ביאָגראַפֿיעס
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חנה אַרענדט
חנה אַרענדט

דער בריוו־אויסטויש צווישן חנה אַרענדט און לעני יחיל, אַ באַקאַנטע ישׂראלדיקע היסטאָריקערין פֿונעם חורבן, וואָס איז לעצטנס דערשינען (יד־ושם שטודיעס, 2, 2009), איז אַ שפּאַנענדיקער דאָקומענט פֿון דער צײַט אַרום אײַכמאַנס מישפּט. די בריוו באַרירן ענינים, וואָס זײַנען געווען אַקטועל דעמאָלט און בלײַבן אַקטועל איצט. אַרענדט און יחיל האָבן זיך באַקענט און געוואָרן פֿרײַנד אין ירושלים, און דערנאָך האָבן זיי זיך קאָרעספּאָנדירט אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר. אָבער די אידעיִשע חילוקי־דעות זײַנען געוואָרן צו שאַרף, און זייער פֿרײַנדשאַפֿט און קאָרעספּאָנדענץ האָט זיך איבערגעריסן.

אַרענדט און יחיל האָבן אויסגעלייגט זייערע פּאָזיציעס אין די סאַמע ערשטע בריוו. יחיל שרײַבט פֿון ירושלים׃ "די ייִדישע מלוכה אין איר איצטיקער פֿאָרעם איז אַרויסגעוואַקסן פֿון דער רעאַליטעט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט היסטאָריש". זי האָט געהאַלטן, אַז אַ פּרוּוו אָפּצורײַסן מדינת־ישׂראל פֿון אירע היסטאָרישע "וואָרצלען" וואָלט גורם געווען אַ "קאַטאַסטראָפֿע", אַפֿילו ווען מען טוט עס לשם אַלמענטשלעכע פּרינציפּן פֿון רעכט און יושר.

אָבער אַרענדט באַהאַנדלט די דאָזיקע פֿראַגע דווקא פֿונעם אַלגעמיין־פֿילאָסאָפֿישן שטאַנדפּונקט. צווייפֿלט, צי די ישׂראלים זײַנען בכּוח צו האַלטן זיך בײַ די היסטאָרישע ייִדישע וואָרצלען ביז אַ נײַער מין "ווירקלעכקייט" וועט זיך אויספֿורעמען פֿון דער "ווירקלעכקייט פֿון זייער לאַנד און פֿונעם אויפֿקום פֿונעם פֿאָלק". זי האָט אַפֿילו פֿאַרגליכן די "אמונה אינעם ייִדישן פֿאָלק" מיט עבֿודה־זרה, וואָס ייִדן האָבן מיטגעבראַכט פֿון מצרים. אין תּוך גענומען גייט עס אין דער קשיא, וואָס בלײַבט עד־היום דער עיקר פֿון אַלע וויכּוחים אַרום ישׂראל — וואָס איז וויכטיקער פֿאַר מדינת־ישׂראל׃ דער ייִדישער מהות אָדער דער אַלגעמיינער דעמאָקראַטישער פּרינציפּ?

לעני יחיל פֿרעגט בײַ אַרענדט, מיט אַ פֿאַרבאַהאַלטענער איראָניע, "איר האָט מסתּמא הנאה פֿונעם אייראָפּעיִשן פּריוואַטן לעבן", און גיט צו׃ "איך פֿיל זיך אין דײַטשלאַנד זייער אומבאַקוועם. איך קאָן פּשוט ניט אויסשטיין דעם סטיל". אָבער אַרענדט איז ניט ווייניקער קריטיש מכּוח דײַטשלאַנד׃ "אָן אַרײַנמישונג פֿון דרויסן וועט עס ווערן אַ מין מיליטערישע דיקטאַטור". זי באַמערקט מיט פֿאַרדראָס, אַז קיינער אין דײַטשלאַנד (חוץ ייִדן) האָט ניט קיין אינטערעס אינעם מישפּט איבער אײַכמאַן אין ירושלים.

יחיל דערווידערט, אַז צו האַלטן די מאָדערנע פּרינציפּן פֿאַר ריינעם אמת קאָן אויך זײַן אַ מין "עבֿודה־זרה", און אַז דאָס איז אַן אַלגעמיינע פּראָבלעם פֿאַר דער גאַנצער מענטשהייט, ניט נאָר פֿאַר ישׂראל. פֿון איר שטאַנדפּונקט איז די ישׂראלדיקע פּאָליטישע פֿירערשאַפֿט — זי האָט שטאַרק געהאַלטן פֿון גאָלדע מאיר — געוווּסט פֿון דער דאָזיקער פּראָבלעם און האָט קיין מאָל ניט "גובֿר געווען די גרענעץ" צווישן די דעמאָקראַטישע פּרינציפּן און איר געטרײַשאַפֿט דעם ייִדישן פֿאָלק.

ביידע פֿרויען האָבן באַטראַכט דעם מצבֿ פֿון ישׂראל פֿון אַ טאָפּלטן שטאַנדפּונקט — פֿונעם חורבן און פֿון דער קאַלטער מלחמה. יחיל איז געווען מער פֿאַרטאָן אין דער וועלט־פּאָליטיק, ווײַל איר מאַן איז געווען אַ חשובֿער ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַט. פֿאַר איר איז די פּאָליטישע צוקונפֿט פֿון ישׂראל געווען ענג פֿאַרבונדן מיט דער "דריטער וועלט", בפֿרט מיט אַפֿריקע, וואָס איז דעמאָלט געוואָרן אַ פֿעלד פֿון פּאָליטישן געראַנגל צווישן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דער מערבֿדיקער וועלט. אַרענדטס אינטערעסן זײַנען געווען מער אַבסטראַקט און פֿילאָסאָפֿיש. זי איז געווען פֿאַרטאָן אינעם קריטישן אַנאַליז פֿון דער פּאָליטישער ווירקלעכקייט און דער מענטשלעכער נאַטור בכלל, אין שײַכות מיט אַלגעמיינע הומאַניסטישע פּרינציפּן.

די בריוו זײַנען אָנגעשריבן אויף דײַטש און ענגליש. זיי פֿאַרמאָגן אַ סך אינטערעסאַנטע סטיליסטישע פּרטים, וואָס העלפֿן צו פֿילן דעם אייגנאַרטיקן טעם פֿון יענער צײַט. אויפֿגעהאָדעוועט אין פֿאַרמעגלעכע דײַטשיש־ייִדישע משפּחות, האָבן אַרענדט און יחיל אָפּגעהיט דעם אייגנאַרטיקן איראָניש־גאווהדיקן קוק אויף דער וועלט, וואָס איז געווען כאַראַקטעריש פֿאַר זייער סבֿיבֿה פֿאַר דער מלחמה. די דײַטשישע נאַציסטן זײַנען געווען זייערע מיטצײַטלער, וואָס האָבן גערעדט די זעלביקע שפּראַך און געהערט צו דער זעלביקער קולטור. אין איין בריוו דערמאָנט יחיל דעם הויכגעשטעלטן נאַציסטישן דיפּלאָמאַט ווערנער בעסט און רופֿט אים, נאַטירלעך סאַרקאַסטיש אָבער גאַנץ גוטמוטיק, "אונדזער געמיינזאַמער גוטער באַקאַנטער".

פֿאַר זיי איז דײַטשלאַנד נאָך אַלץ געווען דאָס לאַנד פֿון אַמאָליקע נאַציסטן, וועלכע האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר באַעוולטע דורך די "אויסלענדער", און האָבן טיף אין האַרצן ניט געהאַט קיין חרטה פֿאַר זייערע פֿאַרברעכנס. ווען מען נעמט דאָס אין באַטראַכט, קאָן מען אפֿשר בעסער פֿאַרשטיין אַרענדטס באַרימט בוך "אײַכמאַן אין ירושלים", וואָס האָט אַרויסגערופֿן שאַרפֿע קריטישע אָפּרופֿן אין ישׂראל. אַרענדט האָט געשריבן ניט נאָר וועגן אײַכמאַן און דעם חורבן, נאָר אויך וועגן דײַטשלאַנד פֿון אָנהייב 1960ער יאָרן, וואָס האָט פֿאַר איר פֿאַרקערפּערט די "באַנאַלקייט פֿונעם בייז".

יחיל האָט גענומען אויף זיך אַן אַנדער שליחות. זי איז געווען אויסן צו באַטאָנען די המשכדיקייט פֿון דער ייִדישער געשיכטע צווישן גלות און ישׂראל. דערפֿאַר האָט זי זיך גענומען צום שרײַבן אַ געשיכטע פֿונעם חורבן פֿונעם ייִדישן שטאַנדפּונקט, וואָס זאָל נעמען אין באַטראַכט ניט בלויז די מערדערישע טעטיקייט פֿון די דײַטשן און זייערע מיטהעלפֿער, נאָר אויך דעם ווידערשטאַנד פֿונעם ייִדישן צד. פֿון דעם פּראָיעקט איז אויסגעוואַקסן איר שטודיע "דער חורבן׃ דער גורל פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום", וואָס איז אַרויס אויף עבֿרית, ענגליש און דײַטש.