שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

איך לערן זיך אין קאָלעדזש דאָס דריטע יאָר און איך האָב תּמיד געוואָלט ווערן אַ דאָקטער זינט איך בין אַלט געווען 7 יאָר. איך האָב געליטן פֿון סקאָליאָז, און האָב פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין די שפּיטעלער און אָפֿיסן פֿון דאָקטוירים. איך האָב זיך תּמיד געפֿילט באַקוועם דאָרטן און געוווּסט, אַז איך וויל ווערן אַ דאָקטער.

איך טו אַלץ זיך צו האַלטן אויף דעם וועג. איך שטודיר אין "מולענבערג־קאָלעדזש", אַ שול מיט אַ פֿײַנער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָגראַם, פֿון וועלכער די מעדיצין־שולן האַלטן שטאַרק. איך בין אין דעם העכסטן קלאַס און באַקום גוטע צייכנס, ווײַל איך אַרבעט שווער. איך האָב געאַרבעט ווי אַ פֿרײַער אַרבעטער אין די פּלעצער וווּ די מעדיצין־שולן האָבן ליב.

מײַן פּראָבלעם באַשטייט אין דעם, וואָס איך לײַד פֿון גרויסע זאָרג מכּוח די עקזאַמענס אַרײַנצוקומען אין די מעדיצין־שולן. מע רופֿט זיי די "עמקאַטס". איך שטודיר שוין אַ יאָר פֿאַר זיי יעדע נאַכט. איך קען נישט שלאָפֿן, ווײַל די "עמקאַטס" קומען מיר צו חלום. ווען איך וועק זיך אויף אין מיטן דער נאַכט, הייב איך אָן ווידער צו שטודירן — פֿאַר וואָס נישט אויסניצן די צײַט, אויב איך קען נישט שלאָפֿן?

איך באַמי זיך צו שאַפֿן נײַע פֿרײַנדשאַפֿטן, אָבער איך גיי זעלטן אַרויס אין אָוונט, ווײַל איך האָב אַזוי פֿיל אַרבעט. עס דערגייט מיר די יאָרן, וואָס דער רעזולטאַט פֿון בלויז איין עקזאַמען קען ווירקן אַזוי שטאַרק אויף מײַן לעבן, אָבער עס ווירקט דאָך שוין אויף מײַן לעבן פֿאַרן רעזולטאַט. ווי קען איך זיך צוגרייטן אָן אַזוי פֿיל זאָרג?

"עמקאַט"־נעמער


טײַערע "עמקאַט"־נעמער,

מיר דאַכט, אַז איר טוט אַלץ ריכטיק! דער ציל פֿון די "עמקאַטס" איז צו באַשטימען, צי אַ סטודענט וועט זײַן בכּוח דורכצומאַכן די מעדיצין־שול און ווערן אַ דאָקטער. דאָס שטודירן אין אַ גוטן קאָלעדזש, זיך פֿאַרשרײַבן אין די שווערערע קלאַסן, און דינען ווי אַ פֿרײַער אַרבעטער אין די ערטער מיט אַ שײַכות צו מעדיצין באַווײַזן, אַז איר וועט טאַקע קענען ווערן אַ דאָקטער. ס׳איז נישט וויכטיק, ווי שווער מע דאַרף אַרבעטן אַהין אָנצוקומען, אַבי מע זאָל טאַקע קענען אַרבעטן ווי אַ דאָקטער. טאָ אָטעמט טיף, גיט אַ שמייכל און זאָרגט זיך נישט!

וואָס שייך אײַער מעטאָד פֿון שטודירן, וואָלט איך רעקאָמענדירט, איר זאָלט האַלטן פֿרײַ אַן אַנדער צײַט אין טאָג צו שטודירן די "עמקאַטס". שטייט אויף פֿריִער, אָדער רעזערווירט אַ שעה בײַ טאָג צו שטודירן. עס זעט אויס, אַז ווען איר שטודירט איידער איר לייגט זיך שלאָפֿן, ווערט איר צו נערוועז, און דאָס שטודירן אין מיטן דער נאַכט מאַטערט אײַך אויס און איז נישט עפֿעקטיוו. באַרויִקט זיך און זאָל זײַן מיט גליק!


טײַערע חזנטע,

איך האָב זיך אַריבערגעקליבן קיין לאָס־אַנדזשעלעס פֿון טאָראָנטאָ מיט אַ יאָר צוריק כּדי ווײַטער אָנצוגיין מיט מײַן ציל צו ווערן אַ פֿילם־רעזשיסאָר. אין די ערשטע 6 חדשים האָב איך געשאַפֿן מײַן אייגענעם קורצן פֿילם, וואָס שפּילט אין פֿאַרשיידענע ערטער, געווינט פּריזן און ווערט געוויזן אין וואָס אַ מאָל גרעסערע קינאָס. מע האָט מיר באַלד געמאָלדן אַנדערע גרויסע פּראָיעקטן. ס׳האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך בין שוין אויפֿן וועג....

אָבער פֿון די אַלע צוגעזאָגטע גאָלדענע גליקן האָט זיך אַרויסגעלאָזט אַ בוידעם. איך קלינג אָן יעדן טאָג צו די "ריכטיקע" מענטשן און פּרוּוו עפּעס באַקומען אַן אַרבעט, אָבער קיינער האָט מיר דערווײַל נישט געקענט העלפֿן. איך וועל באַלד מער נישט האָבן קיין געלט און מײַנע טאַטע־מאַמע האַלטן, אַז איך האָב שוין גענוג זיך געמוטשעט אין דער שטאָט און זיי ווילן איך זאָל אַהיימקומען. ווען נאָר איין פּראָיעקט וואָלט צו שטאַנד געקומען, וואָלט געווען אין אָרדענונג. אָבער עס זעט אויס איצט, אַז אַלץ טויג אויף כּפּרות. אין קאַנאַדע אַרבעט איך ווי אַ דאָקטאָר (אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן טאָר איך נישט), און אַ פּאָזיציע אין מײַן פֿעלד אויף 4 חדשים קען איך איצט באַקומען אין טאָראָנטאָ.

ווען איך זאָל זיך אומקערן אַהיים, וואָלט איך געפֿילט, אַז איך פֿאַרלאָז דאָס וווּנדערלעכע לעבן, וואָס איך האָב דאָ אויפֿגעבויט אין לאָס־אַנדזשעלעס. איך בין שוין נישט גרייט דאָס אויפֿצוגעבן! אָבער, אויב איך נעם נישט אָן די פּאָזיציע, וועל איך לײַדן פֿינאַנציעל. זאָל איך פֿאָרן אויף אַן אינטערוויו? אויב איך נעם אָן די אַרבעט, וועט מיר אפֿשר ווערן צו באַקוועם. ווי לעבט מען אויס איין לעבן, בשעת מע האַלט אַן אויג (און האַרץ) געצילט אויף אַן אַנדערן, מײַן אמתע לײַדנשאַפֿט?

פֿילם־רעזשיסאָר דאָקטער


טײַערער פֿילם־רעזשיסאָר דאָקטער,

מזל־טובֿ אויף אײַערע געראָטענע פּראָיעקטן ביז אַהער! איך הער וועגן אַ סך מענטשן, וועלכע קומען קיין לאָס־אַנדזשעלעס צו ווערן מצליח אין דער פֿילם־אינדוסטריע, און גאָר ווייניק פֿון זיי האָבן אַזאַ הצלחה ווי איר האָט געהאַט.

אויב צו ווערן אַ רעזשיסאָר, אַזוי ווי איר האָפֿט צו טאָן מיטן לעבן, וועט איין יאָר נישט שאַטן. גיט אָבער אַ טראַכט וויפֿל צײַט איר האָט שטודירט אין דער מעדיצין־שול? איך וואָלט זיך געלאָזט, צום ווייניקסטנס, כאָטש אַ העלפֿט פֿון אַזוי פֿיל צײַט ערנסט נאָכצוגיין אײַער חלום.

דעריבער מיין איך, איר זאָלט גיין אויף אַן אינטערוויו. סע טרעפֿט זיך זעלטן, אַז אַ פּאָזיציע געדויערט נאָר 4 חדשים. אויב איר באַקומט די פּאָזיציע, באַטראַכט דאָס ווי אַ משׂא־ומתּן. די פֿיר חדשים וועלן אײַך דערמעגלעכן צו זײַן נאָך פֿיר חדשים אין לאָס־אַנדזשעלעס. ווען אין טאָראָנטאָ, קענט איר לאָזן פֿרײַ אַ געוויסע צײַט אין טאָג צו אַרבעטן אויפֿן פֿילם. האַלט אָן ווײַטער דעם קאָנטאַקט מיט די לאָס־אַנדזשעלעסער פֿרײַנד און פֿאַרלירט נישט די פֿאַרבינדונגען. דערמיט וועט איר נישט ווערן אָפּגעפֿרעמדט פֿונעם לעבן דאָרטן, און ס׳וועט אײַך לײַכטער זײַן ווען איר פֿאָרט צוריק. אײַערע חלומות וועלן מקוים ווערן אויב איר האָט דעם מוט זיך אָפּצוגעבן מיט זיי מיטן גאַנצן האַרצן.


* * *

איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com

אָדער

Cantors Office

10400 Wilshire Blvd

Los Angeles, CA 90024