פּובליציסטיק

אין די צײַטונגען, סײַ די ייִדישע, סײַ די אַלגעמיינע, האָט מען אין די לעצטע פּאָר יאָר אָנגעהויבן איבערגעבן וועגן פֿאַלן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג אין די חסידישע און אַנדערע שטאַרק פֿרומע קרײַזן — וועגן מלמדים און רבנים וואָס זענען באַשולדיקט געוואָרן אין די מעשׂים, און צום טייל, אַפֿילו פֿאַרמישפּט געוואָרן צו עטלעכע יאָר תּפֿיסה.

בדרך־כּלל זענען די געשיכטעס בלויז וועגן די באַעוולטע ייִנגלעך. וועגן די חרדישע מיידלעך וואָס האָבן געליטן דערפֿון, הערט מען בכלל נישט. כּדי אויסצוגעפֿינען צי דאָס איז אויך אַ פּראָבלעם אין יענע קהילות, האָט דער "פֿאָרווערטס" לעצטנס דורכגעפֿירט אַן עקסקלוסיוון אינטערוויו מיט אַ ייִדישער פּסיכאָטעראַפּעווטין, שפֿרה פֿײַנגאָלד (אַ פּסעוודאָנים, כּדי צו באַשיצן די פּריוואַטקייט פֿון אירע פּאַציענטן), וואָס אַרבעט שוין מער ווי 15 יאָר אין מאָנסי — אַ ראַיאָן מיט אַ גרויסער שטרענג־פֿרומער באַפֿעלקערונג — דער עיקר, מיט מיידלעך און פֿרויען, צווישן 12 און 80 יאָר, פֿון די וויזשניצער, סקווערער, פּופּער, באָבעווער, סאַטמערער, קלויזנבערגער און סטאָלינער חסידים.

ווי פֿײַנגאָלד דערציילט, איז די סעקסועלע באַלעסטיקונג פֿון מיידלעך טאַקע אַ פֿאַרשפּרייטע פּראָבלעם, און אין אַ געוויסן זינען — נאָך מער שאָקירנדיק, ווײַל אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִנגלעך, וואָס ווערן באַלעסטיקט פֿון מלמדים אָדער עלטערע בחורים, ווערן די מיידלעך ברוטאַליזירט פֿון זייערע אייגענע קרובֿים.

געווען אַ צײַט, ווען די חרדים האָבן נישט אָנגענומען דעם געדאַנק פֿון גיין אויף פּסיכאָלאָגישער טעראַפּיע; צום טייל, ווײַל זיי האָבן געהאַלטן, אַז "אויסזאָגן פֿון חדר" אַלע משפּחה־סודות וואָלט סותר געווען אויף די תּקנות קעגן לשון־הרע. דאָס האָט זיך לעצטנס שטאַרק געביטן, זאָגט פֿײַנגאָלד. זי אַליין זעט 25 פּאַציענטן אַ וואָך, און יעדע סעסיע דויערט 50 מינוט.

ד״ר יצחק שעכטער, דירעקטאָר פֿונעם צענטער פֿון אָנגעווענדטער פּסיכאָלאָגיע בײַם "ביקור־חולים געזונט־צענטער" אין מאָנסי, נ״י, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז עס קומען הײַנט כּמעט פֿינף מאָל אַזוי פֿיל מענטשן אינעם צענטער, ווי מיט פֿינף יאָר צוריק. אין יאָר 2005 זענען געקומען 3,300 מענטשן; איצט קומען 15,000. בערך 65% פֿון זיי זענען חסידים און אַנדערע חרדישע ייִדן.

לכתּחילה איז פֿײַנגאָלד געווען שטאַרק פֿאַרחידושט, ווען די מיידלעך און פֿרויען האָבן איר אָנגעהויבן דערציילן, אַז אַ געוויסער מאַן האָט זיך סעקסועל געטשעפּעט צו זיי. "זעענדיק, ווי זייערע בלוזקעס זענען פֿאַרשפּיליעט ביז אַרויף, איז מיר אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז עמעצער וואָלט זיך געקאָנט צורירן צו זיי," האָט זי דערקלערט.

אָפֿט מאָל רעדט זיך וועגן אַקטן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען מיט יאָרן, אַ מאָל מיט צענדליקער יאָרן פֿריִער. אָבער נאָך מער דערשטוינענדיק, זאָגט פֿײַנגאָלד, איז, אַז אָפֿט זענען צווישן די באַלעסטיקער געווען מענטשן פֿון דער אייגענער משפּחה: פֿעטערס, ברידער, אַפֿילו טאַטעס. אַ שטיף־טאַטע איז מער גענייגט צו טאָן אַזאַ זאַך ווי אַן אייגענער טאַטע, האָט ד״ר שעכטער באַמערקט.

בײַ די ייִנגלעך איז אַנדערש. "מײַנע קאָלעגעס, וואָס אַרבעטן מיט ייִנגלעך, דערציילן מיר, אַז בײַ די, וועלכע זענען סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן, איז די מעשׂה פֿאָרגעקומען אין חדר, אין דער מיקווה אָדער אין שיל. אַ קינד וועט, למשל, דערציילן דער מאַמען, אַז אַן עלטערער בחור האָט אים ׳אָנגעטאַפּט׳ אין שול־אויטאָבוס, אָדער אין וואַשצימער. אָבער בײַ די מיידלעך קומען די עפּיזאָדן פֿאָר אין דער היים."

ס׳איז דאָ אַ קלאָרע סיבה דערפֿאַר. מחוץ דער היים — אין שול, אין שיל, בײַ שׂימחות און יום־טובֿדיקע פֿײַערונגען — געפֿינען זיך מיידלעך די גאַנצע צײַט מיט אַנדערע מיידלעך און פֿרויען. אָבער אין דער היים, וווּ די גרענעצן צווישן מענער און פֿרויען זענען נישט אַזוי פֿעסט, קאָן אַזאַ מאַן האָבן מער צוטריט צו יונגע מיידלעך, בפֿרט אויב ער איז אַ נאָענטער קרובֿ.

אויב אַ פֿרוי אָדער מיידל האָט איבערגעלעבט אַזאַ זאַך, איז עס אַוודאי נישט גרינג צו רעדן וועגן דעם. "אָפֿט מאָל וועט זי קומען צו מיר צוליב אַ גאָר אַנדערער סיבה, און נאָך דער צווייטער אָדער דריטער סעסיע וועט זי עפּעס דערמאָנען. בײַ אַנדערע, וועט עס נישט אַרויסקומען ביז דער דרײַסיקסטער סעסיע."

"אַ מיידל, וואָס האָט געליטן אַזאַ זאַך וועט אפֿשר אויסזען, פֿון דרויסן, ווי עס האָט איר נישט געשעדיקט — האָט ד״ר שעכטער געזאָגט — אָבער נאָך דעם ווי זי האָט חתונה, לײַדט זי ערנסטע אַנגסטן און דעפּרעסיע ווען זי פּרוּווט זײַן אינטים מיטן מאַן. ס׳איז גלײַך, ווי זי וואָלט זיך אָפּגעשיידט פֿון איר גוף און אירע פֿיזישע געפֿילן."

די פּראָבלעם פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג איז נישט קיין נײַע זאַך, האָט פֿײַנגאָלד באַטאָנט, אָבער זי אַליין פֿלעג נישט תּמיד וויסן ווי צו דערקענען די סימנים דערפֿון. "מיט 15 יאָר צוריק, איז מײַן אויפֿמערק נישט געווען אָנגעשפּיצט אויף אַזוינע זאַכן, כ׳האָב נישט געפֿרעגט די ריכטיקע פֿראַגעס."

איצט באַמיט זיך פֿײַנגאָלד צו "לייענען צווישן די שורות", אויפֿכאַפּן די אָנצוהערענישן. ווען מע שיקט איר איבער אַ נײַע, יונגע פּאַציענטקע, למשל, הייבט פֿײַנגאָלד אָן דעם שמועס אַזוי: "דו ביסט דאָ ווײַל מע זאָגט מיר, אַז דו ביסט זייער באַזאָרגט אָדער דעפּרימירט. איז עפּעס אַ מאָל געשען מיט דיר, וואָס האָט געקאָנט אַרויסרופֿן די געפֿילן?"

געוויסע פּאַציענטקעס וועלן אָנהייבן גלײַך צו דערציילן. אַנדערע וועלן זאָגן, אַז ניין, גאָרנישט איז נישט געשען. אין אַזאַ פֿאַל, פֿרעגט פֿײַנגאָלד ווײַטער: "האָסטו עלטערע שוועסטער אָדער ברידער?"

אויב דאָס מיידל ענטפֿערט: "יאָ, איך האָב אַן עלטערן ברודער," זאָגט פֿײַנגאָלד: "דערצייל מיר, וואָס פֿאַר אַ מין מענטש ער איז." אויב דאָס מיידל שווײַגט און זאָגט זיך אָפּ צו רעדן וועגן אים, קאָן עס זײַן אַ סימן, אַז ער האָט זיך געטשעפּעט צו איר.

ס׳איז אַ באַקאַנטע זאַך בײַ די עקספּערטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, אַז אַ מענטש וואָס טשעפּעט זיך צו קינדער איז אַליין קינדווײַז באַלעסטיקט געוואָרן. לעצטנס, האָט פֿײַנגאָלד זיך דערוווּסט, אַז אין געוויסע פֿאַלן, האָט זיך די באַלעסטיקונג אָנגעהויבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, אין קאָנצענטראַציע־לאַגער.

"איך זע איצט אַ פֿרוי פֿון 28 יאָר, וואָס איז זעקס יאָר לאַנג באַלעסטיקט געוואָרן פֿון איר טאַטן. ער גייט שוין אַליין אויף טעראַפּיע און פֿילט זיך זייער שולדיק וועגן דעם. ער האָט מיר דערציילט, אַז זײַן אייגענער טאַטע, וואָס האָט זיך צו אים אויך געטשעפּעט, איז קינדווײַז אַליין באַלעסטיקט געוואָרן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער. אין לאַגער איז נישט געווען ווער ס׳זאָל אַכטונג געבן אויף די קינדער, האָט דעריבער געהערשט אַ שטענדיקע הפֿקרות, און געוויסע אַרעסטאַנטן האָבן אויסגעניצט זייער כּוח איבער די קינדער. ווען די לעבן געבליבענע קינדער זענען שפּעטער געקומען קיין אַמעריקע, זענען זיי געוואָרן טאַטעס, מלמדים, און דערנאָך אויך באַלעסטיקט קינדער."

די גוטע נײַעס איז, אַז די פֿרויען, וואָס לײַדן פֿון אינטימקייט־פּראָבלעמען צוליב אַ סעקסועלער טראַוומע בעת די קינדער־יאָרן, קאָנען זיך אויסהיילן דערפֿון, בפֿרט אויב זייערע מענער ווײַזן אַרויס מיטגעפֿיל און שטיצע דערפֿאַר. "פֿרויען קאָנען זיך ווידער ׳באַקענען׳ מיט זייערע סעקסועלע באַדערפֿענישן, באַקומען צוטרוי, ווערן מער אָפֿן צו אַזוינע געפֿילן," האָט ד״ר שעכטער געזאָגט. "איך האָב שוין געזען אַ סך פּאַציענטקעס, וואָס האָבן געליטן דערפֿון, און לעבן הײַנט גליקלעך מיט זייערע מענער."