טעאַטער
פֿון רעכטס: דזשון גייבל, פֿײַוויש פֿינקעל, מערווין גאָלדסמיט און עליאָט פֿינקעל>
פֿון רעכטס: דזשון גייבל, פֿײַוויש פֿינקעל, מערווין גאָלדסמיט און עליאָט פֿינקעל>

דער "נאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער — פֿאָלקסבינע" הייבט אָן דעם נײַעם סעזאָן — זײַן 96סטן סעזאָן — מיט דער פֿאָרשטעלונג "פֿײַוויש פֿינקעל אויף דער בינע!" [Fyvush Finkel Live!] רעזשיסירט פֿון מאָטל דידנער, מיט דער באַטייליקונג פֿון פֿינקעלס מוזיקאַלישע זין, איִען און עליאָט.

פֿײַוויש פֿינקעל איז שוין אַן 88־יאָריקער אַקטיאָר מיט גרויס הצלחה אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע. אין צוויי לאַנג־דויערנדיקע סעריעס — "פּיקעט פֿענסעס" און "באָסטאָן פּאָבליק" — האָט גאַנץ אַמעריקע זיך באַקענט מיט אים. אָבער, ווי מיר ווייסן, האָט ער קודם געשפּילט אויף ייִדיש, בפֿרט אין די וואָדעוויל־טעאַטערס פֿון סעקאָנד־עוועניו, און אין דער פֿאָרשטעלונג קערט ער זיך אום צו זײַנע וואָרצלען. כאָטש פֿינקעל האָט געהאַט אַ געראָטענע קאַריערע אויף דער ענגליש־שפּראַכיקער בינע, האָט ער קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן אינעם ייִדישן טעאַטער, און ער קומט שטענדיק, ווען מעגלעך, אויף די אונטערנעמונגען פֿונעם ניו־יאָרקער "ייִדישן אַקטיאָרן־קלוב".

פֿײַוויש פֿינקעל איז געבוירן געוואָרן אין בראָנזוויל, ברוקלין. דער טאַטע איז געווען אַ וואַרשעווער, די מאַמע, אַ מינסקער. צו נײַן יאָר האָט ער אָנגעהויבן שפּילן אויף דער ייִדישער בינע און איז אויפֿגעטראָטן אין פֿאַרשיידענע קינדער־ראָלעס ביז ער איז אַלט געוואָרן 15 יאָר. האָט ער דעמאָלט זיך געלערנט צו ווערן אַ קירזשנער; אָבער נישט אויף לאַנג. אין די קעטסקיל־בערג האָט ער באַוויזן זײַנע טאַלאַנטן ווי אַ קאָמיקער און האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דעם מין טעאַטער. ווען די מעגלעכקייטן צו אַרבעטן אין די קעטסקיל־בערג האָבן זיך אויסגעוועפּט, האָט ער, צום גליק, באַקומען אַ ראָלע אין "פֿידלער אויפֿן דאַך" אויף בראָדוויי. ער האָט געשפּילט אין עטלעכע ראָלעס אין דער פּיעסע, און, צום סוף, די הויפּט־ראָלע "טבֿיה" פֿאַר עטלעכע יאָר אין דער רײַזנדיקער נאַציאָנאַלער טרופּע. פֿאַר זײַן ראָלע אין דער דראַמע "קאַפֿע קראַון", וועגן דער ייִדישער רויאַל־קאַפֿע אויף דער איסט־סײַד, האָט ער געוווּנען אַן "אָבי"־אויסצייכענונג.

ערשט ווען ער איז געווען אין זײַנע 70ער יאָרן איז ער באַקאַנט געוואָרן פֿאַר אַ גרעסערן עולם צוליב זײַנע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. לעצטנס האָט ער, צוזאַמען מיט יעלענאַ שמואלענסאָן און אַלען ריקמאַן, געשפּילט אין גאַנצן אויף ייִדיש אין דער ערשטער סצענע פֿונעם האָליוווּד־פֿילם "אַן ערנסטער מאַן" פֿון די ברידער כּהן.

"פֿײַוויש פֿינקעל אויף דער בינע" איז נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס דער אַקטיאָר האָט געשפּילט אין אַ ספּעקטאַקל וועגן זיך. אין 1997 האָט ער געשטעלט "פֿײַוויש פֿינקעל: פֿון סעקאָנד־עוועניו ביז בראָדוויי" ווי אויך אַ פֿאָרשטעלונג "פֿינקעלס פֿאַליס", אויך מיט זײַנע זין. די איצטיקע מוזיקאַלישע פּיעסע האָט נישט קיין סיפּור־המעשׂה, נאָר באַשטייט אין לידער, וויצן, מעשׂיות, און סצענעס וואָס פֿינקעל האָט זיך דערמאָנט פֿון אַ מאָל, אָדער זענען געשאַפֿן געוואָרן פֿון זײַנע זין.

צוליב די משפּחה־פֿאַרבינדונגען, מיט דרײַ פֿינקעלס אין דער טרופּע, שאַפֿט זיך אַ היימישקייט אין דער איצטיקער פּיעסע. נישט אומזיסט הייסט דער טעאַטער "פֿאָלקסבינע" אין דעם פֿאַל, ווײַל דער אָוונט איז טאַקע אַ פֿאָלקישע, און מע פֿילט זיך נאָענט צו פֿײַוויש און זײַנע זין. אויף דער זײַט אין דער אויסגעטיילטער געדרוקטער פּראָגראַם, וווּ עס שטייען די נעמען פֿון די אָנטיילנעמער אין דער פֿאָרשטעלונג, וועט מען נישט געפֿינען קיין קרעדיט פֿאַר אַ שרײַבער אָדער באַאַרבעטער פֿונעם סצענאַר; אַ סימן, אַז די מאַטעריאַלן האָט מען צונויפֿגעשטיקעוועט, איבערגעניצעוועט פֿון אַלטע מאַטעריאַלן. אָבער אַזוי ווי די משפּחה פֿינקעל האָט חן און שטראָמט אַרויס מיט וואַרעמקייט און ליבשאַפֿט צווישן זיך און צום עולם, קען מען פֿאַרדייען די אַלטע, שוין־אויסגעדראָשענע לידלעך און סצענעס און זיי אָננעמען באַהבֿה.

די צוויי זין זענען טאַקע צו באַוווּנדערן מיט זייערע מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן. איִען פֿינקעלן האַלט מען ווי איינעם פֿון די גרעסטע קסילאָפֿאָניסטן אויף דער וועלט, און ער שפּילט מיט אַזוי פֿיל באַגײַסטערונג און ענטוזיאַזם, אַז ס׳איז שווער נישט מיטגעכאַפּט צו ווערן. ווי אַ סאָליסט שפּילט ער לעבעדעווס "רומעניע, רומעניע" אויף זײַן אינסטרומענט און זײַן ווירטואָזקייט פּריטשמעליעט דעם עולם. דער אַנדערער ברודער, עליאָט, דער פּיאַניסט און מוזיקאַלישער דירעקטאָר, האָט געשפּילט יאָרן לאַנג מיט מאַלי פּיקאָן און דעם חזן יאַן פּירס. זייערע געזונטע, ברייטע און אימפּאָזאַנטע פֿיגורן האָבן קאָמיש זיך געשטעלט אין קאָנטראַסט מיט זייער שוואַכן, אײַנגעבויגענעם טאַטן, פֿײַוווּש. אָבער נישט געקוקט אויף זײַן זיקנה ברענגט ער אַרויס זײַן אייביק קינדיש פּנים, און די פֿאַרשיידענע מינעס און גרימאַסן וואָס ער דריקט אויס, רופֿן אַרויס אַ שמייכל בײַם עולם.

די מענטשן וואָס האָבן קיין מאָל נישט געזען קיין ייִדישן וואָדעוויל־טעאַטער און האָבן זיך געוווּנדערט ווי דאָס זעט אויס, וואָלטן געדאַרפֿט זען די פֿאָרשטעלונג. איך האָב שוין אַזאַ טעאַטער פֿאַרשפּעטיקט אין ניו־יאָרק און אין די קעטסקיל־בערג, נאָר אים נאָך געכאַפּט אין מיאַמי־ביטש אין די סוף 1960ער און אָנהייב 1970ער יאָרן. די גרויסע טאַלאַנטן פֿון די אַקטיאָרן האָט מען באַלד אָפּגעשאַצט, נאָר די מאַטעריאַלן וואָס זיי האָבן אויסגעשפּילט און געזונגען זענען געשטאַנען אויף אַ נידעריקן ניוואָ. אַפֿילו וועגן די בעסטע פּאָפּולערע טעאַטער־זינגערס אונדזערע, ווי אַהרן לעבעדעוו, האָט מען געקענט זאָגן, אַז די לידער האָבן קיין מאָל נישט דערגרייכט דעם ניוואָ פֿונעם זינגער. אָבער נאָסטאַלגיע איז אַ שטאַרקער כּוח און הײַנט קען מען מוחל זײַן די נאַרישע און צוויי־טײַטשיקע לידלעך און קופּלעטן פֿון אַמאָל און פּשוט הנאה האָבן פֿונעם געזאַנג.

ס׳איז דאָ עפּעס פֿאַר יעדן אין "פֿײַוויש פֿינקעל אויף דער בינע" — אַ ביסל גאָלדפֿאַדען ("באָבע יאַכנע"), אַ ביסל לעאָ פֿוקס ("איך בין אַ באָרדער בײַ מײַן ווײַב") אַ ביסל יאַבלאָקאָוו ("דער דישוואַשער"). מיט דער הילף פֿון די צוויי אַנדערע אַקטיאָרן, מערווין גאָלדסמיט און דזשון גייבל, שטעלט מען פֿאָר פֿאַרשיידענע סצענעס פֿון אַמאָל. געוויסע, ווי דאָס ליד "סעמי" וואָס ווערט באַאַרבעט אין אַ גאַנצער סצענע, פֿאַרגעסט מען אַ פּאָר מינוט שפּעטער. אַנדערע ווי "ראובֿן דער קניש־מאַן" (געשריבן פֿון איִען פֿינקעל) האָבן דעם חן פֿון נאָסטאַלגיע און מע האָט הנאה פֿון זיי.

אין דער פּרעסע־פֿאָרשטעלונג וווּ איך בין בײַגעווען, האָט מען דאָ און דאָרט פֿאַרגעסן די ווערטער, און די אַקטיאָרן האָבן אימפּראָוויזירט ווי בדחנים. געוויינטלעך וואָלט דאָס געווען אַ קריטעריע צו קריטיקירן, נאָר אין דעם פֿאַל האָט עס צוגעגעבן צו דער היימישער שטימונג פֿונעם אָוונט. צו זײַן אין אַזאַ עלטער און פֿאָרשטעלן אַזאַ פּראָגראַם קומט פֿײַוויש פֿינקעלן אַ גרויסער יישר־כּוח און אויב איר ווילט האָבן אַ טעם פֿונעם אַמאָליקן סעקאָנד־עוועניו־טעאַטער גייט זען "Fyvush Finkel Live".

די פּיעסע שפּילט ביז דעם 7טן נאָוועמבער אין Baruch Performing Arts Center — 55 Lexinton Avenue אין מאַנהעטן. קלינגט די קאַסע צו קויפֿן בילעטן: 5073־312־646.