטרעטן נאָך מיט העכער פֿערציק יאָר צוריק, איז אפֿשר נישט צום חידושן זיך, וואָס פֿאַר די הײַנטצײַטיקע לײַט פֿאָדערן זיך כאָטש עלעמענטאַרע ידיעות. די טעמע איז געווען כּמעט פֿאַרהוילן. גראָד פֿאַר זיי קענען די ביכער, געשריבן מיט פֿאַכמענישער בקיאות, מיט אַ גוטן צוקלײַב פֿון מאַטעריאַלן און מיט אַ קיצור פֿון די וויכטיקסטע פּאַסירונגען, רעגן דעם געדאַנק און אַרויסרופֿן אַ געהעריקן אײַנפֿלוס. אין דעם פֿאַל איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז ביז גאָר אַקוראַט ווערן מיט קורצע פּרטים אָנגעוויזן די קוואַלן — פּערזאָנען, אָרגאַניזאַציעס, אַנשטאַלטן. אויב עס גייט אַ רייד וועגן ביכער, צײַטונגען, זשורנאַלן, איז אָנגעוויזן דאָס אָרט און יאָר, ווען זיי זײַנען דערשינען. אַ היפּש אָרט פֿאַרנעמען די אילוסטריר־מאַטעריאַלן און אַ זוכצעטל פֿון נעמען.
ס׳איז גענוג בלויז אַ בלעטער צו טאָן דאָס בוך, כּדי אײַנצוזען אַ געפֿלעכט פֿון שטרענגער דאָקומענטאַציע און גענויע דערינערונגען פֿון על־פּי־נס לעבן־געבליבענע, וואָס מיט זייערע באַווײַזן האָבן זיי אָפֿט דערגאַנצט. צום אויסדרוק קומען רירנדיקע וויזיעס, אויפֿטרייסלענדיקע חורבן־בילדער און, דער עיקר, ווי אויף דער שוועל פֿון די אײַנגעשלאָסענע גאַזקאַמערן — אין אָנבליק פֿון אומפֿאַרמײַדלעכן שרעקלעכן טויט, אָן געווער, אָן אַ פּלאַצדאַרם פֿאַר אַ צוריקקער, אין באַדינגונגען פֿון פֿולשטענדיקער איזאָלאַציע, ניט וויסנדיק אַפֿילו, וואָס עס טוט זיך פֿון יענער זײַט שטעכלדראָט — רײַפֿט דער גײַסט פֿון גאָר אַ באַזונדערער מין גבֿורה. אַ גבֿורה, וואָלט איך געזאָגט, וואָס האָט צו זיך קיין גלײַכן ניט.
צי איז פֿאַראַן אַ גרונט אָנצוּווײַזן אויף דערלאָזטע אין בוך בלויזן? דערווידערן און דאָקומענטאַלע דערווײַזן, אַז ניט אַלץ, וואָס איז אָפּגעדרוקט שוואַרץ אויף ווײַס איז אויף אַן אמת פֿאָרגעקומען. קוים האָב איך געשטעלט אַ פֿרעגצייכן, קומט דער ענטפֿער: פֿאַראַן, נאָר בעסער וועל איך זיך מאַכן ניט וויסנדיק און זיך אויסדריקן אַזוי — די מאָסקווער היסטאָריש־ליטעראַרישע געזעלשאַפֿט "Возвращение", די דרײַ צונויפֿשטעלער און אַלע די, וואָס האָבן צוגעלייגט אַ האַנט, כּדי אַרויסצוהייבן און, ווי ווײַט מעגלעך, דאָקומענטירן אַזאַ וויכטיקע טעמע, קומט פֿאַר זייערע אויפֿטוען אַ פֿאַרדינטער יישר־כּוח. עס קומט זיי אויך דערפֿאַר, ווײַל, ווי צו מיר איז דערגאַנגען, גרייטן זיי אַ פֿאַרברייטערטע און אויסגעבעסערטע, אויף אַ העכסט־קאָמפּעטענטן אופֿן אויסגאַבע. זאָל זיך זיי עס וואָס גיכער אײַנגעבן. מענטשן דאַרפֿן וויסן!
* * *
אָנהייבן וועל איך ניט פֿון דער ווײַט. געווען איז עס מיט אַ חדשים פֿינף צוריק. אַזש פֿון קאַנאַדע האָט מיר אָנגעקלונגען אַ מענטש און מיט אַ שטאַרק צעקאַליעטשעטן ייִדיש צוערשט דערקלערט, מיט וועלכע מאַטערנישן האָט ער געקראָגן מײַן טעלעפֿאָן. דערנאָך זײַנען געקומען אַזוינע רייד:
"אײַער דאָקומענטאַלן ראָמאַן ׳סאָביבאָר׳ האָב איך געלייענט אין ענגליש. וועגן דעם וואָס ס’איז אויסגעקומען איבערצולעבן אין די געטאָס, ווייס איך אַליין מער ווי גוט. דאָרט האָט מען אומגעבראַכט מײַנע עלטערן און דרײַ שוועסטער. בײַ אונדז איז נאָך קיין געטאָ ניט געווען, ווען מײַנער אַ פֿעטער האָט נאָר מיט ווערטער זיך געפּרוּווט ווידערשטעלן אַ פּאָליציאַנט, וועלכער האָט אָן אַ פֿאַרוואָס געשלאָגן אַ ייִדיש קינד. דעם פֿעטער האָט ער אָפּגעפֿירט אין דער דײַטשישער קאָמענדאַטור און מער האָט אים קיינער ניט געזען.
"דאָס וואָס איר דערציילט ווי קאַצעטלער האָבן באַזיגט אַ גאַנצן דײַטשישן גאַרניזאָן לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל. ווי אַ שרײַבער האָט איר אפֿשר דאָס רעכט אַזוינס צוצוטראַכטן, נאָר אויב אַזוינס איז אויף אַן אמת געווען, איז פֿון וואַנען איז עס צו אײַך דערגאַנגען? סײַדן איר אַליין האָט זיך אַהין אַרײַנגעכאַפּט און זײַט איינער פֿון די אויפֿשטענדלער".
און ווײַל אַזאַ פֿראַגע שטעלט מען מיר ניט צום ערשטן מאָל, דערקלער איך: בײַ די דײַטשן אין די הענט בין איך געווען כּמעט אַ גאַנץ יאָר, נאָר ניט אין סאָביבאָר, און "דערגאַנגען" איז עס צו מיר אָט ווי:
דאָס איז געווען סוף 1943, אָדער אָנהייב 1944. ניט ווײַט פֿון אונדזער פּאַרטיזאַנער זאָנע האָבן מיר אין איינער אַ נאַכט אָנגעטראָפֿן אויף אַ גרופּע סאָוועטישע דעסאַנטלער, וואָס האָבן זיך אומגעקערט פֿון דרום־פּוילן. צווישן זיי איז געווען אַ מאָסקווער סטודענטקע, וועלכע איך האָב געקענט. אין וואַלד, בײַ אַ שײַטער, האָט זי מיר דערציילט, אַז אין אַ דײַטשישן לאַגער, ניט ווײַט פֿון כעלעם, איז אונטער דער אָנפֿירונג פֿון איינעם אַ סאַשקאָ פֿאָרגעקומען אַ באַוואָפֿנטער אויפֿשטאַנד "און שטעלט אײַך פֿאָר", האָט זי געזאָגט, "געזיגט האָבן די אויפֿשטענדלער".
דאָס וואָרט סאָביבאָר האָט זי ניט דערמאָנט און אַז דאָס איז געווען אַ טויטלאַגער בלויז פֿאַר ייִדן — אויך ניט (מסתּמא האָט זי עס אַליין ניט געוווּסט). און ווי דאָס זאָל ניט געווען אויסזען אומגלייבלעך, האָב איך אַ קלער געטאָן: אפֿשר איז דאָס געווען אַ נאַצי־לאַגער פֿאַר ייִדן, נאָר פֿון וואַנען וועל איך זיך דערוויסן דעם אמת?
וועגן אַזוינע ניט־באַשטעטיקטע ידיעות האָב איך געקענט יאָ איבערגעבן און געקענט פֿאַרשווײַגן. איך האָב וועגן דעם מיטגעטיילט דער קאָמאַנדשאַפֿט פֿון מײַן בריגאַדע. מעגלעך, אַז אונדזער ראַדיסטקע האָט וועגן דעם ראַדירט אין צענטראַלן שטאַב פֿון דער פּאַרטיזאַנער באַוועגונג אין מאָסקווע.
הײַנט פֿאַרמאָג איך אין מײַן אַרכיוו אַן אָפֿיציעלן דאָקומענט, וווּ שוואַרץ אויף ווײַס איז אָפּגעדרוקט: "אין דער צווייטער העלפֿט פֿון אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען אַ בלוטיקער, נאָר דערפֿאָלגרײַכער בונט פֿון די ייִדן אינעם טויטן־לאַגער אין סאָביבאָר". און אַ גרעסערן מאַטעריאַל אונטער אַזאַ קעפּל: "וועגן דעם אויפֿשטאַנד פֿון די ייִדן אין סאָביבאָר", פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער אונטערערדישער פּוילישער צײַטונג "Głos Warszawy" נומ’ 73/82 פֿאַר נאָוועמבער 1943.
(פֿון מײַן זײַט וועט זײַן ניט לײַטיש, אויב כ׳וועל ניט באַמערקן, אַז די צוויי דאָקומענטן, ווי נאָך וויכטיקע מאַטעריאַלן וועגן דעם ייִדישן אויפֿשטאַנד, האָבן אַרויסבאַקומען די דאַן נאָך יונגע היסטאָריקער אַלכּסנדר סינעלניקאָוו, וואָס וווינט שוין אַ לענגערע צײַט אין אַמעריקע און וואַלענטין טאָמין, מאָסקווע).
(המשך אין קומענדיקן נומער)