- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ערשטע 20 יאָר פֿון איר לעבן האָט חני (כאַני) געטער זיך געפֿירט ווי אַלע אַנדערע מיידלעך בײַ די ניקלסבורגער חסידים אין מאָנסי. ווי די צווייטע פֿון פֿינעף קינדער, איז זי געווען אַ גוטע תּלמידה און געהאַט נאָענטע חבֿרטעס. ווען זי האָט דערגרייכט 17 יאָר האָט מען זי משדך געווען מיט אַ בחור פֿונעם זעלבן עלטער, און נאָך איין באַגעגעניש האָט מען שוין אָנגעהויבן פּלאַנירן די חתונה. הײַנט פֿירט חני גאָר אַן אַנדער מין לעבן. ווי אַ 32־יאָריקע געגטע פֿרוי מיט דרײַ קינדער, איז זי אַן אַקטיווע מיטגלידערין פֿון דער "ניו־איידזש" באַוועגונג "ייִדישער רענועל" (Jewish Renewal) און אַ פּראָפֿעסיאָנעלע "מגידקע" (אַ מאָל האָט אַ מגידקע געהייסן די פֿרוי פֿון אַ מגיד, אָבער הײַנט קאָן מען ניצן דעם טערמין אויך פֿאַר די פֿרויען, וועלכע זענען אַליין מגידים). דורך לעקציעס, וואַרשטאַטן און פּריוואַטע סעסיעס, מוטיקט זי מענטשן צו דערטאַפּן זייערע אינעווייניקסטע גײַסטיקע כּוחות, כּדי צו לייזן זייערע פּראָבלעמען, און במילא געפֿינען מנוחה. אין פֿינעף יאָר אַרום, האָפֿט זי אָנצוהייבן לערנען אויף ראַבינערין. זי האָט שוין אַפֿילו איר אייגענע וועבזײַט, www.inspirationallivinginc.com. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, נישט קיין געוויינטלעכע קאַריערע פֿאַר אַ פֿרוי פֿון די חסידישע קרײַזן. ווען אַנדערע שטאַרק־פֿרומע פֿרויען גטן זיך, געפֿינט מען זיי גיך אַ צווייטן מאַן, און זיי בלײַבן ווײַטער אין דער ענגער חסידישער קהילה, אָן שום שײַכות מיט דער דרויסנדיקער וועלט. אין דעם פֿאַל איז עס אָבער מער קאָמפּליצירט, ווײַל חני איז אַ לעזביאַנקע. הגם די חרדישע וועלט פֿאַרדאַמט האָמאָסעקסואַליזם, האָט חני אָבער נישט פֿאַרלאָזט דעם פֿרומען לעבן־שטייגער. פֿאַרקערט, זי היט ווײַטער שבת און כּשרות, וווינט נאָך אַלץ אין מאָנסי און שיקט אירע קינדער אין די פֿרומע שולן. איר 13־יאָריקער זון לערנט זיך אין אַ ישיבֿה, און אירע צוויי טעכטער, אַלט 10 און 12 יאָר, גייען אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער טאָגשול.
בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" האָט חני דערציילט, אַז אין די ערשטע יאָרן פֿון איר חתונה־לעבן, האָט איר געוועזענער מאַן זי באַקענט מיטן "קאַרלעבאַך"־פֿענאָמען. ער האָט איר דערציילט, אַז ער פֿלעג, צו 16 יאָר, זיך אַרויסגנבֿענען מיט זײַנע פֿרײַנד צו פֿאָרן הערן די קאָנצערטן פֿונעם זינגער און קאָמפּאָזיטאָר הרבֿ שלמה קאַרלעבאַך. "ער האָט מיך אַפֿילו געבראַכט אין דער קאַרלעבאַך־שיל עטלעכע מאָל," האָט זי דערציילט. הגם זי איז געווען נאָענט מיט איר מאַן, און זיי פֿלעגן זיך טיילן מיט זייערע סודות, איז זייער צוזאַמענלעבן פֿון אָנהייב אָן געווען שווער. "בײַ 14 יאָר האָב איך שוין געוווּסט, אַז איך האָב ליב מיידלעך. ס׳איז מיר דעמאָלט אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז איך דאַרף ליב האָבן מענער; כ׳האָב געמיינט, אַז איך דאַרף פּשוט האָבן קינדער מיט זיי. דערפֿאַר איז מיר טאַקע געווען אַ חידוש, פֿאַר וואָס מײַנע חבֿרטעס פֿלעגן מיט אַזאַ חשק קוקן דורך דער מחיצה. כ׳האָב פּשוט נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס זיי ווילן אַזוי שטאַרק זען די מענער!" ווען חני האָט, צוויי יאָר נאָך דער חתונה, דערציילט איר מאַן וועגן אירע געפֿילן פֿאַר פֿרויען, האָט ער געמיינט, אַז זי שפּאַסט. "ער האָט נישט געוווּסט, אַז מײַן גאַנץ לעבן וועט זיך בײַטן צוליב דעם, און איך האָב אויך נישט געוווּסט." אָבער ווען זי האָט, צו 23 יאָר, באַשלאָסן, אַז זי וויל אַ גט, האָט ער עס איר נישט געגעבן, און זי איז דרײַ יאָר לאַנג געבליבן אַן עגונה. במשך פֿון דער צײַט האָט זי זיך געראַנגלט מיט דער פֿראַגע, וואָס צו טראָגן אויפֿן קאָפּ. זי האָט געוווּסט, אַז זי וויל מער נישט טראָגן קיין שפּיצל, ווי די אַנדערע חסידישע פֿרויען. אַ שפּיצל איז אַ טשופּרינע פֿאַלשע האָר וואָס שטעקט אַרויס פֿון אונטערן טיכל. "כ׳האָב עס פֿײַנט געהאַט," האָט זי באַמערקט. פֿון דעסטוועגן, האָט זי נאָך אַלץ געוואָלט צודעקן דעם קאָפּ לויטן דין, האָט זי אָנגעהויבן טראָגן אַ שייטל. "שפּעטער, ווען איך האָב אָנגעהויבן גיין אויף די לעזבישע אונטערנעמונגען, האָב איך געטראָגן אַ בייסבאָל־היטל," האָט זי געזאָגט. "ווען איך האָב, סוף־כּל־סוף, געקראָגן דעם גט, בײַ 26 יאָר, בין איך גראָד געגאַנגען צו קאַרלעבאַך," האָט חני דערציילט. "כ׳האָב שוין מער נישט געוואָלט אָנטאָן דעם לבֿוש. דאָס איז געווען אַ גרויסער חילוק צווישן מיר מיט מײַן עקס־מאַן. בײַ אים איז געווען וויכטיק וואָס אַ מענטש טראָגט פֿון דרויסן; בײַ מיר — וואָס אַ מענטש טראָגט אינעווייניק. כ׳האָב געוואָלט זײַן אין אַ פּלאַץ, וווּ איך קען דאַווענען פֿאַרן עמוד, וווּ איינער איז נישט בעסער פֿונעם צווייטן." חני האָט שטודירט אויף באַקאַלוראַט, אויפֿן געביט פֿון מענטשלעכער אַנטוויקלונג. שפּעטער האָט זי באַקומען אַ צווייטן דיפּלאָם — ווי אַ לעבן־טרענירערין: איינע וואָס טרעפֿט זיך אויף פּריוואַטע סעסיעס מיט מענטשן, כּדי צו העלפֿן זיי בײַצוקומען די פּערזענלעכע און פּראָפֿעסיאָנעלע שוועריקייטן. איר חסידישער הינטערגרונט איז געוואָרן אַ גרויסע מעלה בײַ דער אַרבעט, ווײַל אָפֿט מאָל, בײַם געבן די מענטשן חיזוק, פֿאַררופֿט זי זיך אויף דער תּורה און דער קבלה. זי אַליין לערנט זיך איצט פֿונעם ספֿר "תּומר דבֿורה" פֿון דער רמ״ק (ר׳ משה קאָרדעוועראָ) — אַ סינטעז פֿון קבלה און עטיק, און יעדע וואָך לערנט זי די סדרה מיט אַ צווייטער חסידישער פֿרוי, און צוזאַמען לייענען זיי פֿונעם ספֿר פֿון ר׳ יהודה־לייב אַלטער פֿון גר, "דאָס לשון פֿון אמת". עס קומען צו חני פֿאַרשידענע ייִדן. איינע, אַ חזנטע, איז נישט געווען צופֿרידן מיט איר שיל, אָבער האָט נישט געהאַט דעם מוט צו פֿאַרלאָזן די פּאָזיציע. אַ צווייטער, אַ טעראַפּעווט, האָט נישט געוואָלט מער אַרבעטן אונטער אַ באַלעבאָס, אָבער האָט מורא געהאַט אָנצוהייבן זײַן אייגענע פּראַקטיק. "איך אַרבעט מיט יעדן קליענט בערך דרײַ ביז זעקס חדשים, גיב אים חיזוק, עצות און אינספּיראַציע, ביז זיי געפֿינען זייער אייגן קול," האָט זי באַמערקט. אַחוץ אירע פּריוואַטע סעסיעס ווי אַ לעבן־טרענירער, גרייט חני צו קינדער — סײַ ייִנגלעך, סײַ מיידלעך — צו בר־ און בת־מיצווה. פֿון וואַנען האָט זי זיך אויסגעלערנט טראָפּ? "פֿון מײַן קליענט, די חזנטע," האָט זי געענטפֿערט. "מיר האָבן זיך אויסגעטוישט. איך האָב געאַרבעט ווי איר לעבן־טרענירער, און זי האָט מיר אָפּגעצאָלט מיט טראָפּ־לעקציעס." חני גיט אויך לעקציעס און וואַרשטאַטן דרײַ מאָל אַ יאָר בײַ ספּעציעלע סוף־וואָכן אָרגאַניזירט פֿון "נהירים", אַ גײַסטיקע אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישע האָמאָסעקסואַליסטן פֿון פֿאַרשיידענע שאַטירונגען. נאָך אירע לעקציעס קומען מענטשן צו און דערציילן איר זייער געשיכטע. געוויסע זאָגן: "איך פֿיר שוין יאָרן לאַנג אַ האָמאָסעקסואַליסטיש לעבן, אָבער ווייס גאָרנישט וועגן ייִדישקייט", און אַנדערע: "כ׳בין פֿון אַ פֿרומער היים, אָבער ערשט לעצטנס בין איך ׳אַרויסגעקומען׳ ווי אַ ׳גיי׳." "זי איז אַ כאַריזמאַטישע רעדנערין," האָט באַמערקט די ייִדישע פֿאָלק־זינגערין, מרים־חיה סעגאַל, וועלכע האָט זי געהערט אויף איינע פֿון די טרעפֿונגען פֿון "נהירים". "זי איז תּמיד גרייט צו רעדן וועגן אירע פּערזענלעכע דערפֿאַרונגען; דערפֿאַר פֿילן זיך די צוהערער באַקוועם צו דערציילן איר וועגן זיך." און וואָס טראַכטן די קינדער פֿון דעם, אַז זייער מאַמע איז אַ לעזביאַנקע? "אַוודאי רעדן זיי נישט מיט זייערע פֿרײַנד וועגן דעם, ווײַל זיי וווינען אין אַ שטאַרק פֿרומער וועלט," האָט חני דערקלערט. "אָבער זיי קומען מיט מיר אויף די אונטערנעמונגען פֿון ׳נהירים׳ און דאָרט זענען זיי געוואָרן גוטע פֿרײַנד מיט אַנדערע ייִדישע קינדער פֿון האָמאָסעקסואַליסטן. מײַנע קינדער זענען שוין צוגעוווינט צו מענטשן וואָס זענען אַנדערש." חני פֿאַרשטייט אָבער ווי שווער עס וואָלט געווען פֿאַר די קינדער, ווען זי וואָלט געוווינט מיט אַ פֿרוי, און דערפֿאַר טוט זי עס נישט. "כ׳וועל וואַרטן ביז זיי גראַדויִרן," האָט זי געזאָגט. |