- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין "פֿאָרווערטס" האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט מענדל אָשעראָוויטש, איינער פֿון די בעסטע מחברים אין דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג. האָט ער אין יולי 1938 געשריבן וועגן מאַקס פּײַן, אַ וויכטיקן טוער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג, און אויך אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" אין פֿאַרשיידענע יאָרן. פּײַן איז אין יאָר 1920 געפֿאָרן קיין רוסלאַנד מיט אַ שליחות פֿון "דזשוינט" און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער הילף-אַרבעט אין יענע מקומות. ווען ער איז צוריק געקומען קיין ניו-יאָרק, האָט מען בײַ אים געפֿרעגט וועגן דעם מצבֿ אין רוסלאַנד און זײַן מיינונג וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. פּײַן איז געווען אַ מענטש מיט הומאָר און האָט זײַנע אײַנדרוקן באַשריבן דורך אַזאַ מעשׂה: אַ ייִדענע, וואָס איז געווען מיאוס ווי דער טויט, איז אַ מאָל געקומען צום רבין ער זאָל איר צוּווינטשען, אַז איר מאַן, וואָס איז פֿון איר אַנטלאָפֿן, זאָל קומען צוריק. ווען אַ צווייטע פֿידל וויל דווקא שפּילן די ראָלע פֿון אַ קאָנצערט־מײַסטער, דעמאָלט זעט איר ווי עס דונערט און עס בליצט אין דער כאַטע. און אַזוי ווי אַמעריקע צוזאַמען מיט דער וועלט, ריכטן אָפּ דעם זיבעציקסטן געבוירן־יאָר פֿון איין "ביטל" — אַן אָנגעזעענער מיטגליד פֿון אַ קאַפּעליע־זינגער, וואָס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אַהער צו אונדזערע ברעגעס פֿון ענגלאַנד, ווי די היישעריקן, און פֿאַרכאַפּט אַמעריקע מיט זייער געזאַנג, מיט זייערע באַגאַבטע לידער־טעקסטן, מוזיק און העוויות, פּונקט צוגעפּאַסט צו דער שטימונג פֿון די זעכציקער יאָרן. האָט מען זיך אָנגעכאַפּט אין דער "ביטלעמאַניע," ווי צו הייסע לאָקשן, און מ׳לאָזט זיי נישט רוען ביזן הײַנטיקן טאָג. מיר ווייסן אויך, אַז ס׳האָבן זיך דעמאָלט געפֿונען אַ חבֿרה "באַבי־סאַקטערס." דערמיט קען מען באַצייכענען יונגע מיידלעך און ייִנגלעך, אָנגעזאַפּט מיטן עקסטאַז פֿון זייערע פֿלאַמיקע האָרמאָנען און ענערגיע, האָבן זיי באַלאַגערט די "ביטלס" ווי פֿליגן אויף פֿליגן־פּאַפּיר, וואָס הענגט אַראָפּ פֿון דער סטעליע, מיט געוואַלדן און געשרייען, מיט פֿאַלן אין חלשות און אויסרײַסן זיך די גאָרגלען; דער עיקר — צוצוקומען וואָס נעענטער צו די אימפּאָרטירטע זינגער. דער אמת איז, אַז זיי קומען פֿון קליינינקע שטעטלעך אין ענגלאַנד און האָבן נישט געוווּסט לגמרי מיט וואָס מ׳עסט עס. צווישן די ייִדישע גדולים אין די דראַמאַטיש־גורלדיקע יאָרן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום פֿאַרנעמט שמעון דובנאָוו אַ זייער בכּבֿודיק אָרט. זײַן לעבנסווערק "די וועלט־געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק" אין צען בענד איז פֿול, אָדער געקירצט, איבערגעזעצט געוואָרן אין כּמעט אַלע קולטור־שפּראַכן. אויף דעם יסוד זײַנען צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ שלל לערנביכער. זײַנע נאָכפֿאָלגער זײַנען געוואָרן פּרעסטיזשפֿולע ייִדישע היסטאָריקער. דובנאָווס פֿאָרשערישע און געזעלשאַפֿטלעכע טעטיקייט פֿון זײַן יוגנט ביזן לעצטן אָטעם, איז געווען ענג באַהאָפֿטן מיט די פֿריידן און ליידן פֿון פּײַנפֿולן ייִדישן פֿאָלק. פֿאַרוואָס ווערט עס באַטאָנט? ווײַל צענדליקער טויזנטער פֿון זײַנע שטאַמברידער האָבן אין פֿרעמדע רייען געדאגהט ווי אויסצולייזן די רוסישע אימפּעריע און פֿאַר איינס די וועלט. דער בריוו־אויסטויש צווישן חנה אַרענדט און לעני יחיל, אַ באַקאַנטע ישׂראלדיקע היסטאָריקערין פֿונעם חורבן, וואָס איז לעצטנס דערשינען (יד־ושם שטודיעס, 2, 2009), איז אַ שפּאַנענדיקער דאָקומענט פֿון דער צײַט אַרום אײַכמאַנס מישפּט. די בריוו באַרירן ענינים, וואָס זײַנען געווען אַקטועל דעמאָלט און בלײַבן אַקטועל איצט. אַרענדט און יחיל האָבן זיך באַקענט און געוואָרן פֿרײַנד אין ירושלים, און דערנאָך האָבן זיי זיך קאָרעספּאָנדירט אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר. אָבער די אידעיִשע חילוקי־דעות זײַנען געוואָרן צו שאַרף, און זייער פֿרײַנדשאַפֿט און קאָרעספּאָנדענץ האָט זיך איבערגעריסן. פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק האָט מען אינעם געפּאַקטן זאַל פֿון ייִוואָ אָפּגעמערקט דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער און פּאָעט, חיים גראַדע, מיט פֿאַרכאַפּנדיקע ליטעראַישע אַנאַליזן פֿון זײַנע ווערק, ווי אויך פּערזענלעכע זכרונות וועגן דעם קאָמפּליצירטן מענטש. "גראַדע האָט זיך תּמיד געפֿילט צעשפּאָלטן צווישן דאָסטאָיעווסקי און דעם תּלמוד," האָט דערקלערט ד״ר רות ווײַס, פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט. לעצטנס, עלטער איך זיך מיט דער שנעלקייט פֿון אַ קוריער־צוג און אפֿשר נאָך גיכער. ס’הייסט, נאָך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן בענק איך ניט. גיכער פֿאַרקערט. וואָלט, לאָמיר זאָגן, געווען אַ מעגלעכקייט אָנהייבן אַלץ פֿון אָנהייב, וואָלט איך, ניט פֿאַרקלערנדיק זיך, אָפּגעזאָגט. נאָר... פֿיל שווערער ווערט אַריבערצוטראָגן די אומדערטרעגלעכע ישׂראלדיקע היצן, ווי אויך די קעלטן; די ראיה און געהער ווערן אָפּגעשוואַכט, דער קאָפּ דרייט זיך אויף ניט אָפּצושטעלן; די פֿיס בריקעווען זיך און ווילן ניט פֿאָלגן; און, אָפֿן גערעדט, ווערן שוין פֿאַרגעסן נעמען, אַפֿילו פֿון נאָענטע באַקאַנטע. איצט איז שוין קלאָר פֿאַר אַלעמען די געוואַגטקייט און די אַמביציעזקייט פֿון זאַמענהאָפֿס פּלענער צו שאַפֿן אַ נײַ פֿאָלק פֿאַר וועמען "עטישע באַציִונגען" מיט אַלע מענטשן־קינדער (ניט געקוקט אויף זייער פֿאָלק, קולטור, בירגערשאַפֿט צי גלויבן), זאָל זײַן זייער הויפּטציל אין לעבן. איבערצײַגט, אַז כּדי זײַן דערפֿינדונג פֿון "עספּעראַנטאָ" זאָל האָבן אַריכות־ימים, מוז עס קודם־כּל ווערן די ירושה פֿון אַן איבערגעגעבן פֿאָלק, האָט ער עס לכתּחילה געשאָנקען צו די ייִדן פֿון רוסלאַנד. קורץ פֿאַרן סוף פֿון 18טן יאָרהונדערט דערשײַנט רחל, די טאָכטער פֿון ייִדישן עושר, אין צענטער פֿון גײַסטיקן בערלין. ווער איז געווען רחל לעווין? אָט שרײַבט זי: אַ "ייִדישקע אָן פֿיזישן רייץ, אַ פֿרוי מיט גײַסטיקע צרות"; מיט ליידן, מחמת איר לעבן אין אַ לאַנד פֿון אומגלײַכהייט און שׂינאה. מענטשן פֿון איר צײַט האָבן זי באַוווּנדערט; זי באַטראַכט, פֿאַר אַ פֿרויען־זשעני. הײַנריך הײַנע האָט פּראָקלאַמירט, אַז זי איז "די גײַסטרײַכסטע פֿרוי פֿון אוניווערס!" רחל האָט געקעמפֿט פֿאַר עמאַנציפּאַציע פֿון דער פֿרוי, פֿאַר פֿרײַהייט און גלײַכהייט פֿון מענטשן אָן אונטערשייד פֿון אָפּשטאַם, "אָן טוישן דעם רעליגיעזן שילד, אָן זיך צו ‘לעגיטימירן’ און ‘צופּאַסן’ זיך צום כּלל" (אירע רייד). יעדער מענטש האָט זײַנע חסרונות. למשל, איך געהער ניט צו ליבהאָבער פֿון דזשאַז. אַ ביסל דזשאַז קען איך נאָך אויסהאַלטן, אָבער אָפּזיצן אַ גאַנצן קאָנצערט וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ שווערע אָפּקומעניש. דאָך דער נאָמען פֿון עדי ראָזנער (1976—1910), אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער סאָוועטישער דזשאַז־געשיכטע, איז מיר, פֿאַרשטייט זיך, גוט באַקאַנט. צו לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ניט הערן וועגן עדי ראָזנערן איז געווען אוממעגלעך, לכל־הפּחות, אין מײַנע צײַטן. לעצטנס קומט פֿאָר אַ מין ווידער־אויפֿקום פֿון עדי ראָזנערן. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט אַ צײַט צוריק, אָבער באַזונדערס שטאַרק פֿילט זיך עס איצט, ווען מע מערקט אָפּ זײַן הונדערט־יאָריקן יוביליי. וועמען וואָלט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַ ייִנגעלע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קיִעוו, אין דער ייִדישער געגנט פּאָדאָל, וועט אַ מאָל ווערן אַ באַקאַנטער טשעכישער זשורנאַליסט און אַפֿילו הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער פּאָפּולערסטער צײַטונג אין לאַנד "לידאָווע נאָווינאַ"? צי האָט עמעצער געטראַכט, אַז ער וועט ווערן אַ טשעכישער פּאָעט, איבערזעצער, דראַמאַטורג און סצענאַריסט צו טשעכישע קינאָ־פֿילמען? אויב ס׳איז ווייניק, איז ער אויך געווען במשך פֿון אַ סך יאָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן בײַ דער אַמעריקאַנער ראַדיאָ־סטאַנציע "סוואָבאָדאַ" (פֿרײַהייט). דערבײַ, בײַ די אַלע זײַנע מלאָכות, איז ער שטענדיק פֿאַרבליבן אַ ייִד און האָט אין ייִדישקייט דערצויגן זײַנע קינדער... בעת מײַנע לאַנגע אינטערוויוען מיט מײַן טאַטן וועגן אונדזער משפּחה, און אַמאָליקע קרובֿים, האָט ער אַלע מאָל צוגעגעבן דעם אויסדרוק, ווי עס פֿירט זיך ווען מע זאָגט אַ קריטיש וואָרט אויף אַ פֿאַרשטאָרבענעם — "מײַנע רייד זאָלן נישט צו שווער זײַן". אָבער אַ מאָל איז דאָס קריטישע וואָרט געווען אַזוי שאַרף, אַז מיר האָבן ביידע זיך צעלאַכט, ווײַל דער אויסדרוק האָט זיכער נישט געקענט "צוגלעטן" דעם נעגאַטיוון אַרויסזאָג. אַזוינע מחשבֿות זענען מיר אַרויפֿגעקומען אויפֿן געדאַנק, ווען איך האָב געהערט, אַז די אַלמנה פֿון חיים גראַדע, אינאַ העקער־גראַדע, איז געשטאָרבן יענע וואָך. צו זײַן 90סטן יאָרצײַט וועגן ש. אַנ־סקי, דער פּען־נאָמען פֿון שלמה־זײַנוול ראַפּאַפּאָרט, האָבן מיר געשריבן עטלעכע מאָל; איין מאָל וועגן זײַן 60סטן יאָרצײַט און דער ייִוואָ־אויסשטעלונג, געווידמעט צו אים. די אויסשטעלונג מיט קאַטאַלאָגן אין ייִדיש און ענגליש האָב איך דעמאָלט צוגעגרייט, אונטער דער השגחה פֿון מאַרעק וועב, דעם דעמאָלטיקן הויפּט פֿון ייִוואָ־אַרכיוו. די אויסשטעלונג האָט געוויזן אינטערעסאַנטע בריוו פֿון אַנ־סקין, וואָס האָבן זיך אויפֿגעהיט אין ייִוואָ, צו זײַן יוגנט־חבֿר ד״ר חיים זשיטלאָווסקין, צו ש. ניגער און צו י. ל. פּרץ און אַנדערע דאָקומענטן וועגן זײַן לעבן און שאַפֿונג. |