|
נחמן מײַזיל |
|
מיר ווייסן שוין, אַז ייִדישיזם האָט קיין מאָל ניט געשאַפֿן קיין באַוועגונג. איך רעד וועגן "ייִדישיזם" ניט פֿון דעם איצטיקן שניט (דאָס הייסט, פֿון זאָגן "קוקווינקל" אַנשטאָט "שטאַנדפּונקט"), נאָר וועגן דער אידעאָלאָגיע פֿון אַ הונדערט יאָר צוריק, ווען צענדליקער טויזנטער יחידים האָבן געגלייבט, אַז אַרום ייִדיש און ייִדישער קולטור האָט מען געקענט אויסבויען אַ מאָדערנע ייִדישע נאַציע, צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט.
דאָס מיינט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז מע האָט לחלוטין ניט געפּרוּווט צו שאַפֿן אַזעלכע אָרגאַניזאַציאָנעלע קאָנסטרוקציעס.
נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט זיך אויף אַזאַ סטרוקטור געשניטן די "קולטור-ליגע", וועלכער האָט זיך בעסער פֿון אַלע אַנדערע אָרגאַניזאַציעס אײַנגעגעבן צו רעאַליזירן די אידעען פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. די ערשטע "קולטור-ליגע" האָט מען געשאַפֿן אין קיִעוו אין 1918. אין יענער סבֿיבֿה האָבן זיך אָנגעהויבן, צי זיך ווײַטער אַנטוויקלט, די ליטעראַרישע קאַריערעס פֿון דוד בערגעלסאָן, דער ניסתּר, פּרץ מאַרקיש, לייב קוויטקאָ, דוד האָפֿשטיין, נחמן מײַזיל, דוד קאַץ, משה ליטוואַקאָוו, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, י.י. זינגער און אַ צאָל אַנדערע גרעסערע און קלענערע מײַסטערס פֿון ייִדישן וואָרט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון אַ גאַנצער פּלעיאַדע קינסטלער, פּעדאַגאָגן און טעאַטער-טוער, וועלכע די "קולטור-ליגע" האָט ממש גאַלוואַניזירט.
צבֿיון (בן-ציון האָפֿמאַן), איינער פֿון די פֿירנדיקע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן, האָט געשריבן אין זײַנע רײַזע-נאָטיצן ("דער ייִדישער קולטור-ליגע אין אייראָפּע", "פֿאָרווערטס", דעם 15טן יולי 1921):
די "קולטור-ליגע" איז הײַנט די פּאָפּולערסטע אינסטיטוציע אין דער ייִדישער גאַס. זי האָט אַ באַזונדערס גרויסע אויטאָריטעט צווישן דער ייִדישער אינטעליגענץ און צווישן די ייִדישע פֿאָלקס-מאַסן. די "קולטור-ליגע" איז געוואָרן די העכסטע אָנערקענטע קערפּערשאַפֿט פֿאַר דער אַנטוויקלונג און פֿאַרשפּרייטונג פֿון ייִדישער קולטור, און איר מאָראַלישער אײַנפֿלוס איז זייער גרויס. עס דאַרף דערבײַ באַמערקט ווערן, אַז די "קולטור-ליגע" איז דורכגעדרונגען מיט דעם סאָציאַליסטישן גײַסט און זי איז אין אַלגעמיין אַ סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט זיך געשטעלט די אויפֿגאַבע צו אַנטוויקלען די ייִדישע קולטור אין סאָציאַליסטישן גײַסט.
דער פֿאַקט אַליין פֿון געאָגראַפֿישער צעשפּרייטונג פֿון "קולטור-ליגעס" — אין וואַרשע, קאָוונע, פּאַריז, אַמסטערדאַם, דעטרויט און אַ סך אַנדערע שטעט — ווײַזט, אַז אין אַ סך ערטער האָט מען געחלומט וועגן אַזאַ צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור-אַנטוויקלונג. אָבער קיין פֿאַראייניקטע "קולטור-ליגע" האָט זיך פֿון דעם אַלץ ניט געשאַפֿן. די ליגעס זײַנען אָדער אונטערגעגאַנגען, אָדער געוואָרן אַן אָרגאַניזאַציע פֿון אַ געוויסן סאָציאַליסטישן שטראָם, געוויינטלעך, קאָמוניסטישן צי בונדיסטישן.
די קדמון-אידעאָלאָגיע פֿון "קולטור-ליגע" האָט אָפּגעשפּיגלט די השקפֿות (דעמאָלט האָט מען עס גערופֿן "אָנשויוּנגען") פֿון דער ווילנער און פּראָ-ווילנער (למשל, קיִעווער) אינטעליגענץ. דער "נוסח ווילנע" האָט זיך קעגנגעשטעלט דעם "נוסח וואַרשע", וועלכן מע האָט אַסאָציִיִרט מיט ניט-ייִדישיסטישער באַציִונג צו ייִדיש. געאָגראַפֿיע האָט דאָ געשפּילט אַ באַגרענעצטע ראָלע. דער "פֿאָרווערטס", אַ שטייגער, האָט געהערט צו "נוסח וואַרשע" (ייִדיש ניט ווי דער ציל, נאָר ווי אַ מיטל), הגם דווקא די ליטוואַקעס זײַנען געשטאַנען בײַ זײַן רודער. אין וואַרשע, אָבער, האָט זיך מיט 75 יאָר צוריק באַוויזן אַ וויכטיקער פֿאָרום פֿאַרן "נוסח ווילנע" — די וואָכנשריפֿט "ליטעראַרישע בלעטער".
דער ערשטער נומער "ליטעראַרישע בלעטער" איז אַרויס דעם 6טן מײַ 1924. בסך-הכּל, זײַנען אין די יאָרן 1924—1939 דערשינען 730 נומערן, מיט אַ טיראַזש פֿון עטלעכע טויזנט קאָפּיעס, וואָס שאַפֿן אַן אוניקאַלן פּינקס פֿון ייִדישן אידעאָלאָגישן און קולטור-לעבן אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט-מלחמות. תּחילת האָט די אויסגאַבע געהאַט פֿיר רעדאַקטאָרן — י. י. זינגער, פּרץ מאַרקיש, נחמן מײַזיל און מלך ראַוויטש. אָבער שפּעטער איז עס געווען, פֿאַקטיש, מײַזילס צײַטשריפֿט, געדרוקט אונטער דער השגחה פֿון זײַן אַלטן פֿרײַנד, דעם באַוווּסטן ווילנער פֿאַרלעגער באָריס קלעצקין.
ווי אַ מאָדעל פֿאַרן ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל האָט מען גענומען די פּוילישע Wiadomości Literackie, וואָס האָבן זיך באַוויזן מיט פֿינף חדשים פֿריִער. אָבער דאָס איז געווען די פֿאָרעם. דער אינהאַלט און, דער עיקר, די אידעאָלאָגישע ליניע זײַנען פֿאַרבליבן געטרײַ דעם "נוסח ווילנע", דאָס הייסט דער בויוּנג און אַנטוויקלונג פֿון אַ ייִדיש-רעדנדיקער נאַציע. מײַזיל, ווי אויך קלעצקין, האָבן געוואָלט זײַן העכער פֿון פּאָליטיק און געהאַלטן זייערע טירן אָפֿן פֿאַר אַלע ווינטן, וועלכע האָבן געבראַכט (לויט זייער מיינונג) געזונטע ענערגיע פֿון פֿאַרשיידענע אידעאָלאָגישע לאַגערן, אַרײַנגערעכנט די קאָמוניסטן.
דאָס איז געווען די סבֿיבֿה, אין וועלכער מע האָט אין די מיט-1930ער יאָרן געשאַפֿן, אָדער אונטערגעכאַפּט, דעם באַגריף "ייִדישלאַנד", וואָס הײַנטיקע טעג האָט אויך באַקומען אַן אַנדער באַטײַט. זיי האָבן זיך באַצויגן צו ייִדישלאַנד, ווי צו אַ "לאַנד" צי אַ מין ecumene, וואָס האָט אָן אַן ערך מער גײַסטיקע ענערגיע, איידער טעריטאָריע. און אַז מע האָט אַ לאַנד, מוז מען זײַן טאָלעראַנט צו אַלערליי משוגעתן, וואָס קומען דאָרטן פֿאָר. אין דעם באַשטייט דאָך דער אונטערשייד צווישן אַ "לאַנד" און אַ "פּאַרטיי".
אַזאַ באַציִונג האָט מען זינט די סוף 1930 ער יאָרן, נאָך דעם פּאַריזער קולטור-קאָנגרעס, געפּרוּווט רעאַליזירן אויך אין דעם "איקוף". ניט צופֿעליק האָט דווקא נחמן מײַזיל רעדאַקטירט דעם ניו-יאָרקער "איקוף"-זשורנאַל "ייִדישע קולטור". אָבער ווידער אַ מאָל האָט זיך פֿון דעם קיין פּאַן-ייִדישיסטישע באַוועגונג ניט באַקומען, ווײַל ייִדישלאַנד איז, ווי די גאַנצע וועלט, געווען אידעאָלאָגיש צעברעקלט.
איך האָב פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט בײַם לייענען די "ליטעראַרישע בלעטער". קיין אַנדער צײַטשריפֿט פֿון אַזאַ פֿאַרנעם און אַזאַ טיפֿקייט האָט די ייִדישע אינטעליגענץ פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן, דאַכט זיך, ניט געהאַט.