פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק
ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן (רעכטס) לערנט אַ קינדערליד מיט די אָנטיילנעמער אין אַ וואַרשטאַט לכּבֿוד אירע זינגלידער, ווײַמאַר, דײַטשלאַנד, 2004; צוזאַמען מיט איר, די זינגערינס טערעזע טובֿה (לינקס) און חנה קופּער.
ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן (רעכטס) לערנט אַ קינדערליד מיט די אָנטיילנעמער אין אַ וואַרשטאַט לכּבֿוד אירע זינגלידער, ווײַמאַר, דײַטשלאַנד, 2004; צוזאַמען מיט איר, די זינגערינס טערעזע טובֿה (לינקס) און חנה קופּער.

הײַנט באַגריסט די "פּערל" די פֿאַרדינסטפֿולע דיכטערין און קאָמפּאָזיטאָרין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן צו איר ווערן נײַנציק יאָר. זי איז אַן איינציקע אין איר פֿאַרנעם — אַ יחיד־במינו — אַן אָנגעזעענע דיכטערין, אַ פּאָפּולערע לידער־שרײַבערין און קאָמפּאָזיטאָרין, אַ זעלטענע פֿאָלקס־זינגערין, אַ פֿײַנע מאָלערין. אַחוץ דעם פֿירט זי אָן מיט אַ פּאָעטן־קרײַז, און פֿאַרנעמט זיך מיט קולטור־אַרבעט אויך. זי האָט אַרויסגעגעבן אַכט ביכער פֿון אירע לידער, פֿון אירע זינגלידער און אויך אַ צאָל רעקאָרדירונגען און זי האָט אינספּירירט אַ סך זינגערס און מענטשן בכלל צו זינגען אירע לידער. זי איז די טאָכטער פֿון דער אויסנעמלעכער פֿאָלקס־זינגערין ליפֿשע ווידמאַן, די שוועסטער פֿון דעם באַרימטן לינגוויסט מרדכי שעכטער, די אַלמנה פֿון דעם וווילן ד״ר יונה גאָטעסמאַן, די מוטער פֿון איציק גאָטעסמאַן, דעם פֿאָלקלאָריסט און שטעלפֿאַרטרעטער פֿון "פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר, און נאָך און נאָך.

זי האָט באַקומען זעלטענע אויסצייכענונגען: זי איז דער איינציקער ייִדישער שרײַבער אָדער קאַמפּאָזיטאָר וואָס האָט באַקומען אַ פּרעמיע פֿאַר נאַציאָנאַלער קולטור־ירושה בײַם מלוכישן עולמות־פֿאָנד, איינע פֿון די העכסטע כּבֿודים פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג, וווּ זי איז אויפֿגענומען געוואָרן פֿון דעם סענאַטאָר הילאַרי קלינטאָן; זי איז אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער "האָל אָוו פֿיים" פֿון דעם מוזיי פֿון ניו־יאָרק, זי האָט באַקומען די אָשר שטשוטשינסקי־פּרעמיע פֿון קולטור־קאָנגרעס. דער זשורנאַל "אויפֿן שוועל" האָט איר אָפּגעגעבן אַ היפּשן טייל פֿון זײַן נומער אין 2006 און דזשאַש וואַלעצקי, דער באַרימטער פֿילם־דירעקטאָר האָט פֿון איר געמאַכט אַ בכּבֿודיקן פֿילם. לעצטנס האָט אַ געפּאַקטער עולם אין רודף־שלום־שול זי וואַרעם באַגריסט. ס׳איז שווער צו גלייבן אַז איין מענטש האָט באַוויזן אַזוי פֿיל אויפֿצוטאָן.

אויף דעם זינגערײַ־קאָנצערט אין רודף־שלום האָט בנימין שעכטער דיריגירט זײַן כאָר אין זײַן אַראַנזשירונג פֿון איינעם פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס פּרעכטיקע און באַליבטסטע לידער "האַרבסטליד":


זע, ס׳איז האַרבסט און וואָס געגרינט פֿאַרגעלט, פֿאַרוויאַנעט,

זע, ס׳איז האַרבסט און וואָס געבליט פֿאַרגייט,

און איך, וואָס כ׳האָב געמיינט ס׳איז שטענדיק פֿרילינג,

און כ׳האַלט אין האַנט די גאַנצע אייביקייט.


רעפֿריין:

אָהאָ פֿאַלנדיקע בלעטער

אָהאָ פֿליִענדיקע טעג!

אָהאָ ווי וועל איך איצטער בלאָנדזשען,

ווען ס׳ליגט געדיכטער נעפּל אויף מיין וועג.


קראַקע פֿייגל זאָגן טרויעריק: "זײַ געזונט דיר!"

קרעכצט אין פֿענצטער און סע קלאָגט דער ווינט:

"אָ, ווי וואָלט איך איצט אַוועק פֿון דאַנען

צון אַ ברעג וווּ נאָך דער פֿרילינג גרינט..."


פֿליט דער רעגן — אַ גאַלאָפּ אויף ווילדן פֿערדל

רוימט מיר אײַן אַ סוד: ער האָט מיך האָלט,

"צו וואָס זשע דאַרפֿסטו וואַרטן אויפֿן פֿרילינג,

אַז ס׳האָט דער אָסיען פֿולע קוישנס גאָלד."


ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן איז געבוירן געוואָרן אין ווין אין 1920, אָבער זי מיט איר משפּחה האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט און זיך באַזעצט אין טשערנאָוויץ ווען זי איז געווען אַ קינד. זי האָט געלערנט קונסט אין ווין, אָבער האָט אויפֿגעהערט ווען די דײַטשן זײַנען אַרײַן קיין עסטרײַך. זי האָט חתונה געהאַט מיט ד״ר יונה גאָטעסמאַן, מיט וועמען זי האָט דורכגעמאַכט די געטאָ אין טשערנאָוויץ. זיי זײַנען געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1951, וווּ זי האָט זיך געלערנט און איז געוואָרן אַ לערערין אין די שולן און אַ רעדאַקטאָר פֿון קינדער־זשורנאַלן. זי האָט דעביוטירט אין דער ייִדישער ליטעראַטור אין 1963 מיט איר בוך "מיר פֿאָרן" און זינט דאַן האָט זי אַרויסגעגעבן נאָך זיבן ביכער וואָס שרײַבערס און קריטיקערס האָבן שטאַרק געלויבט. זי איז אויך אויפֿגעטראָטן מיט לעקציעס און רעפֿעראַטן אויף אַ סך קולטור־אונטערנעמונגען.

איינע פֿון אירע געפֿילפֿולע חושימדיקע לידער איז דאָס ליד "טונקל גרין", אין וועלכן זי דערמאָנט זיך אָן דעם "טונקל גרינעם ריח פֿון סאָסנעביימער":


שוין לאַנג געהאַט פֿאַרגעסן

דעם טונקל גרינעם ריח

פֿון סאָסנעביימער.

ווי ער נעמט דיך דורך

ביז די וואָרצלען פֿון די האָר

און וויקלט דיך אײַן

אין וואַלדישע באַלזאַמען.

ס׳וואַקסן אויס בײַ יעדן טראָט

קווייטן פֿון דערמאָנען.

קרעכצט אַ צווײַג, אַ פֿייגליש קול

רופֿט דיך צוריק: אַ מאָל.

שעפּטשעט דער ווינט:

אַדאָרט, אַהין!

שאַרף און קיל און

טונקל גרין.


זי שרײַבט, אַז הײַנט איז ניט אין דער מאָדע צו באַוויינען דעם בראָך ווי די אַלטע קלאָגמוטערס פֿון אַמאָל:


אין אַזוינע טעג,

ווען כמאַרעס־בערג געוועלטיקן,

ווילט זיך אונדז אַוועקזעצן

בײַם ברעג

פֿון די אָנגעשוווּמענע שערבלעך

און וויינען.

באַוויינען דעם בראָך,

אַזוי ווי די קלאָגמוטערס פֿון אַ מאָל,

הויך אויפֿן קול.

נאָר מיר די הײַנטצײַטיקע,

די אַזוינע־און־אַזעלכע,

מיר שמייכלען נאָר

אונדזער קלוגן, אַלצוויסיקן שמייכל,

וואָס לאָזט נישט דורך

דעם מינדסטן צייכן

פֿון צעטרייסל.

די גלאַטינקע פֿלאַכן

האָבן מיר אויסגעפֿורעמט,

איצט האַלטן זיי אונדז,

מיט שטאָלענעם אָרעם.

איז גוט וואָס אין דרויסן שײַנט די זון,

נעמען מיר די לאָפּעטע אין האַנט,

דעם גאָרטן שוין צײַט צו באַגראָבן.

און מיר גראָבן,

פֿאַרגראָבן.


ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן איז אַן אייגנאַרטיקע דיכטערין, וועמענס פֿאַנטאַזיע, געדאַנקען, געפֿילן, שטיל־לעבנס זײַנען באַהויפּט מיט אילוזאָרישע פֿונקען, אירע עמאָציעס און געפֿילן שוועבן לײַכט דורך די שורות, צי אין פֿרײַען פֿערז, צי אין גראַמען. זי פֿילט, זי מאָלט, און זי שרײַבט און עס קומט אַרויס אַ שיין בילד אין פּאָעזיע. איר מוזיק איז מעלאָדיש, פֿאָלקסטימלעך, חנעוודיק און צוציִענדיק און אירע לידער ווערן געזונגען פֿון זינגערס איבער דער גאַנצער וועלט. לאָמיר זי באַגריסן און ווינטשן איר ביז הונדערט און צוואַנציק, זי זאָל ממשיך זײַן איר שאַפֿעריש לעבן אין גליק און פֿרייד, און זי זאָל אונדז ווײַטער שענקען עשירות פֿון איר גרויסן פֿאַרמעג.