דער טראַגישער מאָרד־איבערפֿאַל אינעם תּל־אָבֿיבֿער קלוב פֿון האָמאָסעקסואַליסטן האָט כּמעט יעדן שאָקירט אין לאַנד, אָבער נישט יעדן פֿאַרחידושט...
אין אונדזער הײַנטיקן נומער וועט איר געוויס לייענען דעם אַרטיקל פֿון שׂרה־רחל שעכטער, געווידמעט דער "קיצלענדיקער" טעמע וועגן די מענטשן אין אונדזער געזעלשאַפֿט מיט דער אַזוי גערופֿענער נישט־טראַדיציאָנעלער אָריענטאַציע. ס‘איז כּמעט אויף זיכער, אַז צווישן אונדזערע לייענער וועלן זיך געפֿינען אַזעלכע, וואָס וועלן טענהן: צו וואָס דאַרף מען שרײַבן וועגן דעם אין אַ ייִדישער צײַטונג? גענוג, וואָס מע לייענט עס אין אַנדערע שפּראַכן!
ייִדיש איז, צום גליק, נישט קיין סטערילע שפּראַך (אויב אַזעלכע זײַנען בכלל דאָ), און ייִדיש לייענען און לערנען נישט נאָר "טראַדיציאָנעל"־אָריענטירטע, נאָר אויך מענטשן, וואָס אָריענטירן זיך אין זייער לעבן אַנדערש, בתוכם אין זייער סעקסועלן לעבן — און דאָס איז זייער רעכט! צוריק גערעדט, איז דאָ צו דעם אויך אַ ווערטל: וואָס מע שעמט זיך צו זאָגן אויף ייִדיש, זאָגט מען אויף לשון־קודש.
ווער קאָן דאָ מישפּטן, צי איז עס אַנדערש צו שיסן אין דעם פּרעמיער־מיניסטער, נאָך דעם ווי טויזנטער מענטשן האָבן אים בפֿרהסיא פֿאַרשאָלטן און געוווּנטשן אים צו פֿוילן אין גהינום; צי שיסן אין דערוואַקסלינגען, וואָס אויך טויזנטער בירגער פֿונעם לאַנד שפּײַען זיי אין פּנים אַרײַן, פֿאַרגלײַכן מיט בהמות און פֿאַרשעלטן זיי מיט די שרעקלעכסטע קללות...
יעדער משל האָט זײַן נימשל. דעמאָלט און איצט איז געשען אַ פֿאַרברעכן, מ‘האָט דערהרגעט אומשולדיקע מענטשן. דעמאָלט און איצט האָט דער מערדער אויסגעשאָסן, אויפֿגערייצט און "באַגײַסטערט" פֿון דעם צעיושעוועטן המון. אמת, אָנגעקוועטשט האָט דאָס געווער־צינגל טאַקע איין מערדער, אָבער דעם רעוואָלווער האָבן געהאַלטן און אָנגעשטעלט אויף די קרבנות — טויזנטער.
מיר ווייסן דערווײַל נישט, ווער עס האָט געשאָסן אינעם קלוב פֿון די האָמאָסעקסואַליסטן, אָבער דערצויגן האָט זיך דער מערדער אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט. אין דער זעלבער געזעלשאַפֿט, וואָס פֿירט כּסדר מלחמות סײַ דרויסנדיקע און סײַ אינערלעכע.
און אָט הערן מיר שוין גאָר אַ פּירוש־אָפּגעבאַקענע נײַעס: די ראַדיאָ־סטאַנציע "גלי־צה"ל" טיילט מיט, אַז בעתן דורכמאַכן אַ געניטונג־קורס אינעם זומער־קעמפּ, זײַנען די דערוואַקסלינגען פֿון דער סקויט־באַוועגונג "צופֿים" באַלעסטיקט און פֿאַרגוואַלדיקט געוואָרן מצד אַנדערע סקויטן. מיר וועלן דאָ נישט אַרײַנלאָזן זיך אין פּרטים, וואָס די 15־יאָריקע ייִנגלעך און מיידלעך האָבן איבערגעגעבן, אָבער די דאָזיקע מעשׂים שטייען אין איין ריי מיט די מעשׂים פֿון דעם געוועזענעם מדינה־פּרעזידענט פֿון ישׂראל, אין וועלכע עס באַשולדיקן אים די געליטענע פֿרויען.
וואָס זשע באַקומט זיך? באַלד נאָך ראַבינס מאָרד האָבן די העצערס פֿונעם רעכטן לאַגער געכאַפּט אַ גוטן ציטער, מע זאָל זיי, חלילה, נישט באַשולדיקן ווי מיטבאַטייליקטע. זיי האָבן זיך געשוווירן מיט הימל און ערד, אַז נישט דאָס האָבן זיי געמיינט און געוואָלט!..
וואָס הערן מיר איצט, נאָכן מאָרד פֿון די יונגע חבֿרה? קיינער האַלט דאָ נישט פֿאַר נייטיק זיך צו פֿאַרענטפֿערן, קיינער פֿילט דאָ נישט, אַז אויך זײַן געיעג־געשריי: "הײַדאַ, הײַדאַ!" — האָט געבראַכט דעם מערדער אין דעם קלוב אַרײַן.
די ייִדן האָבן זיך אַזוי אויסגעבענקט נאָך אַן אייגענער מדינה, אַז ווען זיי האָבן זי שוין באַקומען, זעצט מען זיך שוין אויפֿן קאָפּ איינער דעם אַנדערן. שיִער נישט יעדער בירגער האַלט זיך און הערט נאָר זײַן קול און זײַן אייגענע מיינונג; יעדער דאַוונט אין זײַן ווינקל און בײַ זײַן מערבֿ־וואַנט — צי דאָס זאָל זײַן אַ רעכטער אָדער אַ לינקער, אַ פֿרומער צי אַ סעקולערער, אַ פּאָליציאַנט צי אַ קאָלאָניסט, אַ חבֿר־הכּנסת, צי דער פּרעזידענט, נישט וויכטיק וואָס איז זײַן פּראָפֿעסיע, אָדער זײַן אָרט אין דער געזעלשאַפֿט — אָבער דער זשום שטייט איבער דער גאַנצער מדינה.
איז אפֿשר שוין געקומען די צײַט, כאָטש אויסצוהערן (אויב זיך נישט צוהערן) איינער דעם אַנדערן און אויפֿהערן צו פֿלאַנצן שׂינאה "זה לזה"! פֿון שׂינאה ברעכט אויס אַ מלחמה. אונדזערע חכמים האָבן עפּעס וועגן דעם פֿאַרשטאַנען.