אינעם חומש זענען פֿאַראַן זעקס פּרשיות, וואָס טראָגן נעמען פֿון קאָנקרעטע מענטשן: "נח", "חיי־שׂרה", "יתרו", "קורח", "בלק", "פּינחס". דאָס איז אַן אינטערעסאַנטע אַרומנעמיקע רשימה פֿון אַרכעטיפּישע פּערסאָנאַזשן, וועלכע רעפּרעזענטירן אַלע קאָנצעפּטועלע זײַטן פֿונעם תּורה־אוניווערס: נח איז אַ ניט־ייִדישער צדיק; יתרו איז אַ גר; קורח איז אַ זינדיקער ייִד; בלק איז אַ רשעותדיקער מואָבישער קיניג; פּינחס איז אַ ייִד אַ צדיק; און שׂרה איז אַ פֿרוי — און נישט סתּם אַ פֿרוי, נאָר די גרינדערין פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און אַן אַרכעטיפּ פֿון אַלע פֿרויען אין דער וועלט.
די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי־שׂרה" — "שׂרהס לעבן". אין דער אמתן, אָבער, ווערן די וויכטיקסטע מאָמענטן פֿון איר לעבן באַשריבן דווקא אין די פֿריִערדיקע צוויי סדרות. דער איצטיקער תּורה־אָפּטייל הייבט זיך אָן מיט אַ סך־הכּל; אַ מין נעקראָלאָג: "און שׂרה האָט געלעבט הונדערט יאָר, און צוואָנציק יאָר, און זיבן יאָרן". די לעצטע צאָל שטייט דווקא אין אַ מערצאָל: "מאה שנה ועשׂרים שנה ושבֿע שנים".
שׂרה איז ניפֿטר געוואָרן אין חבֿרון, ווי עס גיט אונדז איבער די תּורה, וווּ אַבֿרהם־אָבֿינו האָט געקויפֿט די באַרימטע הייליקע הייל, מערת-המכפּלה, און באַערדיקט זי דאָרטן. דערנאָך גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי אַבֿרהם האָט געשיקט זײַן באַדינער, אליעזר, אין זײַן געוועזענער היימשטאָט חרן, וווּ ער איז אויפֿגעוואַקסן און פֿון וואַנען ער האָט געמוזט אַנטלויפֿן, כּדי צו געפֿינען דאָרטן אַ שידוך פֿאַר זײַן זון, יצחק.
ווײַטער ווערט דערציילט די מעשׂה מיט רבֿקהס ברונעם. אליעזר איז אָנגעקומען קיין חרן און צוגעגאַנגען צום דאָרטיקן ברונעם, האָט ער געבעטן דעם אייבערשטן צו ווײַזן אים, ווען ער טרעפֿט דעם ריכטיקן שידוך. אויב ער וועט פֿרעגן בײַ אַ מיידל צו טרינקען, און זי וועט אויך פֿאָרלייגן וואַסער פֿאַר זײַנע קעמלען, וועט ער שוין וויסן, אַז זי האָט גוטע מידות און איז באַשערט פֿאַר יצחקן. אַזוי האָט ער געפֿונען רבֿקהן — די טאָכטער פֿון אַבֿרהמס פּלימעניק, בתואל, וועלכע האָט ממשיך געווען שׂרהס טעטיקייט צו פֿאַרשפּרייטן קדושה אין דער וועלט און געוואָרן די מאַמע פֿונעם צווייטן דור ייִדן.
פֿאַרוואָס הייסט די הײַנטיקע פּרשה דווקא "חיי־שׂרה", אויב זי דערציילט, דער עיקר, וועגן יצחקס ווײַב, און פֿאַנגט זיך אָן מיט שׂרהס פּטירה? אַ פּשוטער תּירוץ איז, אַז דאָס אמתע לעבן פֿונעם מענטש איז די גײַסטיקע ירושה, וואָס ער לאָזט איבער נאָך זיך אין דער וועלט. שׂרהס לעבן ווי אַ לעגענדאַרע צדיקת און די אורמאַמע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק איז פֿאַרווירקלעכט און פֿאַראייביקט געוואָרן דורך אירע קינדער.
ווי דערמאָנט, רעפּרעזענטירן די פּערסאָנאַזשן — וואָס נאָך זיי זענען אָנגערופֿן געוואָרן גאַנצע פּרשיות אין דער תּורה — פֿאַרשיידענע זײַטן פֿונעם מענטשלעכן וועזן, וועלכע געפֿינען זיך אין דיאַלעקטישע באַציִונגען איינע מיט דער צווייטער. שׂרה איז ניט בלויז אַ היסטאָרישער פּערסאָנאַזש, נאָר אַ סימבאָל פֿון אַלע פֿרויען בכלל. די הײַנטיקע פּרשה איז, אין אַ גרויסער מאָס, אויך געווידמעט אַ פֿרוי — רבֿקה — ווי אויך די ענינים פֿון זיווגים, ליבע און פֿאַרבינדונג צווישן די דורות; דער נאָמען "חיי־שׂרה" קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן, אין אַן אַלעגאָריש־אַרכעטיפּישן זין, ווי "דאָס לעבן פֿון אַ פֿרוי".
דער ערשטער פּסוק אין דער פּרשה, וואָס דינט ווי שׂרהס "נעקראָלאָג", דערמאָנט דרײַ באַזונדערע צאָלן: "הונדערט יאָר, און צוואָנציק יאָר, און זיבן יאָרן" — דווקא אין אַ מערצאָל. על־פּי חז״ל, ווײַזט אַזאַ אומגעוויינטלעך לשון, אַז איר גאַנץ לעבן איז געווען שלימותדיק: "בײַ צוואָנציק יאָר איז זי געווען אַזוי שיין, ווי בײַ זיבן, און בײַ איר עלטער — אַזוי ריין פֿון זינד, ווי אין דער יוגנט".
על־פּי קבלה, טראָגן אַלע דרײַ דערמאָנטע צאָלן — הונדערט, צוואָנציק און זיבן — אַ טיפֿן סימבאָלישן באַדײַט. די קלענערע צאָלן זענען אָבער, אין אַ געוויסן זין, "העכער" — מער באַדײַטפֿול. הונדערט רעפּרעזענטירט דאָס אַלגעמיינע שלימות. די ג־טלעכקייט ווערט אַנטפּלעקט דורך צען ספֿירות — די מידות אָדער פֿאַרשיידענע "ווירטועלע פּערזענלעכקייטן". דער באַשעפֿער איז בעצם אין־סוף — העכער פֿון אַלע פּערזענלעכע קאָנצעפּציעס. לגבי דעם מענטשלעכן שׂכל, וועלכער באַשטייט אויך פֿון צען מדרגות, ווערט די ג־טלעכע אין־סופֿיקייט אויפֿגענומען ווי אַ פּערזענלעכער ג־ט, מיט וועלכן מע קאָן פֿירן אַ באַדײַטפֿולן דיאַלאָג.
יעדע ספֿירה באַשטייט פֿון אַלע צען ספֿירות. למשל, שטעקט אינעם אינטעלעקט אַן עלעמענט פֿון עמאָציעס, און אין די עמאָציעס — אַן עלעמענט פֿון אינטעלעקט; ס׳איז פֿאַראַן "חסד שבבינה" און "בינה שבחסד". דערפֿאַר, רעפּרעזענטירט די צאָל הונדערט דאָס שלימות פֿון אַלע אַספּעקטן אין דער מענטשלעכער נשמה — מצד דעם ווילן, שׂכל, עמאָציעס און נאַטירלעכע נטיות. די צאָל צוואָנציק רעפּרעזענטירט די צוויי זײַטן פֿון שׂכל — די אינטויִטיווע חכמה און די ראַציאָנאַלע בינה, וועלכע זענען בײַ שׂרהן אַנטוויקלט געוואָרן אין אַלע צען אַספּעקטן.
הגם זיבן איז אַ קלענערע צאָל, רעפּרעזענטירט זי אַ מער פּרטימדיקן ענין — דאָס שלימות פֿון זיבן עמאָציאָנעלע אייגנשאַפֿטן. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז לויט דער הײַנטצײַטיקער פּסיכאָלאָגיע נעמען מיר אויף קלענערע צאָלן טאַקע "אין מערצאָל", און די גרעסערע — "אין איינצאָל". למשל, ווען מיר קוקן אויף אַ גרופּע פֿון זיבן ביימער, באַטראַכטן מיר זיי טאַקע ווי עטלעכע באַזונדערע אָביעקטן. צוואָנציק אָדער הונדערט ביימער איז שוין אָבער אַ גאַנצער וואַלד — אַ מאָנאָליטע מאַסע.
אונדזער מוח איז מסוגל אויפֿצונעמען מיטאַמאָל אַ קליינע צאָל אָביעקטן. אַ קליינע גרופּע אָביעקטן, בערך טאַקע ביז זיבן, מוז מען נישט איבערציילן איינער נאָכן אַנדערן, כּדי צו באַשטימען זייער צאָל. אונדזער מוח כאַפּט קליינע צאָלן אויטאָמאַטיש. מיט די גרעסערע גרופּעס אָביעקטן אַרבעט עס אָבער נישט. למשל, פּרוּווט צו זאָגן מאָמענטאַל, אָן קיין חשבון, צי איר זעט אַ צענדליק אָדער אַ טוץ ביימער. וועט איר זען, אַז ס׳איז גאָר שווער צו טאָן, אויב מעגלעך בכלל. די מקובלים זענען דאָ גערעכט אויך אינעם פּסיכאָלאָגישן זין: קלענערע צאָלן זעען פֿאַר אונדז אויס "העכער" ווי די גרויסע. מיר נעמען זיי אויף ווי באַדײַטפֿולע סטרוקטורן און נישט צונויפֿגעשמאָלצענע מאַסעס.
אין שׂרהס לעבן זענען פֿאָרגעקומען, בסך־הכּל, זיבן גרויסע הויפּט־געשעענישן: זי איז אַנטלאָפֿן מיט אַבֿרהמען פֿון חרן; דער פּרעה אין מצרים האָט געפּרוּווט זי פֿאַרכאַפּן; דער אייבערשטער האָט איר געגעבן אַן אַנדער נאָמען — שׂרה אַנשטאָט שׂרי; די מלאָכים האָבן איר צוגעזאָגט, אַז זי וועט האָבן אַ זון; שפּעטער האָט זי געהאַט יצחקן; זי איז ווידער פֿאַרכאַפּט געוואָרן, דורך אַבֿימלך; זי איז ניפֿטר געוואָרן, ווען אַבֿרהם האָט שיִער נישט מקריבֿ געווען איר זון, יצחקן, בײַ דער עקידה.
בײַ יעדן מענטש טרעפֿן זיך שליסל־עפּיזאָדן, וועלכע פֿילן אָן זײַן וועזן מיט באַדײַט. אויב אַפֿילו מע לעבט מער ווי 120 יאָר, בלײַבן דווקא זיי, און נישט דער מעכאַנישער גאַנג פֿון דער צײַט, דער אמתער "יאָדער" פֿונעם לעבן. דאָס איז אַן אַנדער בײַשפּיל, ווי אַזוי אַ קליינע צאָל קאָן זײַן "העכער", ווי אַ גרויסע. די תּורה דערציילט אונדז, אַז בײַ שׂרהן זענען אויך געווען געוויסע מײַלשטיינער, וועלכע האָבן געשפּילט אַ באַזונדערס־גרויסע ראָלע אין איר לעבן. פֿונדעסטוועגן, ווי עס דערקלערן די חז״ל, זענען אַלע אירע יאָרן געווען שלימותדיקע — קאָליריקע און גײַסטיק־אָנגעפֿילטע.