|
עידו אַהרוני |
Credit: Arkadiy Yagudaev |
אין ניו־יאָרק האָט אָנגעהויבן זײַן אַרבעט דער נײַער גענעראַל־קאָנסול פֿון ישׂראל עידו אַהרוני. דינסטיק, אינעם ישׂראל־קאָנסולאַט איז פֿאָרגעקומען זײַן ערשטע טרעפֿונג מיט דער רוסיש־שרײַבנדיקער פּרעסע פֿון דער שטאָט. אונדזער צײַטונג האָט אויך באַקומען אַ פֿאַרבעטונג פֿונעם פּרעסע־סעקרעטאַר, ווײַל אויך רוסיש איז פֿאַרן "פֿאָרווערטס" נישט קיין מניעה.
עידו אַהרוני איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלער און געניטער דיפּלאָמאַט, וואָס האָט שוין פֿאַרנומען אַחריותדיקע פּאָזיציעס אינעם דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס סײַ אין ישׂראל און סײַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַ געבוירענער אין ישׂראל, פֿירט ער זײַן ייִחוס פֿון די בוכאַרער ייִדן. זײַנע אָבֿות זײַנען געקומען קיין פּאַלעסטינע פֿון מיטל־אַזיע נאָך אין די 80ער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט.
און דאָך, פֿאַר וואָס איז צווישן זײַנע ערשטע טרעפֿונגען אויף דעם אַמט אַזוי וויכטיק געווען פֿאַר דעם נײַעם גענעראַל־קאָנסול זיך צו טרעפֿן דווקא מיט דער רוסישער פּרעסע אין ניו־יאָרק? שוין זשע צוליב יוצא זײַן פֿאַר זײַן "באָס", דעם אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן, אַן אָפּשטאַמיקער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד? פֿאַרשטייט זיך, אַז נישט דאָ שטעקט די סיבה.
לויט דער סטאַטיסטיק, וווינען אין די דרײַ שטאַט־געגנטן — ניו־יאָרק, ניו־דזשערזי, קאָנעטיקוט — וואָס דער ישׂראל־קאָנסולאַט אין ניו־יאָרק באַדינט זיי, בערך איין מיליאָן 600 טויזנט אימיגראַנטן, וועלכע זײַנען געקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, און וואָס אַלע קענען זיי רוסיש. 600 טויזנט פֿון זיי וווינען אין ניו־יאָרק.
וואָס איז זייער באַציִונג צו ישׂראל? ווי עס פֿירט זיך בדרך־כּלל בײַם רובֿ פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום, זײַנען זיי מיט לײַב און לעבן צוגעבונדן צו דער ייִדישער מדינה. כּמעט אַלע האָבן זיי דאָרט קרובֿים און פֿרײַנד, פֿאָרן צו גאַסט און שיקן זייערע קינדער און אייניקלעך צו פֿאַרברענגען דאָרט אַ שטיקל צײַט. זיי זײַנען צווישן די אַקטיווסטע אָנטיילנעמער אויף אַלע דעמאָנסטראַציעס וואָס שטיצן ישׂראל, באַטייליקן זיך אין פֿינאַנציעלע אַקציעס לטובֿת פֿאַרשידענע הילפֿס־פּראָגראַמען און זײַנען פֿאַרקאָכט אין אַלע נײַעס וואָס קומען אַרויס פֿון מיטעלן־מיזרח.
דווקא די אימיגראַנטישע רוסישע מעדיאַ אין אַמעריקע — אין תּוך, אַ שוואַכע און פֿון אַ מיטלמעסיקן ניוואָ — איז דער הויפּט־אַדרעס און די הויפּט־טריבונע, וווּ עס קומט אַרײַן און גייט אַרויס די אינפֿאָרמאַציע אַרום ישׂראל; דאָרט ווערן באַהאַנדלט די טאָג־טעגלעכע און אַלגעמיין־פּאָליטישע, עקאָנאָמישע און קולטורעלע אַספּעקטן פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט.
אויף דער טרעפֿונג האָט דער גענעראַל־קאָנסול אָנגערירט די צוויי וויכטיקע טעמעס, וואָס ווערן הײַנט אַרומגערעדט סײַ אין ישׂראל און סײַ איבער דער וועלט: די ישׂאל־פּאַלעסטינער באַציִונגען און די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם. זאָגן, אַז עס זײַנען אַרויסגעבראַכט געוואָרן געדאַנקען, וואָס ביז אַהער האָט מען וועגן דעם נישט געהערט, וואָלט געווען אַ גוזמא.
נאָך איין טעמע פֿון דער באַגעגעניש איז געווידמעט געווען דער וואַקסנדיקער טוריסטיק קיין ישׂראל, וואָס האָט דערגרייכט הײַיאָר איר העכסטן שפּיץ; קודם־כּל, אַ דאַנק דעם אָפּשאַפֿן די אַרײַנפֿאָר־וויזעס פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע. טאַקע אָט די טעמע האָט לעבעדיקער געמאַכט די טרעפֿונג און אַרויסגערופֿן פֿראַגעס. אַזוי, למשל, איז באַטאָנט געוואָרן, אַז די פּרײַזן צו פֿליִען פֿון ניו־יאָרק קיין ישׂראל מיט "אל־על" דערגרייכן ממש צום זיבעטן הימל.
צוריק געשמועסט, ווי יעדע ערשטע טרעפֿונג, איז אויך די דאָזיקע באַגעגעניש אינעם ישׂראל־קאָנסולאַט געווען נישט מער ווי אַ פֿאָרמעלע באַקאַנטשאַפֿט. דעריבער האָבן ביידע צדדים קיין טיפֿערע שמועסן און אײַנדרוקן איינער פֿונעם אַנדערן נישט דערוואַרט.
בײַ דער טרעפֿונג זײַנען בײַגעווען מײַקל מילער, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿונעם ראַט פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין ניו־יאָרק, זײַן אַדמיניסטראַטיוו־דירעקטאָרין, סוזען גרין, און מיטאַרבעטער פֿונעם ישׂראל־קאָנסולאַט.