‫פֿון רעדאַקציע
עידו אַהרוני

אין ניו־יאָרק האָט אָנגעהויבן זײַן אַרבעט דער נײַער גענעראַל־קאָנסול פֿון ישׂראל עידו אַהרוני. דינסטיק, אינעם ישׂראל־קאָנסולאַט איז פֿאָרגעקומען זײַן ערשטע טרעפֿונג מיט דער רוסיש־שרײַבנדיקער פּרעסע פֿון דער שטאָט. אונדזער צײַטונג האָט אויך באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿונעם פּרעסע־סעקרעטאַר, ווײַל אויך רוסיש איז פֿאַרן "פֿאָרווערטס" נישט קיין מניעה.

עידו אַהרוני איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלער און געניטער דיפּלאָמאַט, וואָס האָט שוין פֿאַרנומען אַחריותדיקע פּאָזיציעס אינעם דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס סײַ אין ישׂראל און סײַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

טעאַטער
פֿון רעכטס: דזשון גייבל, פֿײַוויש פֿינקעל, מערווין גאָלדסמיט און עליאָט פֿינקעל>

דער "נאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער — פֿאָלקסבינע" הייבט אָן דעם נײַעם סעזאָן — זײַן 96סטן סעזאָן — מיט דער פֿאָרשטעלונג "פֿײַוויש פֿינקעל אויף דער בינע!" [Fyvush Finkel Live!] רעזשיסירט פֿון מאָטל דידנער, מיט דער באַטייליקונג פֿון פֿינקעלס מוזיקאַלישע זין, איִען און עליאָט.

פֿײַוויש פֿינקעל איז שוין אַן 88־יאָריקער אַקטיאָר מיט גרויס הצלחה אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע. אין צוויי לאַנג־דויערנדיקע סעריעס — "פּיקעט פֿענסעס" און "באָסטאָן פּאָבליק" — האָט גאַנץ אַמעריקע זיך באַקענט מיט אים.

ביאָגראַפֿיעס
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חנה אַרענדט

דער בריוו־אויסטויש צווישן חנה אַרענדט און לעני יחיל, אַ באַקאַנטע ישׂראלדיקע היסטאָריקערין פֿונעם חורבן, וואָס איז לעצטנס דערשינען (יד־ושם שטודיעס, 2, 2009), איז אַ שפּאַנענדיקער דאָקומענט פֿון דער צײַט אַרום אײַכמאַנס מישפּט. די בריוו באַרירן ענינים, וואָס זײַנען געווען אַקטועל דעמאָלט און בלײַבן אַקטועל איצט. אַרענדט און יחיל האָבן זיך באַקענט און געוואָרן פֿרײַנד אין ירושלים, און דערנאָך האָבן זיי זיך קאָרעספּאָנדירט אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר. אָבער די אידעיִשע חילוקי־דעות זײַנען געוואָרן צו שאַרף, און זייער פֿרײַנדשאַפֿט און קאָרעספּאָנדענץ האָט זיך איבערגעריסן.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
אַ מאַרק־טאָג אין קרעמעניץ, 1925

די מחברים פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה זײַנען געווען די ערשטע, וואָס האָבן אונדז געגעבן ליטעראַרישע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע שטעטלעך. ווי פֿאַרלאָזלעך און פּינקטלעך זײַנען זייערע באַשרײַבונגען? פֿון איין זײַט, זײַנען די משׂכּילים געווען געשטימט זייער קריטיש לגבי דעם אַלטן ייִדישן לעבנס־שטייגער, בפֿרט לגבי די חסידישע מינהגים און גלויבענישן. זייער ציל איז געווען צו באַקעמפֿן די אָפּגעשטאַנענקייט און פּרימיטיווקייט פֿון חסידישע רביים און זייערע אָנהענגער.

פּובליציסטיק

אין די צײַטונגען, סײַ די ייִדישע, סײַ די אַלגעמיינע, האָט מען אין די לעצטע פּאָר יאָר אָנגעהויבן איבערגעבן וועגן פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג אין די חסידישע און אַנדערע שטאַרק פֿרומע קרײַזן — וועגן מלמדים און רבנים וואָס זענען באַשולדיקט געוואָרן אין די מעשׂים, און צום טייל, אַפֿילו פֿאַרמישפּט געוואָרן צו עטלעכע יאָר תּפֿיסה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם חומש זענען פֿאַראַן זעקס פּרשיות, וואָס טראָגן נעמען פֿון קאָנקרעטע מענטשן: "נח", "חיי־שׂרה", "יתרו", "קורח", "בלק", "פּינחס". דאָס איז אַן אינטערעסאַנטע אַרומנעמיקע רשימה פֿון אַרכעטיפּישע פּערסאָנאַזשן, וועלכע רעפּרעזענטירן אַלע קאָנצעפּטועלע זײַטן פֿונעם תּורה־אוניווערס: נח איז אַ ניט־ייִדישער צדיק; יתרו איז אַ גר;

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די אָנגעצונדענע ליכט לייגן אויס די ווערטער "קאַטין 1940־2010"; דעם 13טן אַפּריל 2010, אין אָפּאָלע, פּוילן

דאָס דאָרף קאַטין אין דער סמאָלענסקער געגנט פֿון רוסלאַנד האָט געגעבן דעם נאָמען איינעם פֿון די פֿאַרברעכנס פֿונעם סטאַליניסטישן רעזשים — די פּלאַנמעסיקע הריגה פֿון אַריבער צוואַנציק טויזנט פּוילישע אָפֿיצירן. די דאָזיקע מיליטערלײַט זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין געפֿענקעניש אין סעפּטעמבער 1939, נאָך דער סאָוועטישער אינוואַזיע אויף פּוילן, אָרקעסטרירט לויטן מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט. דער ציל פֿון דער מאַסן-הריגה, אין פֿרילינג-זומער 1940, איז געווען צו ליקווידירן דעם טראַכטנדיקן שיכט פֿון דער פּוילישער באַפֿעלקערונג; דאָס הייסט, די מענטשן, וועלכע וואָלטן ניט מסכּים געווען צו דינען געטרײַ די קאָמוניסטן.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַ פּויליש פּאָסטקאַרטל, 1929: "אַ ייִדישער טאַנץ", 
פֿון זאָפֿיע סטריענסקאַ.

אינעם לעצטן בולעטין פֿונעם "צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע", אין ניו־יאָרק, שטייט אַ ידיעה וועגן אַ פּאַנעל־דיסקוסיע אויף דער טעמע — "ליטעראַרישע עטנאָגראַפֿיע בײַ דעם מיזרח־פֿראָנט, 1914—1918" מיטן לעקטאָר שמואל ספּינער, וואָס מע וועט אָפּהאַלטן דעם 17טן נאָוועמבער. איך ווייס נישט וועגן וואָס מע גייט דאָרטן רעדן, כאָטש איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ש. אַנ־סקיס ווערק "דער ייִדישער חורבן פֿון פּוילן, גאַליציע און בוקעווינע" וועט זײַן אַ טייל פֿון דער דיסקוסיע;

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג איז מיר אין די הענט אַרײַנגעפֿאַלן אַ מאמר, וואָס איז אַרויס הײַיאָר אין דעם "וועסטניק" (אינפֿאָרמיר-בולעטין) פֿון דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט. דער "וועסטניק" האַלט מען פֿאַר אַן ערנסטער אַקאַדעמישער אויסגאַבע. פֿאַקטיש איז עס אַ צאָל באַזונדערע זשורנאַלן, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט. דאָ גייט די רייד וועגן דעם "וועסטניק" אין הילכות געשיכטע.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ליבע פֿרײַנד, די וועלט שפּאַלט זיך, די מענטשהייט שפּאַלט זיך, די באַוועגונגען שפּאַלטן זיך. די איינציקע מניעה בלײַבט — ווי רופֿט מען זיך ווען מען איז געשפּאָלטן? נו, האָט מען גערופֿן אַן אַסיפֿה, זיבן טעג און זיבן נעכט, עלעהיי די כעלעמער חכמים, און גענומען זיך שפּאַלטן די קעפּ. זאָל מען זיך רופֿן די "קאַווע־באַוועגונג?" האָבן אַלע אויסגעשריגן אין איין קול: "חס־וחלילה!" און פֿאַרוואָס דאָס נישט? ווײַל קאַווע ווערט אימפּאָרטירט. ס׳איז נישט קיין היגע סחורה. זאָל מען זיך רופֿן "די יויך מיט לאָקשן־באַוועגונג?"

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך לערן זיך אין קאָלעדזש דאָס דריטע יאָר און איך האָב תּמיד געוואָלט ווערן אַ דאָקטער זינט איך בין אַלט געווען 7 יאָר. איך האָב געליטן פֿון סקאָליאָז, און האָב פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין די שפּיטעלער און אָפֿיסן פֿון דאָקטוירים. איך האָב זיך תּמיד געפֿילט באַקוועם דאָרטן און געוווּסט, אַז איך וויל ווערן אַ דאָקטער.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק
ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן (רעכטס) לערנט אַ קינדערליד מיט די אָנטיילנעמער אין אַ וואַרשטאַט לכּבֿוד אירע זינגלידער, ווײַמאַר, דײַטשלאַנד, 2004; צוזאַמען מיט איר, די זינגערינס טערעזע טובֿה (לינקס) און חנה קופּער.

הײַנט באַגריסט די "פּערל" די פֿאַרדינסטפֿולע דיכטערין און קאָמפּאָזיטאָרין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן צו איר ווערן נײַנציק יאָר. זי איז אַן איינציקע אין איר פֿאַרנעם — אַ יחיד־במינו — אַן אָנגעזעענע דיכטערין, אַ פּאָפּולערע לידער־שרײַבערין און קאָמפּאָזיטאָרין, אַ זעלטענע פֿאָלקס־זינגערין, אַ פֿײַנע מאָלערין. אַחוץ דעם פֿירט זי אָן מיט אַ פּאָעטן־קרײַז, און פֿאַרנעמט זיך מיט קולטור־אַרבעט אויך.