פֿאַרשײדנס

ליבע פֿרײַנד, די וועלט שפּאַלט זיך, די מענטשהייט שפּאַלט זיך, די באַוועגונגען שפּאַלטן זיך. די איינציקע מניעה בלײַבט — ווי רופֿט מען זיך ווען מען איז געשפּאָלטן? נו, האָט מען גערופֿן אַן אַסיפֿה, זיבן טעג און זיבן נעכט, עלעהיי די כעלעמער חכמים, און גענומען זיך שפּאַלטן די קעפּ. זאָל מען זיך רופֿן די "קאַווע־באַוועגונג?" האָבן אַלע אויסגעשריגן אין איין קול: "חס־וחלילה!" און פֿאַרוואָס דאָס נישט? ווײַל קאַווע ווערט אימפּאָרטירט. ס׳איז נישט קיין היגע סחורה. זאָל מען זיך רופֿן "די יויך מיט לאָקשן־באַוועגונג?" ווידער אַ מאָל דאָס אייגענע. ס׳האָבן זיך אָפּגערופֿן קולות: "חלילה־וחס!" ווײַל "טשיקן־סופּ" שמעקט מיט אַ חלאַת, מיט הויכער טעמפּעראַטור און אַ לונגען־אָנצינדונג. זאָל מען זיך רופֿן "די טשאָלנט־באַוועגונג?" זיכער נישט, ווײַל ס׳האָט שוין צו טאָן מיטן ייִדישן שבת, און דער קריסטלעכער שבת, להבֿדיל, פֿאַלט דאָך אויס אין אַ זונטיק, פּונקט ווען מענטשן־קריסטן גייען אין זייערע קאָשטשאָלן אויסבעטן זיך אַ גרינג האָבן, און מיטן האָבן מיינט מען אַ גוט לעבן, אַ גוטן גלח און אַ גוטן פּויפּסט.

און ווײַטער. זאָל מען זיך רופֿן "די טשײַניק־באַוועגונג?" אַלע האָבן זיך אָנגעכאַפּט בײַ די געפֿאַרבטע טשופּרינעס מיט די פּאַרוקן און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן די ליסינעס. איז געבליבן טשײַניק, ווײַל טשײַניק איז טיי און אין באָסטאָן האָט מען אַמאָל פּראָטעסטירט מיט פֿאַרפֿלייצן די וואַסערן מיט צוויטאָטשני־טיי.

אָפּגעמאַכט! איצט, אַז ס׳איז שוין דאָ אַ באַוועגונג, מיט וואָס באַוועגט מען זי? מיט טיי? אַ נעכטיקע פּרעזשעניצע. וואָס זאָל זי מיט זיך פֿאָרשטעלן? דאָ האָבן זיך אָנגעכאַפּט צווישן זיי די אומצופֿרידענע, באַעוולטע, פֿאַרהאַסטע אַמעריקאַנער פּאַטריאָטן, מיט די רויט־ווײַס און בלויען, און מיט אַ פּראָקלאַמאַציע:

"גיט אונדז צוריק אונדזער אַמעריקע!"

געמיינט דערמיט צו זאָגן, גיט אונדז צוריק אַ פּרעזידענט וועלכער איז געבוירן אין אָהײַאַ אָדער אײַדאַהאָ, אָדער גאָר אין אײַאָוואַ, און נישט ערגעץ וווּ אין קעניאַ צווישן די אַפֿריקאַנער שבֿטים, אָדער אין האַוואַיִ צווישן די האַוואַיאַקן. גיט אונדז צוריק אַ פּרעזידענט מיט אַ לעגיטימער געבורטשײַן, מיט עלטערן וואָס זײַנען ביידע ווײַסע, קאָנסערוואַטיווע קריסטן, מיט אַן עקאָנאָמיע ווי ס׳איז אַמאָל געווען בײַם פּרעזידענט רייגען.

"און וואָס ווילן מיר?" האָבן די האַקאַ־טשײַניקעס גערודערט:

"קודם וואַרפֿט אַרויס די זשוליקעס פֿון קאָנגרעס און סענאַט, און וואַרפֿט אַרײַן די 'ערלעכע’ קאַנדידאַטן, וועלכע זאָלן אָפּשאַפֿן אונדזער רעגירונגס שיטערע פֿינגער. טרײַבט אַרויס יענע וואָס ליידיקן אויס אונדזערע קאַסעס מיט דעפֿיציטן וואָס בליטן, און דערלאַנגט אין פּריוואַטע הענט די סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג וואָס מען רופֿט עס אין גאָלדענעם לאַנד — "מעדיקייר" און שאַפֿט אָפּ די מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג פֿאַר פּענסיאָנערן, זאָלן זיי פֿאַרזיכערן אַליין זייער סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג (social security). זאָל זיך דאָס פֿאָלק אַליין זאָרגן ווי זיך צו ספּראַווען מיט זייערע פֿאַרזאָרג־מיטלען און סײַ דער עלטערער דור און דער אָרעמאַנסקער עולם זאָלן טאָן וואָס מיר טוען — מיר ספּראַווען זיך, האָבן געטענהט די טשײַניקיסטן. זיי האָבן אויך אויסגערעכנט, אַז פֿון די ביליאָנען וואָס מ׳וועט אײַנשפּאָרן פֿון דער סאָציאַלער פֿאַרזאָרגונג, וועט די עקאָנאָמיע זיך שטעלן אויף די פֿאָדערשטע פֿיס און זיי וועלן ווידער אַ מאָל קענען טאַנצן דעם "האָפּ־טשיק־טשאַק."

פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע: וווּ זײַנען די "טשײַניקיסטן" געווען מיט זייער באַוועגונג ווען בוש האָט געבושעוועט אין "ווײַסן הויז" און אויסגעליידיקט די קאַסעס? אַרײַנגעקראָכן אין צוויי מלחמות? און נאָכגעלאָזט די צינדזן פֿאַר די גאָר רײַכע; וווּ זײַנען די טשײַניקעס געווען דעמאָלט, האַ? פֿאַרוואָס האָבן זיי נישט אונטערגעצונדן דעם טשײַניק דעמאָלט, ווען דער פּרינציפּ האָט גענומען וואַרגן דעם דעפֿיציט? דעמאָלט האָבן זיך געגלעט די בײַכער זאַלבעדריט, בוש, טשייני און ראַמספֿעלד. הײַנט האָבן זיך די טשײַניקעס אָנגעצונדן ווי אַ זאַפּלקע אַרום אַ ציבעלע שאָלעכץ, און פּראַווען סקאַנדאַלן ווי די וואַנדאַלן.

דער אמת איז, אַז מען טראָגט אַ האַרץ אויפֿן קאָנגרעס וואָס מען באַשולדיקט אים אין לעגאַלער לאַפּוּווקע, און דער עיקר אַז ביידע הײַזער פֿון געזעץ שפּאַרן זיך און פֿירן מחלוקתן אויף אַזוי פֿיל ביז זיי האָבן באַוויזן צו פּאַראַליזירן דאָס לאַנד. איך האָב געהערט ווי אַן אומשולדיקער פֿאַרבײַגייער זאָגט:

"פֿאַרוואָס גיט מען נישט קיין אינטעליגענץ־עקזאַמען יעדן פּאָליטיקער וואָס רײַסט זיך צום בענקל?"

די טשײַניק־באַוועגונג באַשטייט פֿון אײַנגעשפּאַרטע רעפּובליקאַנער און אומאָפּהענגיקע דעמאָקראַטן. ביידע צדדים זוכן קאַנדידאַטן צו די וואַלן. איז ערשטנס, מוז דער קאַנדידאַט זײַן אַ פּאַטריאָט וואָס יעדן פּורים דאַרף די אַמעריקאַנער פֿאָן הענגען פֿון זײַן שירעם. צווייטנס, חלומען זיי פֿון אַ קאַנדידאַט אָדער קאַנדידאַטקע וועלכע זאָל באַגליקן אַמעריקע מיטן טעלערל פֿון הימל און בענטשן זי מיט אַ גרויס דערפֿאָלג, און דריטנס, געפֿינען עמעצן וואָס זאָל אָפּשטעלן די לוויה־טענער ווי אום תּישעה־באָבֿ. זיי מוזן געפֿינען איינעם אָדער איינע וואָס זאָל קומען מיט אַ סטראַטעגיע צו פֿאַרבעסערן די מערכה פֿון יעדן אַמעריקאַנער, נישט וויכטיק צי די ישועה וועט קומען פֿון די רעפּובליקאַנער, צי פֿון די דעמאָקראַטן. דער עיקר אויפֿהערן האַקן אַ טשײַניק און אויפֿהערן אַרומלויפֿן ווי די פֿאַרסמטע מײַז.

וואָס אַן אמת, דאַרף מען זיך היטן פֿאַר די ראַדיקאַלע באַוועגונגען. מיר ייִדן ווייסן גאַנץ גוט צו וואָס זיי קענען זיך דאָראָבען. צווישן די ראַדיקאַלן געפֿינען זיך אָפֿט מאָל ראַסיסטן און אַנטיסעמיטן, אָפּגעשטאַנענע חבֿרותא און סתּם נאָכשלעפּער. מיר זעען מיט די אייגענע אויגן ווי עס קען זיך אַנטוויקלען אַן אַטמאָספֿער פֿון האַס ווען די עקאָנאָמיע איז אין דר׳ערד. דעמאָלט נעמט מען אין דער אַרבעט אַ שׂעיר־לעזאָזל, אַן אומשולדיקן קרבן. אָדער אַ ייִד, אָדער אַן אומלעגאַלן אימיגראַנט, אָדער אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, אָדער מ׳גיסט אויס דאָס גאַנצע ביטערע מזל אויף אַ מינאַרעט. דער עיקר, גיט זיי אַ פּרעזידענט, אַ סענאַטאָר, אַ קאָנגרעסמאַן, אַ גובערנאַטאָר וועלכער זאָל זײַן ריין פֿון אַלע פּגימות.

"גיט אונדז צוריק אונדזער אַמעריקע!" דאָס איז אַ לאָזונג וואָס הינקט און גייט אויף קוליעס. אין דער אמתן, וווּ איז אַמעריקע פֿאַרשוווּנדן? עס דערגייען קלאַנגען, אַז נישט נאָר איז דער פּרעזידענט נישט קיין שניי־ווײַסער, נאָר ער האָט זיך אַרומגערינגלט מיט אַחינו־בני־ישׂראל, לויטער ייִדן, און איר ווייסט דאָך ווי ייִדן קענען "פֿאַרפֿירן?" דריטנס, האָט מען זיך אין די לעצטע פֿופֿציק יאָר אַרומגעקוקט אַז מ׳קען עקספּלואַטירן און עקספּאָרטירן גאַנצע אינדוסטריעס קיין כינע און אינדיע. איבער די הרי־חושך און איבערן שוואַרצן ים, איז דאָך אַמעריקע דערפֿון געבליבן גאָלע. ווי אַזוי די יוניאָנס האָבן דאָס דערלאָזט לייגט זיך מיר נישט אויפֿן שׂכל. הײַנט די שמאַטע־ביזנעס, די שפּילצײַג־ביזנעס, די קאָמפּיוטער־ביזנעס. טויזנטערליי טשאַטשקעס שפּאַרן אָן אין די אַמעריקאַנער ברעגעס, ביליק ווי באָרשט, און עולם־גולם פּאָסמאַקעוועט זיך מיט דער כינעזישער וואַרע געמאַכט אין טײַוואַן.

און אַז מ׳וויל זיך פֿאַרשטענדיקן מיט "איי־טי ענד טי," דערהערט זיך אַ פֿרעמדע שטימע פֿון אינדיע וואָס זאָגט אָן:

"ווי קען איך אײַך העלפֿן?"

ווי אַזוי האָט איר אָנגעשפּאַרט אינדיע? הייבט איר נישט אָן צו וויסן, ווײַל איר האָט בלויז געוואָלט זיך פֿאַרבינדן מיט דער טעלעפֿאָן־קאָמפּאַניע און פֿרעגן ווי קומט עס וואָס אײַער חשבון איז געשטיגן אָן אַ פֿאַרוואָס? ערשט אַז איר ווילט וויסן פֿאַרוואָס אײַער קאָמפּיוטער זאַיִקעט זיך, הייבט איר אויף דאָס טרײַבל און קלינגט אָן צו דער פֿירמע. דערווײַל ענטפֿערט אײַך אַן אינדיש קול און טוט אײַך מסביר זײַן אויף אינדישן ענגליש ווי אַזוי אומצוגיין מיטן קאָמפּיוטער.

מיט איין וואָרט — גלאָבאַלע עקאָנאָמיע, גלאָבאַלע אינדוסטריעס און גלאָבאַלע געזשאַווערטע צרות, און אויב איר מיינט אַז די טשײַניקעס וועלן אָפּשטעלן טרעוואָגע און אונדז אויסלייזן? הייבט זיך נישט אָן און ס׳לאָזט זיך נישט אויס. אַז דווקא זיי זײַנען בכּוח צוריקצוברענגען אַן אַמעריקע וואָס באַהאַלט זיך ערגעץ אין אַריזאָנאַ און אַלאַסקע. זאָלט איר בעסער צושטעלן דעם טשײַניק צו קאָכן, אויסטרינקען אַ טשאַשקע טשײַ מיט לימענע. וועט איר וויסן פֿון אַן אַמעריקע וואָס איז אין ערגעץ נישט פֿאַרשוווּנדן. מ׳האָט זי בלויז פֿאַרטשאַדעט די לעצטע צען יאָר, און אַלץ וואָס מ׳דאַרף טאָן איז גוט דאַווענען, זי זאָל זיך אויסטשוכען פֿונעם עקאָנאָמישן קאָשמאַר.