פּאָליטיק

יאָ, גאָט האָט טאַקע באַשאַפֿן דעם מענטש אין זײַן געשטאַלט, אָבער אין אָן אַ שיעור וואַריאַנטן, אין אָן אַ שיעור קאַטעגאָריעס איינע אַנדערש פֿון דער אַנדערער. און זינט די שלאַנג האָט זיך באַוויזן און האָט אָנגעשטעקט דעם צניעותדיקן זיווג מיטן ביטערן סם פֿון זיסן גלוסט און לײַדנשאַפֿט, האָבן אדם און חוה זיך געזיווּגט זינט זיי זענען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן אויף זייער אייביקן גלות. זייערע קינדער און קינדס־קינדער האָבן זיך געמערט און געכּפֿלט — און דער מין מענטש איז געוואָרן אַ מענטשהייט.

יאָ, גאָט האָט אויך אויסגעוויילט דאָס ייִדישע פֿאָלק צו ווערן דער אור לגויים, צו טראָגן דער מענטשהייט דאָס ליכט פֿון דער תּורה, דעם אָנבאָט פֿון די צען געבאָטן בראָש מיטן "לא תרצח" — און אויף זײַן אויסדערוויילטן פֿאָלק האָט ער אַרויפֿגעלייגט די לאַסט צו היטן די תרי"ג מיצוות, און צו זײַן דער אויסדערוויילטער קרבן פֿון דעם געטלעכן נסיון — אויפֿן מזבח פֿון דער נאַציאָנאַלער עקידה, דעם גענאָציד פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן.

איך וועל זיך דאָ נישט אַרײַנלאָזן אין קיין וויכּוח מיטן אַלמעכטיקן אין הימל. ער האָט שטאַרקערע נימוקים, וואָס באַהאַלטן זיך אָבער הינטער דעם דיקן פֿאָרהאַנג פֿון "נסתרות הן דרכי האל", וואָס אַפֿילו די גרעסטע צדיקים און דיינים האָבן צו זיי נישט קיין צוטריט, מיט אַלע זייערע טײַטשן און אויסטײַטשונגען און באַרעכטיקונגען.

פּראָפֿ׳ דוד לבֿני, וואָס איז פֿאַראַיאָרן געוואָרן אויסגעצייכנט מיטן "פּרס ישׂראל" פֿאַר תּלמוד־פֿאָרשונג, האָט אין אַן אינטערוויו פֿאַרן צוטיילן אים דעם פּרײַז געזאָגט, אַז "אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק זײַנען געווען צוויי היסטאָרישע וועגצייכנס: אויפֿן באַרג סיני אין דער אָנוועזנהייט פֿון גאָט, און אין אוישוויץ — אין גאָטס אָפּוועזנהייט".

פֿאַר די וואָס גלייבן אין אים איז זײַן געשטאַלט, אין וועלכער ער האָט באַשאַפֿן דעם מענטש, פֿאַרזאָרגט געוואָרן מיט אַ גײַסטיקן מעכאַניזם, וואָס מען רופֿט אים "די נשמה", און וואָס אַנטהאַלט אַלע מעגלעכע עמאָציאָנעלע און גײַסטיקע (הײַנט קאָן מען אַ טייל פֿון זיי אָנרופֿן "ווירטועלע") אייגנשאַפֿטן, אינסטינקטן אָדער יצרים, כאַראַקטער־שטריכן אאַז״וו. זיי זײַנען בשותּפֿותדיק אין אַזאַ אָדער אַנדערער מאָס פֿאַר אַלעמען, פֿאַר יעדן יחיד. וווּ איז אָבער זייער אַנדערשקייט, וואָס ברענגט די דאָזיקע יחידים צו זײַן אַנדערש איינער פֿון דעם אַנדערן? וואָס ברענגט אַזוינס יעדן איינעם צו טראַכטן אַנדערש פֿון דעם אַנדערן, צו פֿילן אַנדערש?

דאָס איז דאָס רעכט און די פֿרײַהייט פֿון יעדן לעבעדיקן וועזן און פֿון יעדן מענטשלעכן יחיד צו זײַן אַנדערש. דאָס איז דאָס אייביקע געזעץ פֿון דער נאַטור. אמת, אין דער נאַטור גילט אויך דאָס געזעץ פֿון דעם שטאַרקן, וואָס פֿאַרצוקט דעם שוואַכערן פֿון אים אין דעם אייביקן געראַנגל פֿאַרן לעבן און איבערלעבן. דערמיט איז טאַקע דער מין מענטש אַנדערש פֿון די אַנדערע מינים, פֿון די אַנדערע בעלי־חיים — מותּר האדם מן הבהמה — וואָס ער איז באַשאַפֿן געוואָרן מיט אַ טראַכטנדיקן מוח, וואָס פּראָדוצירט דעם פֿאַרשטאַנד, און דער פֿאַרשטאַנד האָט געבוירן די אייגנשאַפֿט וואָס רופֿט זיך: טאָלעראַנץ. און טאָלעראַנץ מיינט, אַז אַ מענטש צו אַ מענטש איז נישט קיין וואָלף. טאָלעראַנץ מיינט — דאָס רעכט און די פֿרײַהייט צו זײַן אַנדערש, כּל־זמן די אַנדערשקייט פֿאַרלעצט נישט די פֿרײַהייטן פֿון דעם מיטמענטש.

דאָס הייסט אָבער נישט, אַז דער מענטש האָט זיך שוין באַפֿרײַט פֿון די נישט־מענטשלעכע געזעצן פֿון דער נאַטור. אין זײַן מעכטיקן אויסגעשריי אין דעם דיאַלאָג מיט גאָט, וואָס באַגלייט די סימפֿאָניע "קדיש" פֿון לעאָנאַרד בערנשטיין נאָכן פֿאַרטיליקטן דאָס ייִדנטום פֿון אייראָפּע, וואָס איז לעצטנס אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין ירושלים, טענהט שמואל פּיזאַר, דער מחבר פֿון דער נאַראַציע: ווען דו, גאָט, וואָלסט געוואָרן מענטשלעכער, וואָלטן מיר, די מענטשהייט, געוואָרן געטלעכער". זעט אויס, אַז ביידע זײַנען צו דער הויכער מדרגה פֿון געטלעכער מענטשלעכקייט נישט דערגאַנגען, כּל־זמן זיי האָבן נישט מצליח געווען אויסצוראָטן דאָס רישעות און די שׂינאה פֿון די מענטשלעכע הערצער.

* * *

גענוי אַזוי ווי מיר האָבן אויבן זיך אָפּגעזאָגט אַרײַנצוטרעטן אין אַ וויכּוח מיטן כּל־יכול אין הימל וועגן זײַן אָפּוועזנהייט פֿון דער ייִדן־שחיטה אין אוישוויץ, וועלן מיר איצט אויך זיך נישט אַרײַנלאָזן אין קיין וויכּוח מיט די כּלערליי פֿילאָסאָפֿן און אַנטראָפּאָלאָגן, און אַנדערע וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן יעדער איינער פֿון זיי אַן אייגענעם טײַטש, אַן אייגענעם וויסנשאַפֿטלעכן ענטפֿער אויף דער טעמע, וואָס מיר האָבן דאָ אַרויסגעהויבן ווי אַ סכעמאַטישע, אַ זייער אויבערפֿלעכלעכע קאַנווע פֿאַר דעם אַקטועלן צוזאַמענפֿאַל פֿון צוויי אויפטרייסלענדיקע — כאָטש נישט זעלטן זיך איבערחזרנדיקע — דערשײַנונגען אין אונדזער נאַציאָנאַלן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.

"גאָט האָט באַשאַפֿן דעם מענטש אין זײַן געשטאַלט" — האָבן מיר אויבן דערמאָנט און מיר האָבן צוגעגעבן: און אין פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן. נישט נאָר אין זייער פֿיזישן אויסזען, אין זייער נישט־ענלעכקייט, אין די פֿאַרשידנאַרטיקע פּאַראַמעטערס פֿון זייערע מאַטעריעלע אָדער פֿיזישע שטריכן — פֿון וווּקס, וואָג, קאָליר אדג״ל, נאָר אויך אין זייערע נישט פֿיזישע כאַראַקטער־שטריכן און אויפֿפֿירונג אָדער האַלטונג. און דער עיקר — אין דער אַנטוויקלונג און ריכטונג פֿון זייער עטישער, עסטעטישער, אידעאָלאָגישער און גײַסטיקער וועלט־באַנעמונג פֿון יעדן באַזונדערן יחיד. טויזנטער טעאָריעס זענען שוין אויפֿגעקומען און אונטערגעגאַנגען אין די פּרוּוון צו געפֿינען אַ קאָמפּעטענטן שליסל צו דעם דאָזיקן רעטעניש. וואָס מיר זעען אָבער, איז די זייער פֿאַרשפּרייטע דערשײַנונג פֿון דער סטאַדע, פֿון אונטערוואַרפֿן זיך דעם מנהיג, דעם גורו, דער אָדער יענער פּאַרטיי, דעם "נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס", דער דעמאַגאָגיע און דער דיקטאַטור פֿון דעם דאָמינאַנטישן מנהיג — כּדי צו זײַן באַפֿרײַט פֿון דעם חובֿ פֿון אייגענעם זעלבשטענדיקן טראַכטן, פֿון אָנשטרענגען דעם אייגענעם מוח, רעאַגירנדיק אויף דער אָדער יענער פּאַסירונג. די דאָזיקע דערשײַנונג פֿירט נישט זעלטן צום פֿאַרוואַנדלען פֿאַרברעכנס אין מיצוות, כּדי צו באַרעכטיקן נישט עטישע האַנדלונגען.

מיר זענען לעצטנס עדות פֿון אַלץ מער זיך מערנדיקע מאָרד־פֿאַלן — נישט נאָר צווישן די פֿײַנטלעכע באַנדעס פֿון דער אונטערוועלט און דעם אַ. ג. "אָרגאַניזירטן פֿאַרברעכן", נאָר אויך אַלץ מער און מער זיך מערנדיקע מערדערײַען אין קרײַז פֿון דער משפּחה, פֿאַלן ווען אַ פֿאָטער האָט דערהרגעט זײַנע צוויי קליינע קינדערלעך אויס נקמה נעמען אין זײַן ווײַב וואָס האָט אים פֿאַרלאָזט, מערדערײַען "אויפֿן ראָמאַנטישן באָדן" — ווי די פּאָליציי און די פּרעסע טוען דאָס געוויינלעך באַצייכענען, — אָ, ווי "ראָמאַנטיש" דאָס קלינגט — צוליב אַ קריגערײַ איבער אַ מיידל, רציחות אין רעזולטאַט פֿון שיכּרות, און אאַז״וו.

און, וויפֿל מאָל ווערן פֿאַרברעכנס פּראָטעזשירט פֿאַר פּאָליטישע אינטערעסן... אָט האָבן מיר דאָ לעצטנס געהאַט דעם פֿאַל ווען אַ ריכטער, וואָס וויל קאַנדידירן צום העכסטן געריכט, האָט פֿרײַגעוואַשן דעם זון פֿון דעם הויפּט־רבֿ פֿון חדרה, פֿון דער שולד פֿון איבערפֿאָרן מיט זײַן אויטאָ אַן עטיאָפּיש מיידל — צוליב 18 שקלים, וואָס ער האָט נישט געוואָלט באַצאָלן, אַרויספֿאָרנדיק פֿון דעם פּאַרק־פּלאַץ. דאָס מיידל, וואָס איז די קאַסירערין פֿון דעם פּאַרקינג, איז אים פֿאַרויסגעלאָפֿן און זיך אַרויפֿגעכאַפּט אויפֿן פֿראָנט פֿון דעם אויטאָ, אָבער דער בחור האָט זי פֿאָרנדיק אַראָפּגעשלײַדערט און געלאָזט ליגן אַ פֿאַרוווּנדעטע, אַנטלויפֿנדיק פֿון דעם אָרט פֿונעם פֿאַרברעכן.

"אין פֿלוג", ווי מען זאָגט, איינער פֿון די טאָג־טעגלעכע קרימינעלע פּאַסירונגען אין דעם ברויזנדיקן לעבן פֿונעם לאַנד. אָבער — אָט קומט די געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע באַגלייטונג, וואָס האָט אויפֿגערודערט דעם ייִשובֿ. דער בעל־עבֿירה איז, ווי געזאָגט, דער זון פֿון דעם ספֿרדישן הויפּט־רבֿ פֿון דער שטאָט חדרה און אַליין אַ רבֿ און אַ קאַנדידאַט באַשטימט צו ווערן ווי אַ דיין אין רבֿנישן בית־דין.

אין דעם ענין האָט זיך אַרײַנגעמישט דער אָנפֿירער פֿון ש"ס און אינערן־מיניסטער אין דער רעגירונג ר’ אלי ישי, וועלכער האָט אין אַ בריוו צום ריכטער, אויף אַן אָפֿיציעלן בלאַנק פֿון זײַן מיניסטעריום, געבעטן נישט צו באַשולדיקן דעם בחור, ווײַל דאָס קען אים פֿאַרשאַטן אין זײַן רבנישער קאַריערע און צונעמען בײַ אים דעם שאַנס צו ווערן אַ דיין אין רבנישן בית־דין.

און דער ריכטער? אין זײַנע מאָטיוון צום פֿרײַוואַשן דעם באַשולדיקטן האָט ער אָנגעוויזן, אַז אין זכות פֿון דער פּאַסירונג און פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן אויפֿברויז, וואָס די זאַך האָט אַרויסגערופֿן און האָט געשאָנקען אַ שטאַרקע עפֿנטלעכע עמפּאַטיע פֿאַר דעם עטיאָפּישן מיידל — איז זי שוין געוואָרן פֿאַרגיטיקט דערמיט, וואָס די פּאַסירונג האָט פֿאַרבעסערט איר סאָציאַלן ראַנג אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט...

דער צווייטער פֿאַל, וועלכן מיר האָבן געוואָלט דערמאָנען, איז שוין געוואָרן באַרימט איבער דער וועלט, און לויט דער לאָגיק, וואָס האָט דיקטירט דעם ריכטער אין זײַנע אורטייל־מאָטיוון בנוגע דעם צדיק פֿון חדרה, וואָלט אפֿשר אויך אין דעם מאָרד־איבערפֿאַל איבער דעם קלוב פֿון די האָמאָסעקסואַלן אין תּל־אָבֿיבֿ געקענט ווערן אָנגעווענדט דער זעלבער מאָטיוו, אַז — סך־הכּל האָט די עדה, וואָס איז ביז איצט געווען פֿאַרשטויסן אויך אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן באַוווּסטזײַן, גאָר אין דעם טראַגישן זכות געוווּנען "אַ העכערן ראַנג" אויפֿן סאָציאַלן לייטער פֿון דעם ציבור. די עפֿנטלעכקייט אין ישׂראל האָט ענדלעך, פּראָטעסטירנדיק און טאַדלענדיק דעם מאָרד פֿאַרשטאַנען, אַז די "אַנדערשקייט" און די ביאָלאָגישע נטיה איז נישט קיין פּערווערסיע, וואָס דאַרף ווערן באַשטראָפֿט, נאָר אַן אָנערקענטע נאַטירלעכע דערשײַנונג פֿון דער אַנדערשקייט, מיט וועלכער דער מענטש איז באַשאַפֿן געוואָרן "בדמותו ובצלמו של אלהים" — אין דער פֿאָרם און געשטאַלט פֿון גאָט.

די פּאָליציי איז נאָך נישט אַרויף אויף די שפּורן פֿון דעם מערדער פֿון די צוויי אומשולדיקע יונגעלייט, וועלכער האָט אויך פֿאַרוווּנדיקט מער ווי אַ מנין אַנדערע יונגע נפֿשות. אויף וויפֿל אָבער די פֿאַרברעכערס בײַ אונדז קומען אָפּ מיט פֿאַרהעלטנישמעסיק לײַכטע שטראָפֿן, וועט נישט לײַכט זײַן צו פֿאַרמײַדן, אַז עס זאָל אַמאָל נאָך אויפֿקומען בײַ וועמען דער געדאַנק וועגן אויפֿשטעלן אַ סימבאָלישן דענקמאָל פֿאַר דעם אומבאַקאַנטן מערדער — בײַ דער זײַט, להבֿדיל, פֿון דעם אומבאַקאַנטן זעלנער...

אין דער זעלבער שטאַרק אָנגעהיצטער קרימינעלער און פּאָליטישער וואָך — און דאָס גראָד אין דער צײַט וואָס מען רופֿט אָן אין דער מעדיאַ ווי "דער אוגערקע־סעזאָן", איז אויך דורכגעפֿירט געוואָרן אין דער כּנסת — דעם לעצטן טאָג פֿאַר איר אַרויסגיין אויף אירע דרײַ־חדשימדיקע פֿעריען — אַ פּאָגראָם איבער דער דעמאָקראַטיע אין ישׂראל. דעם פּרעמיער־מיניסטער נתניהו איז געלונגען צו פֿאַרפֿעסטיקן זײַן שליטה איבער דער קאָאַליציע און די דיקטאַטור פֿון דער מערהייט איבער דער פּאָליטישער מינדערהייט, מיט דער הילף פֿון דער קאָמאַנדאָ־אָפֿענסיווע פֿון צוגעאײַלטער געזעצגעבונג. זײַן געטרײַער שותּף דער שוץ־מיניסטער אהוד ברק האָט פֿון זײַן זײַט פֿאָרגעזעצט זײַן קרייצצוג צו דערגרייכן די דיקטאַטאָרישע הערשאַפֿט אין "עבֿודה" אויפֿן וועג צו איר צעשפּאַלטונג און זעלבסט־ליקווידאַציע.

מיטן צוריקקערן זיך פֿון דער כּנסת צו דער אַרבעט אין דרײַ חדשים אַרום, וועט זיך אָנהייבן אַ דראַמאַטישער סעזאָן אין דער פּאָליטיק — מיטן אָנגעזאָגטן מישפּט קעגן דעם אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן. ס׳וועט זײַן גאָר פֿריילעך אין שטעטל.

תּל־אָבֿיבֿ, 4טער אויגוסט 2009