פּובליציסטיק, װיסנשאַפֿט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַזוי ווי בײַ אונדז אינעם "פֿאָרווערטסקרײַז" זענען קיין גרעסערע פּראָבלעמען פֿון ייִדיש ניט פֿאַראַן, און היות ווי בײַ אונדז אַליין גייט ייִדיש בדרך־כּלל "מיט דער פּוטער אַרויף" איז בײַ אונדז געוואָרן אַ מין צײַטפֿאַרטרײַב זיך צו טשעפּען צום אַ"ג "חסידישן ייִדיש". משמעות, אַז אויב בײַ זיי איז שלעכט ווערט דערפֿון אַליין בײַ אונדז אַ ביסעלע בעסער! איז אָבער די אמתע מעשׂה גאָר אַן אַנדערע: זייער ייִדיש איז גאָר ניט אַזוי שלעכט (לכל־הפּחות, ניט דער געדרוקטער) און טאָמער יאָ, ווערט בײַ אונדז דערפֿון ניט קיין הערעלע בעסער. און לאָמיר אַפֿילו זאָגן, אַז זייער ייִדיש איז ניט "ערגער", נאָר בלויז "אַנדערש" ווי אונדזערער. איז "מה רעש?" אַזעלכע "שפּראַך־טאָטאַליטאַריער" זענען מיר געוואָרן, אַז מער ווי קיין איין מין געשריבענעם ייִדיש קענען מיר שוין פּשוט ניט פֿאַרטראָגן?

פֿאַראַן גענוג לשונות איבער דער וועלט מיט מער ווי איין מין שרײַב־נוסח און מען לערנט אַפֿילו מיט קליינוואַרג אין די שולן אַלע יענע מינים, כּדי זיי זאָלן פֿאַר קיינעם ניט ווערן קיין שטער צום פֿאַרשטיין "יענעמס" לשון. לאָמיר אויף טשיקאַוועס אַ קוק טאָן אויף איינעם אַזאַ פֿאַל און זען ווי אַזוי מען ספּראַוועט זיך מיט אַזאַ "פּראָבלעם" בײַ לײַטן.

די צוויי מינים נאָרוועגיש

נאָרוועגיע איז דאַכט זיך אַ לײַטיש לאַנד און דאָס נאָרוועגישע פֿאָלק איז בעת די היטלער־יאָרן געווען לגבי ייִדן צווישן די הויפּט־חסיד־אומות־העולם. איז אָבער דאָס קליין און ריין לענדעלע געבענטשט מיט צוויי (און צײַטנווײַז אַפֿילו מיט דרײַ) פֿאַרשיידענע מינים געשריבענעם נאָרוועגיש (גערעדטע מינים — "דיאַלעקטן" — זענען פֿאַראַן אָן אַ שיעור מער, ווי בײַ יעדער אומה־ולשון). אין משך פֿון הונדערטער יאָרן איז נאָרוועגיע געווען אַ דענישע קאָלאָניע און מען האָט דאָרטן אָנגעהויבן שרײַבן אויפֿן דענישן סטיל ("דאַנאָ־נאָרוועגיש" האָט מען עס דעמאָלט גערופֿן איבער דער וועלט) און אין דער היים, אין נאָרוועגיע: "ריקסמאָל", דאָס הייסט, דאָס לשון פֿונעם "רײַך" (פֿון דער רעגירונג) און פֿון אַלע פֿאָרמעלע הצטרכותן.

אָבער כּמעט קיינער האָט אויף אָט דעם געקינצלטן לשון ניט גערעדט און ווען ס’האָט זיך אַנטוויקלט די עפֿנטלעכע דערציִונג, און קינדער פֿון דער פּראָווינץ און פֿון די דערפֿער זענען געוואָרן די מערהייט אין די שולן, איז אויפֿגעקומען אַ באַוועגונג אַז מען זאָל אין די שולן לערנען לייענען און שרײַבן אויף אַ מין נאָרוועגיש וואָס איז געווען נעענטער צו דער רעדשפּראַך פֿונעם רובֿ תּלמידים. יענער מין האָט זיך גערופֿן "לאַנדסמאָל" (דאָס לשון אויפֿן לאַנד). די צוויי מינים זענען געווען גאַנץ פֿיל אַנדערשדיק און מען האָט צוליב דעם געמוזט צוגרייטן אין אייניקע ערטער אַנדערע לערער און טעקסט־ביכער, כּדי זיך צו קענען ריכטיק ספּראַווען מיט לאַנדסמאָל. יעדער תּלמיד האָט זיך געמוזט אויסלערנען ריקסמאָל לייענען און שרײַבן, נאָר אין די העכערע קלאַסן, וווּ די לימודים ווערן שוין קאָמפּליצירטער, האָבן די עלטערן שוין געמוזט אויסקלײַבן צי זיי ווילן, אַז מיט זייערע קינדער זאָל מען לערנען אויף דעם וואַריאַנט צי אויפֿן אַנדערן. סוף־כּל־סוף איז מען געפֿאַלן אויף אַן אַנדער המצאה: נאָך אַ געוויסער דאַטע דאַרפֿן אַלע נײַע נאָרוועגישע ווערטער געשאַפֿן און געשריבן ווערן בלויז אויף איין און דעם זעלבן איינהייטלעכן אופֿן. נאָך אַ יאָרצענדליק, צי צוויי, וועלן זיך די צוויי וואַריאַנטן, אויף אַ ניט־געצוווּנגענעם, אופֿן צוזאַמענקומען. אָט דעם פּשרה־וואַריאַנט האָט מען אַ נאָמען געגעבן "סאַמנאָרסק" (דער "סאַם" האָט אַ שײַכות צו אונדזער וואָרט צוזאַמען).

וואָס זשע איז פֿון דעם אַלעמען געוואָרן?

מען דאַרף קודם־כּל באַמערקן וואָס מען האָט ניט געטאָן: מען האָט ניט באַשלאָסן, אַז איין וואַריאַנט איז "ריכטיק" און דער אַנדערער איז "פֿאַרגרײַזט" (צי פּראָסט, צי פּויעריש אאַז״וו). מען האָט ניט באַשלאָסן, אַז אַלע דאַרפֿן שרײַבן בלויז לויט איין סיסטעם אָדער, אַז די מינדערהייט דאַרף זיך "צופּאַסן" צו דער מערהייט, אָדער אַפֿילו אַז פֿאַר אַ קליין און לפֿי־ערך אָרעם לענדעלע איז דער "וואַריאַנטן־פּלוראַליזם" צו אַ טײַערער ביסן. ניין, די נאָרוועגער האָבן זיך געהאַלטן בײַם דעמאָקראַטישן פּרינציפּ, אַז יעדער איינער פֿון זיי האָט דאָס רעכט צו אָט דעם נוסח וואָס אים אָדער איר געפֿעלט. אָבער דאָ האָט זיך אַרײַנגעמישט די מלחמה און ס’האָט זיך נאָך דער דײַטשישער אָקופּאַציע גאָר אַ סך געביטן אין נאָרוועגיע. ס’איז פֿאָרגעקומען די אורבאַניזאַציע און מיטן אַריבערציִען זיך אין דער גרויסער שטאָט אַרײַן זענען מאַסן נאָרוועגער אַריבער פֿון לאַנדסמאָל אויף ריקסמאָל און "סאַמנאָרסק" איז דעריבער בכלל געוואָרן אומנייטיק.

מיט דער אָפֿיציעלער אָפּשאַפֿונג פֿון "סאַמנאָרסק" און מיט דער גרויסער אָפּשוואַכונג פֿון "לאַנדסמאָל" האָט זיך געענדיקט דער נאָרוועגישער עקספּערימענט מיט אָננעמען צוויי פֿאַרשיידענע שרײַב־נוסחאָות פֿון זייער לשון. אָבער קיינער האָט זיך בעת־מעשׂה ניט געפֿילט באַעוולט, ווײַל דעמאָלט ווען ס’איז געווען נייטיק האָט מען יעדן איינעמס נוסח אָנגענומען און אָפּגעשאַצט. אַזאַ צוגאַנג איז אויך געווען אַפֿילו לגבי צוויי פֿאַרשיידענע קרובֿישע לשונות אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער טשעכאָסלאָוואַקײַ (און וועגן דער אָפֿיציעלער פֿילשפּראַכיקער אינדיע און כינע איז דאָך אָפּגערעדט). דער פּלוראַליזם פֿאַרהיט און פֿאַרהיילט אַ סך וווּנדן.

איז ווי אַזוי זשע זאָלן מיר קוקן אויפֿן חסידישן ייִדיש?

דער חסידישער ייִדיש (אָדער בעסער געזאָגט "די חסידישע ייִדישן", ווײַל ס’זענען דאָך פֿאַראַן מער ווי איין דיאַלעקט צווישן זיי אַלעמען) איז קיין מאָל ניט דורכגעגאַנגען דעם סטאַנדאַרדיזיר־פּראָצעס וואָס דער ייִוואָ־ייִדיש (און אַפֿילו דער סאָוועטישער ייִדיש) זענען דורכגעגאַנגען. דעריבער איז ער ענלעכער בכּתבֿ צום גערעדטן חסידישן ייִדיש, ווי ס’איז "אונדזערער". אין דער זעלבער צײַט איז ער ווייניקער באַווירקט געוואָרן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און אירע גדולים; פֿונעם ייִדיש פֿון דער מאָדערנער ייִדישער שול און פּרעסע, פֿון דער וועלט־ליטעראַטור און פֿון דער גאַנצער וועלטלעכער טעמאַטיק בכלל.

דערפֿאַר אָבער איז זײַן לשון אָפֿט פֿולער מיט די אַלע זאַכן וואָס "אונדזערער" האָט אַרויסגעוואָרפֿן (למשל, דײַטשמעריזמען, אַנגלאָציזמען, לאָקאַליזמען און מאמרי־חז״ל). רעדנדיק מיט חסידישע מיטשמועסער האָב איך באַמערקט, אַז ס’איז אונדז אַ סך גרינגער זיך דורכצושמועסן ווי דורכצולייענען אַ בשותּפֿותדיקן טעקסט. אין תּוך קומען מיר דאָך אַרויס פֿון די זעלבע געגנטן און אונדזערע זיידעס האָבן זיך געקענט און, דער עיקר, טאַקע זיך דורכגעשמועסט ווי שכנים צי בײַם טרעפֿן זיך אין מאַרק, אַפֿילו אויב זיי האָבן געדאַוונט אין באַזונדערע שאַרף־אָפּגעטיילטע מנינים. אונדזער רעשיקע מאָדערניזאַציע האָבן זיי דערווײַל בלויז עטלעכע יאָר דורכגעמאַכט און אין די אימיגראַציע־לענדער וווינען מיר מער אָפּגעזונדערט איינער פֿונעם אַנדערן ווי אינעם שטעטל, זענען מיר נאָך דער מלחמה געבליבן צעטיילט, פּונקט ווי עס זענען דאָס געווען, לכתּחילה, די נאָרוועגישע שטאָטלײַט און פֿישערלײַט פֿון פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. מיט אַ ביסל מער טאָלעראַנץ (דיאַלעקטאַלן פּלוראַליזם) וואָלטן מיר לסוף אפֿשר געקענט קומען צו אַן איינהייטלעכן שרײַב־נוסח וואָס וואָלט צוגעגעבן אַ שטיק געזונט אונדזערע ביידע "ייִדישן"־שבכּתבֿ.

אייגנטלעך האָט דער פּראָצעס פֿון דערנענטערונג זיך שוין אָנגעהויבן

איך לייען זייער פֿאָרזיכטיק אַ טייל פֿון דער אָרטאָדאָקסישער פּרעסע אין ניו־יאָרק און איך זע בפּועל־ממש ווי פֿאַרשיידנאַרטיק זי איז פֿון אַ ריין לינגוויסטיש־סטיליסטישן קוקווינקל. כאָטש אַ לובאַוויטשער צײַטונג איז ניט קיין בעלזער און אַ בעלזער איז זיכער ניט קיין סאַטמאַרער, געפֿין איך אין יעדער פֿון זיי אייניקע אַרטיקלען וואָס וואָלטן געקענט זיך דרוקן, וואָס שייך וואָקאַבולאַר, גראַמאַטיק און אַפֿילו אויסלייג, אינעם הײַנטיקן שוין־מאָדערניזירטן "פֿאָרווערטס" און אַפֿילו אייניקע וואָס וואָלטן זיך כּמעט געקענט דרוקן "אַזוי ווי זיי זײַנען" אינעם ייִדישיסטישן "אויפֿן שוועל".

אייגנטלעך, פֿאַר וועמען האָט עס די "תּורת־הרבֿ־פֿונדאַציע" גאָר לעצטנס אַרויסגעגעבן דעם ספֿר "דרשות און כּתבֿ־ידן", פֿונעם גרויסן הרבֿ יוסף־בער־הלוי סאָלאָווייטשיק", הונדערט פּראָצענט לויטן ייִוואָ־אויסלייג? דעם ספֿר וועלן דאָך לייענען און פֿאַרצוקערן, דער עיקר, אָרטאָדאָקסישע רבנים און תּלמידים און גראַדואַנטן פֿון די פֿאַרשיידענע אָרטאָדאָקסישע (אַפֿילו אויב ניט דווקא חסידישע) ראַבינער־סעמינאַרן און העכערע קורסן. דער דורכשניטלעכער ייִוואָ־מענטש וואָלט אַזאַ זאַך ווי "רש״י לערנט דאָ די סוגיא... גאַנץ אַנדערש ווי דער רמב״ן אָדער תּוספֿות, כאָטש זיי פּסקענען אַלע ווי רש״י, אַז אויף מלאָכה שאינה צריכה לגופֿה איז מען פּטור" (ז’ 36) פּשוט בכלל ניט געקענט תּופֿס זײַן, כאָטש געשריבן איז ער אין גאַנצן לויט די תּקנות פֿונעם ייִוואָ! דאָס וואָס מען האָט דעם ספֿר אַרויסגעלאָזט מיט אָט דעם אויסלייג איז דאָך אַליין אַ סימן, אַז קיין שטער צום פֿאַרשטיין שאַפֿט ער ניט. די "בית־יעקבֿ־מיידלשולן" אין ירושלים האָבן אויך אַזוינס געטאָן מיט זייערס אַ נײַעם ייִדיש־טעקסטבוך. ביסלעכווײַז וועלן זיך אָט די צוויי ייִדישן נעמען דערנענטערן און פֿאַראייניקן. דאָס איז דאָך פּונקט דער אַמאָליקער נאָרוועגישער צוגאַנג פֿון "פּלוראַליזם און קעגנזײַטיקן דרך־ארץ". הלוואַי וואָלט ישׂראל געווען געקענט אַזוינס פּועלן בײַ זיך לגבי ייִדיש, ווען די וואָס האָבן געבראַכט ייִדיש מיט זיך פֿון די אַלטע היימען און לאַגערן האָבן גענומען שטראָמען אין לאַנד אַרײַן. הלוואַי וואָלט זי געקענט אַזוינס פּועלן בײַ זיך אַפֿילו הײַנט! מיט האָניק קען מען אַ סך מער אויפֿטאָן ווי מיט עסיק! און עס לאָזט איבער אַ סך אַ בעסערן טעם אין מויל אויך! בפֿרט נאָך ווען ס’רעדט זיך וועגן באַציִונגען צווישן אייגענע ברידער און שוועסטער!

Fishman iz nisht kein balabos fun idish!

Er shraibt: דערפֿאַר אָבער איז זײַן לשון אָפֿט פֿולער מיט די אַלע זאַכן וואָס "אונדזערער" האָט אַרויסגעוואָרפֿן (למשל, דײַטשמעריזמען, אַנגלאָציזמען, לאָקאַליזמען און מאמרי־חז״ל). Ver hot gegeben reb Fishman un zaine fraind dos recht tzu bashtimn vi azoi idish darf zain un aroisvarfn gute idishe verter nor vail zei zainen fun a daitchen opshtam un derzetzen zei mit hebreishe verter? Ich vel nit redn oif a hebreishn idish nor vail Weinreich un andere shvindlers hobn bashlosn azoi! Di "loishn koidesh" gehert nor in der shul un nisht in idish! Ich vel redn a "daitchmerish" idish vi maine elter foters hobn geredt un Fishman vet mich nisht tzvingen redn oif zain kinstlech hebreish idish!