פּובליציסטיק

די טעג איז מיר אין די הענט אַרײַנגעפֿאַלן אַ מאמר, וואָס איז אַרויס הײַיאָר אין דעם "וועסטניק" (אינפֿאָרמיר-בולעטין) פֿון דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט. דער "וועסטניק" האַלט מען פֿאַר אַן ערנסטער אַקאַדעמישער אויסגאַבע. פֿאַקטיש איז עס אַ צאָל באַזונדערע זשורנאַלן, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט. דאָ גייט די רייד וועגן דעם "וועסטניק" אין הילכות געשיכטע.

דער אַרטיקל איז טאַקע אָנגעשריבן אונטערן דאַך פֿון דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט, דורך אַן אַספּיראַנט (גראַדויִר-סטודענט) פֿון דער קאַטעדרע פֿאַר רוסישער געשיכטע פֿון 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. דער אַספּיראַנט, וואָס הייסט ג. קוזנעצאָוו, האָט זיך קאָנצענטרירט אויף דער טעמע: "דער פֿאַראיין פֿונעם רוסישן פֿאָלק און די ׳פּאָגראָם-שרעק׳ אין די יאָרן 1906—1907". דאָ איז כּדאַי צו דערמאָנען די לייענער, אַז "דער פֿאַראיין פֿונעם רוסישן פֿאָלק" האָט זיך באַוויזן אויף דער וועלט אין דער צײַט פֿון דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע און האָט פֿאַראייניקט די סאַמע עקסטרעמע מאָנאַרכיסטיש-שאָוויניסטישע כּוחות. דער פֿאַראיין האָט געהאַט בערך 300 טויזנט מיטגלידער, מיט אייגענע פּאַראַמיליטערישע מחנות — "שוואַרצע מאות". די שוואַרץ-מאהניקעס האַלט די געשיכטע פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר פֿילצאָליקע פּאָגראָמען קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.

דער אַספּיראַנט קוזנעצאָוו קלײַבט אויס אַן אַנדער פּערספּעקטיוו, ווען ער באַטראַכט די טראַגישע געשעענישן פֿון יענער צײַט. זײַן קוקווינקל שפּיגלט אָפּ די דאָמינירנדיקע שטימונג אין די קרײַזן, וועלכע זײַנען איצט — אין אַ יאָרהונדערט אַרום — געבליבן אידעאָלאָגיש נאָענט צום פּראָ-מאָנאַרכיסטישן רוסישן המון. דעמאָלט האָבן זיי געוואָלט פֿאַרטיידיקן די רוסישע אויטאָקראַטיע און אירע אינסטיטוטן; הײַנט בענקען זיי נאָך יענער תּקופֿה, ווען — לויט זייערע פֿאָרשטעלונגען — איז די צאַרישע מלוכה געווען שטאַרק און גוט צום רוסישן פֿאָלק.

ווען מען זיצט אויף אַזאַ נאַציאָנאַליסטישן בערגל, זעט אויס אַנדערש די ראָלע סײַ פֿון די פּאָגראָמשטשיקעס און סײַ פֿון זייערע אידעאָלאָגישע פֿירער. דאָס הייסט, אַז דעם פֿאַקט אַליין פֿון פּאָגראָמען לייקנט ניט דער מאָסקווער דאָקטאָראַנט. אָבער ער טענהט, אַז שולדיק אין זיי זײַנען געווען, אין תּוך אַרײַן, די ייִדן אַליין. אפֿשר ניט די ייִדן, וועלכע מע האָט אומגעבראַכט, צעקאַליעטשעט און באַראַבעוועט, נאָר די ייִדן — אַנאַרכיסטן און בונדיסטן, למשל, — וואָס האָבן "פּראָוואָצירט" די גוואַלד-מעשׂים. קוזנעצאָוו אָנערקענט, אַז צווישן די רוסישע פּאַטריאָטן (מישטיינס געזאָגט) זײַנען געווען אויך ווייניק-דיסציפּלינירטע עלעמענטן. אָבער דער הויפּט-ציל פֿון דעם "פֿאַראיין פֿונעם רוסישן פֿאָלק" איז געווען צו פֿאַרטיידיקן די מאַכט.

איך מוז זאָגן, אַז דער אידעאָלאָגישער פּרצוף פֿון דעם אָנהייבער-היסטאָריקער האָט מיך ניט שטאַרק געחידושט. הגם איך האָב זייער ווייניק צו טאָן מיטן רוסישן הויפּטשטראָם אין הילכות געשיכטע, דערטראָגן זיך צו מיר אויך ברעקלעך אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אולטראַ-קאָנסערוואַטיווער אַנטמאָספֿער, וואָס הערשט אין אייניקע קאַטעדרעס און פֿאַקולטעטן. אַ סקאַנדאַל האָט הײַיאָר אַרויסגערופֿן אַ לערנבוך פֿון רוסישער געשיכטע, אָנגעשריבן דורך צוויי פּראָפֿעסאָרן פֿון דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט — אַלעקסאַנדר באַרסענקאָוו און אַלעקסאַנדר וודאָווין. דאָס בוך טראָגט אין זיך אַרויסזאָגונגען, וועלכע זײַנען אַנטיסעמיטיש צי עפּעס אַנדערש "אַנטי", לשמל, אַנטי-טשעטשעניש.

אַנדערש האָט עס, אַ פּנים, ניט געקענט זײַן. אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען געשיכטע געהאַלטן פֿאַר אַן אידעאָלאָגישן פֿראָנט, און זעלנער פֿאַר אָט דעם פֿראָנט — די באַרסענקאָווס און וודאָווינס — פֿלעגט מען אונטערקלײַבן, דער עיקר, צווישן איבערגעגעבענע קאָמוניסטן. אין סטאַלינס צײַטן האָט מען אין דער סאָוועטישער היסטאָרישער דאָקטרין אינטעגרירט "שיינע אימאַזשן" אויך פֿון דער רוסיש-אימפּעריאַלער תּקופֿה. די "גרויס-רוסישע", נאָסטאַלגיש-קרענקלעכע אידעאָלאָגיע איז געוואָרן באַזונדערס אָנזעעוודיק בײַם צעפֿאַלן זיך פֿון דער סאָוועטישער מלוכה. זייער אָפֿט איז די דאָזיקע אידעאָלאָגיע אָפֿן, צי אַ ביסל שעמעוודיק, אַנטיסעמיטיש, ווײַל — אַזעלכע לײַט האַלטן — שולדיק אין אַלץ זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, די ייִדן.

פֿאַר אַזעלכע היסטאָריקער-פּאַטריאָטן איז, בדרך-כּלל, כאַראַקטעריש זייער אַ נידעריקער פּראָפֿעסיאָנעלער ניוואָ. ניט צופֿעליק פֿאַרנעמט אין דער וועלט-ליגע דער מאָסקווער אוניווערסיטעט — דער אַקאַדעמישער אָלימפּ פֿון רוסישער וויסנשאַפֿט! — איינס פֿון די לעצטע ערטער אין דער ערשטער מאה פֿון די בעסטע אוניווערסיטעטן. אַ גוואַלדיק נידעריקן ניוואָ דעמאָנסטרירט אויך דער אַרטיקל פֿונעם אַספּיראַנט קוזנעצאָוו. בעת-מעשׂה ווײַזט עס אויך דעם ניוואָ אי פֿון דעם זשורנאַל אי פֿון דער קאַטעדרע — פּראָפֿעסאָרן האָבן דאָך, בלי-ספֿק, געלייענט, רעצענזירט און רעדאַקטירט דעם דאָזיקן טעקסט.

קוזנעצאָוו שרײַבט, דער עיקר, וועגן דעם פּאָגראָם אין ביאַליסטאָק אין יוני 1906, וואָס איז אַ טעמע, וועלכע פֿאָדערט, מע זאָל זיך באַקענען מיט זייער אַ סך קוואַלן, און ניט נאָר אויף רוסיש. (אַגבֿ, ס׳איז נאָר וואָס אַרויס אַ בוך פֿון רבֿקה קאָברין Jewish Bialystok and Its Diaspora.) מילא, אַ רוסישער פּאַטריאָט מוז זיך, אַ פּנים, מיאוסן מיט אויסלענדישער ליטעראַטור, מיט די ווערק פֿון מענטשן, וואָס האָבן — ווי דזשאָן קליִער — אין משך פֿון יאָרצענדליקער זיך באַשעפֿטיקט מיט אַזעלכע טעמעס.

אָבער בדרך-כּלל קענען ניט די דאָזיקע "געלערנטע" ווי עס דאַרף צו זײַן קיין איין לשון, אַ חוץ רוסיש. צוריק גערעדט, דווקא אויף רוסיש זײַנען געווען צונויפֿגעשטעלט אויך ניט ווייניק דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט אַ באַריכט פֿון דער קאָמיסיע, וואָס די רוסישע דומע (פּאַרלאַמענט) האָט געשאַפֿן נאָכן ביאַליסטאָקער פּאָגראָם, בעת וועלכן עס זײַנען אומגעקומען 88 ייִדן און בערך 700 האָט מען פֿאַרוווּנדיקט (אַזעלכע זאַכן דערמאָנט ניט, פֿאַרשטייט זיך, דער רוסישער היסטאָריקער). אין 1908 האָט מען אין אַ רוסישן געריכט געמישפּט אייניקע פּאָגראָמשטשיקעס. די רוסישע פּרעסע האָט געשריבן וועגן די געשעענישן. קוזנעצאָוו, אָבער, איגנאָרירט עס אַלץ, און זײַנע אַקאַדעמישע אָנפֿירער דערלויבן אים עס צו טאָן!

בכלל, עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די עטלעכע ביכער (אַ פּאָר פֿון זיי זײַנען אָפֿן אַנטיסעמיטישע) זײַנען פּשוט צופֿעליק געשטאַנען ערגעץ אויף אַ פּאָליצע. דער היסטאָריקער האָט זיך אַפֿילו געפֿוילט אַרײַנצוקוקן אין די ביאָגראַפֿיעס פֿון די מחברים. אַנדערש וואָלט ער ניט גערופֿן שמעון (סעמיאָן) דימאַנשטיין "פּובליציסט", ווײַל דער דאָזיקער "פּובליציסט" איז געשטאַנען בראָש דעם ייִדישן קאָמיסאַריאַט אין לענינס רעגירונג און שפּעטער (ביז זײַן אומקום אין סטאַלינס "רייניקונגען") איז ער געווען אַ הויכגעשטעלטער פּאַרטיי-פֿונקציאָנער, פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר נאַציאָנאַלע ענינים.

ניט קיין לאַנגן אַרטיקל האָט אָנגעשריבן דער אַספּיראַנט קוזנעצאָוו. אָבער "קורץ און שאַרף" אַנטפּלעקט עס אַ סך — אי וועגן די מידות, וואָס הערשן אין דער רוסישער אַקאַדעמישער וועלט, אי וועגן איר ניוואָ.