פֿאַרשײדנס

דער טראַגישער מאָרד־איבערפֿאַל אינעם תּל־אָבֿיבֿער קלוב פֿון האָמאָסעקסואַליסטן האָט כּמעט יעדן שאָקירט אין לאַנד, אָבער נישט יעדן פֿאַרחידושט...

אין אונדזער הײַנטיקן נומער וועט איר געוויס לייענען דעם אַרטיקל פֿון שׂרה־רחל שעכטער, געווידמעט דער "קיצלענדיקער" טעמע וועגן די מענטשן אין אונדזער געזעלשאַפֿט מיט דער אַזוי גערופֿענער נישט־טראַדיציאָנעלער אָריענטאַציע.



זינגער, אַקטיאָר און כּלל־טוער מענדי קאַהן, פֿון דער גרופּע "יונג ייִדיש" אין ירושלים

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יאָ, גאָט האָט טאַקע באַשאַפֿן דעם מענטש אין זײַן געשטאַלט, אָבער אין אָן אַ שיעור וואַריאַנטן, אין אָן אַ שיעור קאַטעגאָריעס איינע אַנדערש פֿון דער אַנדערער. און זינט די שלאַנג האָט זיך באַוויזן און האָט אָנגעשטעקט דעם צניעותדיקן זיווג מיטן ביטערן סם פֿון זיסן גלוסט און לײַדנשאַפֿט, האָבן אדם און חוה זיך געזיווּגט זינט זיי זענען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן אויף זייער אייביקן גלות. זייערע קינדער און קינדס־קינדער האָבן זיך געמערט און געכּפֿלט — און דער מין מענטש איז געוואָרן אַ מענטשהייט.

קהילה־לעבן
חני, אין 1991. בײַ די ניקלסבורגער חסידים האָבן אַלע מיידלעך געמוזט תּמיד טראָגן אַ צאָפּ

די ערשטע 20 יאָר פֿון איר לעבן האָט חני (כאַני) געטער זיך געפֿירט ווי אַלע אַנדערע מיידלעך בײַ די ניקלסבורגער חסידים אין מאָנסי. ווי די צווייטע פֿון פֿינעף קינדער, איז זי געווען אַ גוטע תּלמידה און געהאַט נאָענטע חבֿרטעס. ווען זי האָט דערגרייכט 17 יאָר האָט מען זי משדך געווען מיט אַ בחור פֿונעם זעלבן עלטער, און נאָך איין באַגעגעניש האָט מען שוין אָנגעהויבן פּלאַנירן די חתונה.

הײַנט פֿירט חני גאָר אַן אַנדער מין לעבן. ווי אַ 32־יאָריקע געגטע פֿרוי מיט דרײַ קינדער, איז זי אַן אַקטיווע מיטגלידערין פֿון דער "ניו־איידזש" באַוועגונג "ייִדישער רענועל" (Jewish Renewal) און אַ פּראָפֿעסיאָנעלע "מגידקע" (אַ מאָל האָט אַ מגידקע געהייסן די פֿרוי פֿון אַ מגיד, אָבער הײַנט קאָן מען ניצן דעם טערמין אויך פֿאַר די פֿרויען, וועלכע זענען אַליין מגידים).

מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דאָס קאָמפּאַקטל אין וועלכן מאיר באָגדאַנסקי זינגט פֿאָלקסלידער

זונטיק, דעם 2טן אויגוסט, האָט מען בײַם "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם פֿאָלק־זינגער און קאָמפּאָזיטאָר מאיר באָגדאַנסקי (1912—2005). דאָס איז אַ יערלעכע אונטערנעמונג, וואָס קומט פֿאָר דעם ערשטן נאָכמיטאָג פֿון "אָט אַזוי!" — אַן אינטענסיווער ייִדיש־קורס, וואָס הייבט איצט אָן דעם "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" אין זײַן אַכטן יאָר.

אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט ייִדישע קולטור־אַקטיוויסטן פֿון לאָנדאָן: חיהלע ביר, ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין, באַרי דייוויס, ייִדיש־לערער און אַקטיאָר, העטהער וואַלענסיע, ייִדיש־לערער.

פּובליציסטיק, װיסנשאַפֿט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַזוי ווי בײַ אונדז אינעם "פֿאָרווערטסקרײַז" זענען קיין גרעסערע פּראָבלעמען פֿון ייִדיש ניט פֿאַראַן, און היות ווי בײַ אונדז אַליין גייט ייִדיש בדרך־כּלל "מיט דער פּוטער אַרויף" איז בײַ אונדז געוואָרן אַ מין צײַטפֿאַרטרײַב זיך צו טשעפּען צום אַ"ג "חסידישן ייִדיש". משמעות, אַז אויב בײַ זיי איז שלעכט ווערט דערפֿון אַליין בײַ אונדז אַ ביסעלע בעסער! איז אָבער די אמתע מעשׂה גאָר אַן אַנדערע: זייער ייִדיש איז גאָר ניט אַזוי שלעכט (לכל־הפּחות, ניט דער געדרוקטער) און טאָמער יאָ,

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה רופֿט משה רבינו ווײַטער די ייִדן צו היטן די מיצוות, און טאַדלט זיי פֿאַר דעם גאָלדענעם קאַלב, דעם מחלוקת פֿון קורח און אַנדערע חטאָים. "והיה עקבֿ תּשמעון" — "אויב איר וועט זיך צוהערן" צו די מיצוות, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וואָס ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות, און וועט זיך באַציִען צו אײַך מיט חסד און ליבשאַפֿט.

ביאָגראַפֿיעס, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Isaiah Berlin. Enlightening: Letters 1946-1960, edited by Henry Hardy and Jennifer Holmes (London: Chatto & Windus, 2009)

דער הונדערט־יעריקער יובֿל פֿון ישעיהו בערלין (1909—1998) איז אָפּגעמערקט געוואָרן דורך צוויי וואָגיקע פּובליקאַציעס. איין באַנד נעמט אַרײַן זכרונות וועגן דעם באַרימטן ענגליש־רוסיש־ייִדישן דענקער און שרײַבער, דאָס אַנדערע בוך איז ממשיך די פּובליקאַציע פֿון בערלינס בריוו און איז כּולל זײַן אַרומנעמיקער קאָרעספּאָנדענץ פֿאַר די יאָרן 1946 ביז 1960. אין דער אמתן, ווי עס דערקלערט דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד און דער גרעסטער מומחה אויף בערלינס ירושה, הענרי האַרדי, איז דאָס בלויז אַ פֿערטל פֿון אַלע בריוו, וואָס בערלין האָט אָנגעשריבן אין משך פֿון יענע פֿופֿצן יאָר.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נחמן מײַזיל

מיר ווייסן שוין, אַז ייִדישיזם האָט קיין מאָל ניט געשאַפֿן קיין באַוועגונג. איך רעד וועגן "ייִדישיזם" ניט פֿון דעם איצטיקן שניט (דאָס הייסט, פֿון זאָגן "קוקווינקל" אַנשטאָט "שטאַנדפּונקט"), נאָר וועגן דער אידעאָלאָגיע פֿון אַ הונדערט יאָר צוריק, ווען צענדליקער טויזנטער יחידים האָבן געגלייבט, אַז אַרום ייִדיש און ייִדישער קולטור האָט מען געקענט אויסבויען אַ מאָדערנע ייִדישע נאַציע, צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט. דאָס מיינט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז מע האָט לחלוטין ניט געפּרוּווט צו שאַפֿן אַזעלכע אָרגאַניזאַציאָנעלע קאָנסטרוקציעס.

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"די גאָלדענע קייט", איז געווען אַמאָל אַ צײַטשריפֿט אַזאַ. זי איז דערשינען אין ישׂראל, געהאַט אַן אָנזען אויף דער גאַנצער וועלט, אין אַ געוויסן טאָג האָט זי אויפֿגעהערט צו דערשײַנען. געבליבן איז דער אָנדענק. דאָ נישט לאַנג האָט מען זי דערמאָנט; נאָך מער, מ’האָט אַפֿילו דורכגעפֿירט אַ קליינעם סעמינאַר אויף אָט דער טעמע. געווען אינטערעסאַנט, בפֿרט פֿאַר אַן עולם וואָס איידער די לעקציע איז פֿאָרגעקומען האָט כּמעט קיינער נישט געהאַט קיין אַנונג, וואָס איז דאָס אַזעלכעס "די גאָלדענע קייט"; און דער עיקר, ס’האָט דאָרט אויפֿגעטראָטן, דערציילט און געלייענט וועגן דער היסטאָרישער צײַטשריפֿט, די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, וואָס איז געשטאַנען בײַם וויגעלע פֿון "דער גאָלדענער קייט", דעמאָלט — אַ יונגע דיכטערין.

ליטעראַטור, חורבן
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָקומענטאַלער ראָמאַן "סאָביבאָר"

יאָרן גייען; ניין — זיי לויפֿן — און וואָס ווײַטער מיר גייען אָפּ פֿון די גרויליקע חורבן־צײַטן, אַלץ מער דערוויסן מיר זיך נײַע פֿאַקטן וועגן ייִדישן אומקום און באַזונדערס, וועגן אומגעהערטער גבֿורה.

טיילווײַז דערקלערט זיך עס דערמיט, וואָס אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען אייניקע ביז גאָר וויכטיקע דאָקומענטן אויף דער טעמע געווען פֿאַרשפּאַרט אויף זיבן שלעסער. איך ווייס וועגן פֿאַלן, ווען אַזוינע, ביז גאָר וויכטיקע מאַטעריאַלן, האָבן אָן אַ פֿאַרוואָס אָנגעטראָפֿן אין אַבסאָלוט צופֿעליקע אַנשטאַלטן, וווּ זיי האָבן בײַ קיינעם קיין שום אינטערעס נישט אַרויסגערופֿן. צו זיי האָט זיך יאָרן־לאַנג קיינער נישט צוגערירט און בלויז אַ דאַנק אַ צופֿאַל, זײַנען זיי אָפּגעראַטעוועט געוואָרן פֿון פֿאַרגעסעניש.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳האָב אַמאָל געקענט אַ חבֿרה־מאַנטע, וועלכע איז כּסדר אַרומגעלאָפֿן איבער בויבעריק, אַן אַמאָליקע ייִדישע זומער־קאָלאָניע אין פּאָקיפּסי, ניו־יאָרק, און געשריגן:

"געוואַלד ייִדן! כ׳האָב פֿאַרלוירן מײַן שמואל ב׳, אפֿשר האָט עמעצער געזען מײַן שמואל ב׳?"

פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳רובֿ פֿון די בויבעריקאַנער האָבן נישט געהאַט די מינדסטע אַנונג וואָס דאָ קומט פֿאָר און וואָס די גרויסע רביצין האַקט אַ טשײַניק. האָט איינע זי אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט: