פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די אָנגעצונדענע ליכט לייגן אויס די ווערטער "קאַטין 1940־2010"; דעם 13טן אַפּריל 2010, אין אָפּאָלע, פּוילן
די אָנגעצונדענע ליכט לייגן אויס די ווערטער "קאַטין 1940־2010"; דעם 13טן אַפּריל 2010, אין אָפּאָלע, פּוילן

דאָס דאָרף קאַטין אין דער סמאָלענסקער געגנט פֿון רוסלאַנד האָט געגעבן דעם נאָמען איינעם פֿון די פֿאַרברעכנס פֿונעם סטאַליניסטישן רעזשים — די פּלאַנמעסיקע הריגה פֿון אַריבער צוואַנציק טויזנט פּוילישע אָפֿיצירן. די דאָזיקע מיליטערלײַט זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין געפֿענקעניש אין סעפּטעמבער 1939, נאָך דער סאָוועטישער אינוואַזיע אויף פּוילן, אָרקעסטרירט לויטן מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט. דער ציל פֿון דער מאַסן-הריגה, אין פֿרילינג-זומער 1940, איז געווען צו ליקווידירן דעם טראַכטנדיקן שיכט פֿון דער פּוילישער באַפֿעלקערונג; דאָס הייסט, די מענטשן, וועלכע וואָלטן ניט מסכּים געווען צו דינען געטרײַ די קאָמוניסטן.

די אָפֿיציר־אוניפֿאָרמען האָבן אין 1939 געטראָגן ניט בלויז פּראָפֿעסיאָנעלע מיליטערלײַט, נאָר אויך טויזנטער געבילדעטע מענער, מאָביליזירטע אין דער אַרמיי. צווישן די אומגעבראַכטע בשעת דער קאַטינער אַקציע זײַנען געווען אויך בערך 450 ייִדן, אַרײַנגערעכנט דעם הויפּט-רבֿ פֿון דער פּוילישער אַרמיי ברוך שטײַנבערג.

אין משך פֿון אַ האַלבן יאָרהונדערט האָט דער סאָוועטישער צד אַרויפֿגעלייגט די שולד פֿאַר קאַטין אויף די דײַטשן, וועלכע האָבן עס, כּלומרשט, אָפּגעטאָן אין 1941. דעם ענין האָט מען אַפֿילו געפּרוּווט אַרײַנשטעלן אין די דאָקומענטן פֿונעם נירנבערגער פּראָצעס איבער די נאַציסטישע פֿירער, נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, אָבער דער אינטערנאַציאָנאַלער טריבונאַל האָט פֿונדעסטוועגן ניט געפֿונען גענוג פֿעסטע באַווײַזן.

אָבער סוף 1980ער יאָרן, בעת מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס "פּערעסטרויקע", האָט מען אין רוסלאַנד גענומען רעדן מער קלאָרע דיבורים וועגן קאַטין, ווי אַ פֿאַרברעכן פֿון סטאַליניזם. שפּעטער, שוין אין באָריס יעלצינס צײַטן, האָט די רעגירונג אָנגעהויבן עפֿענען די אַרכיוון מיט די קאַטין-מאַטעריאַלן. מיט צוויי יאָר צוריק האָבן די געשעענישן פֿון יענער צײַט באַקומען אַ קינסטלערישע אָפּשפּיגלונג אין אַנדזשיי ווײַדאַס פֿילם.

אין אַפּריל 2010 האָט אַן אויספֿרעג אין רוסלאַנד געוויזן, אַז דער עולם האָט נאָך אַלץ ניט אָנערקענט דעם אמת. 46 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע האָבן געהאַלטן, אַז די רוסישע רעגירונג האָט ניט געדאַרפֿט בעטן מחילה בײַ די פּאָליאַקן. ס׳רובֿ האָבן געענטפֿערט, אַז זיי האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט, ווער עס איז טאַקע געווען שולדיק פֿאַר קאַטין. 28 פּראָצענט האָבן געזאָגט, אַז די פֿאַרברעכער זײַנען געווען די דײַטשן, און נאָר 19 פּראָצענט האָבן אָנערקענט די שולד פֿון דעם רוסישן צד. כאַראַקטעריש, אַז וולאַדימיר פּוטין האָט ניט לאַנג צוריק אַרויסגעזאָגט די מיינונג, אַז די אַקציע איז געווען סטאַלינס נקמה פֿאַר די 32 טויזנט רויט־אַרמייער, וועלכע זײַנען אומגעקומען אין דער פּוילישער געפֿענקעניש בעת און נאָך דער פּויליש-סאָוועטישער מלחמה אין 1919—1920. פּוטינס ווערטער קען מען פֿאַרטײַטשן אַזוי: יאָ, ס׳איז געווען ניט גוט צו הרגענען די פּאָליאַקן, אָבער זיי האָבן עס, אין אַ געוויסן זין, "פֿאַרדינט".

קאַטין סימבאָליזירט אויך די שווערע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און פּוילן. אַנטי-רוסישע שטימונגען זײַנען ברייט פֿאַרשפּרייט אין פּוילן, און אין רוסלאַנד האָט דער עולם אויך אַ סך חשבונות מיטן סלאַווישן שכן. ניט צופֿעליק, אַ פּנים, האָט מען פֿאַרביטן דעם אַלטן נאַציאָנאַלן יום-טובֿ — דעם טאָג, ווען מען האָט אין יאָר 1917 געמאַכט די באָלשעוויסטישע רעוואָלוציע — מיט אַ נײַעם יום-טובֿ, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער באַפֿרײַונג פֿון מאָסקווע מיט פֿיר יאָרהונדערט צוריק, דווקא פֿון די פּאָליאַקן.

מע טענהט לעצטנס, אַז דער פּויליש-רוסישער קלימאַט ווערט בעסער, בפֿרט נאָך דער טראַגעדיע, וואָס איז געשען דעם 10טן אַפּריל 2010, ווען אויפֿן וועג קיין קאַטין — אויך סימבאָליש! — איז אומגעקומען דער פּוילישער פּרעזידענט לעך קאַטשינסקי און צענדליקער אַנדערע הויכגעשטעלטע מלוכה-לײַט. אָבער ניט אַלעמען איז צום האַרצן די פֿאַרבעסערונג פֿון רוסיש-פּוילישע באַציִונגען. אין פּוילן, אַ שטייגער, איז פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז שולדיק אין דער אַוויאַ-קאַטאַסטראָפֿע זײַנען געווען ניט די פּילאָטן, נאָר — ווידער אַ מאָל — די רוסן.

מיט אַ וואָך צוריק, דעם 19טן אָקטאָבער, האָט די רוסישע קאָמוניסטישע פּאַרטיי פֿאַרשפּרייט אַן אָפֿיציעלע דערקלערונג, אונטערגעשריבן דורך דעם פּאַרטיי-פֿאָרזיצער גענאַדי זיוגאַנאָוו, וועגן איר שטעלונג צום קאַטינער ענין (זען http://kprf.ru/party_live/83773.html). לויט דער מיינונג פֿון דער פּאַרטיי, וועלכע האָט מיליאָנען אָנהענגער אין רוסלאַנד, זײַנען די אַנטפּלעקונגען מכּוח דער קאַטינער טראַגעדיע באַזירט אויף "פֿאַלסיפֿיקאַציעס", וועלכע האָבן דעם ציל "צו פֿאַרקריפּלען די ראָלע פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און סטאַלינען אין דער געשיכטע פֿון 20סטן יאָרהונדערט". די קאָמוניסטן האַלטן, אַז די געשעענישן ערבֿ דער צווייטער וועלט-מלחמה, אַרײַנגערעכנט דעם קאַטינער ענין, געפֿינען זיך אין צענטער פֿון די היסטאָרישע פֿאַרקריפּלונגען. קורץ גערעדט, די קאָמוניסטן זאָגן זיך ניט אָפּ פֿון דער אַלטער מעשׂה — אַז די פּוילישע אָפֿיצירן זײַנען כּלומרשט אומגעקומען פֿון די דײַטשישע הענט.

די דערקלערונג פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי איז אַ פֿרישער באַווײַז, אַז אין לאַנד איז בנימצא — און לעבט אַ טאָג — די סטאַליניסטישע אידעאָלאָגיע. און פֿאַר וואָס זאָל זי, פֿרעגט זיך, ניט לעבן, אויב קיין אָפֿיציעלע, לעגאַלע אָפּשאַצונג פֿון סטאַליניזם איז ניט געווען. און דער עיקר: ס׳איז ניט געווען קיין געריכט איבער דעם סטאַליניזם. גאָר ניט צופֿעליק ווײַזט די רוסישע טעלעוויזיע טאָג-אײַן טאָג-אויס די קינאָ-פּראָדוקציע פֿון דער סטאַליניסטישער תּקופֿה. סטאַליניזם איז פֿאַקטיש אַרײַן ווי אַ טייל אין דער איצטיקער ניט-דעמאָקראַטישער סיסטעם, וואָס הערשט אין רוסלאַנד.