|
אַ מאַרק־טאָג אין קרעמעניץ, 1925 |
|
די מחברים פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה זײַנען געווען די ערשטע, וואָס האָבן אונדז געגעבן ליטעראַרישע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע שטעטלעך. ווי פֿאַרלאָזלעך און פּינקטלעך זײַנען זייערע באַשרײַבונגען? פֿון איין זײַט, זײַנען די משׂכּילים געווען געשטימט זייער קריטיש לגבי דעם אַלטן ייִדישן לעבנס־שטייגער, בפֿרט לגבי די חסידישע מינהגים און גלויבענישן. זייער ציל איז געווען צו באַקעמפֿן די אָפּגעשטאַנענקייט און פּרימיטיווקייט פֿון חסידישע רביים און זייערע אָנהענגער.
כּדי צו דערגיין צו דעם דאָזיקן ציל, האָבן די משׂכּילישע שרײַבער גענוצט דאָס ליטעראַרישע געווער פֿון סאַטירע און גראָטעסק. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען זייערע ווערק פֿול געפּאַקט מיט קאָלירפֿולע עטנאָגראַפֿישע פּרטים, וואָס געהערן צו דעם אַלטן שטייגער, אַזוי ווי מען וויל זיי אָפּהיטן פֿאַרן קומעדיקן דור, וואָס וועט שוין לעבן אין אַן אַנדערער, מער אויפֿגעקלערטער וועלט.
ישׂראל אַקסענפֿעלד האָט פֿאַרגליכן זײַן ראָמאַן "דאָס שטערנטיכל" מיט "שפּיריטוס", וואָס זאָל קאָנסערווירן דעם אַלטן ייִדישן שטייגער, צוזאַמען מיטן שטערנטיכל און כּלערליי אַנדערע חפֿצים און פּאַרשוינען, ווי למשל, דעם חסידישן בעל־מופֿת. אויף די ערשטע פּאָר זײַטן פֿונעם ראָמאַן האָט אַקסענפֿעלד געגעבן אַ פּרטימדיקע אַנאַליטישע באַשרײַבונג פֿון אַ טיפּיש ייִדיש שטעטל אין פּאָדאָליע, וואָס ער האָט אָנגערופֿן "לאָ־היה־פּאָליע" (אָדער "ניביוואַלע" אויף רוסיש). זייער פּינקטלעכע בילדער פֿון פּאָדאָלישע שטעטלעך געפֿינט מען אויך אין אַקסענפֿעלדס פּיעסעס. יעדע סצענע פֿאַרמאָגט אַ לאַנגע עקספּאָזיציע, וואָס באַשרײַבט דאָס אָרט פֿון דער האַנדלונג.
אַקסענפֿעלדס פּיעסעס פּאַסן בעסער פֿאַר קינאָ איידער פֿאַר דער טעאַטער־בינע. דער שפּאַקטיוו פֿון דער קאַמערע כאַפּט אַרײַן אינעם פֿאָקוס איין בילד נאָך דעם אַנדערן׃ "אין דער מיטן געסל, נאָענט פֿונעם בית־מדרש, איז אַ גרויסע נײַע שטוב. דער דאַך איז פֿון שטרוי, נאָר אַרום מיט אַ שורה שינדלען. אַ טיר גייט אין דער גאַס אַרײַן. מיר עפֿענען די טיר און קומען אַרײַן אינעווייניק׃ אַ גרויסע שטוב מיט ווײַסע ווענט אַרום. דאָ שטייט אַ לאַנגער טיש געגרייט, אַרום דעם טיש זיצן אורחים" ("דער אוצר", ערשטע סצענע). די האַנדלונג פֿון דער פּיעסע "דער אוצר אָדער די גענאַרטע וועלט" קומט פֿאָר אינעם אָנהייב פֿונעם 19טן יאָהונדערט אין די פּאָדאָליער שטעטלעך שפּיצעניץ און שאַריווקע אין דער סבֿיבֿה פֿון חסידים און שמוגלערס, מיט אַ פּאָר רוסן, וואָס זײַנען אויך פֿאַרטאָן אין זייערע געשעפֿטן.
די פּרטימדיקע עקספּאָזיציעס לאָזן דעם לייענער צו דערקענען דעם סאָציאַלן סטאַטוס פֿון די העלדן׃ "דאָ אינעווייניק, בײַ מאַני דעם רײַכן אין דער גרויסער שטוב, הענגט אַ מעשענער הענגלײַכטער, און די ווענט זענען מיט קילעמעס ארומגעהאָנגען. לאַנגע געזימסן אונטער דער סטעליע אַרום און אַרום אויסגעשטעלט מיט צינערנע טעלער און קופּערנע פֿאַנען. בײַ איין וואַנט איז אַ שענק־טישל מיט שענק־כּלים. אַ לאַנגער טיש מיט אַ פֿיר־באַנק. בײַ די ווענט זענען אויך לאַנגע הילצערנע בענק, אַלץ גאַנץ ריין אָפּגעריבן. די ערד איז אויסגעשמירט מיט געלער ליים. פֿון דער שטוב זעט מען עטלעכע אַלקערלעך, פֿון געוואַשענע ברעטער די ווענטלעך און די טירלעך."
עד היום האָבן די קריטיקער און פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס צו די עטנאָגראַפֿישע פּרטים אין ליטעראַרישע טעקסטן. צומאָל האַלט מען דעם "עטנאָגראַפֿיזם" אַפֿילו פֿאַר אַ סימן פֿון קינסטלערישער פּרימיטיווקייט, אַזוי ווי דער מחבר וואָלט ניט געווען בכּוח צו מאַכן אַן אונטערשיד צווישן חשובֿע, עיקרדיקע דעטאַלן און סתּם פּרטים. ערשט מענדעלע און שלום־עליכם, האַלט מען, האָבן געשאַפֿן דעם אמתדיקן, "קינסטלערישן" רעאַליזם אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
אָבער דווקא אַזעלכע "איבעריקע" עטנאָגראַפֿישע פּרטים מאַכן די ווערק פֿון אַקסענפֿעלד, לינעצקי און אַנדערע משׂכּילישע מחברים אַזוי ווערטפֿול פֿאַרן הײַנטיקן לייענער, וואָס האָט אַ קליינע אַנונג וועגן דעם אַמאָליקן שטעטל. ווען מען פֿאַרגלײַכט די דאָזיקע באַשרײַבונגען מיט די רעשטן פֿון ייִדישער מאַטעריעלער קולטור, וואָס איז פֿאַרבליבן אין די שטעטלעך פֿון פּאָדאָליע, זעט מען בפֿירוש, וואָס פֿאַר אַ חשובֿ אָרט ס׳האָבן אָט די אַלע כּלים, בענק און טישן, פֿאַרנומען אינעם ייִדישן לעבן.
בעת אַקסענפֿעלד האָט מיט גרויסער התמדה איבערגערעכנט כּלערליי חפֿצים אין דער ייִדישער שטוב, האָט זײַן נאָכפֿאָלגער יצחק־יואל לינעצקי געהאַלטן בײַם באַשרײַבן פֿאָלקסטימלעכע מינהגים און גלויבענישן. אמת, לינעצקי, דער סאַטיריקער, האָט געמאַכט חוזק פֿון אָט די אַלע "ווילדע" זאַבאָבאָנעס; אָבער לינעצקי, דער עטנאָגראַף, האָט געהאַלטן פֿאַר נייטיק אָפּצוהיטן זיי פֿאַר דער צוקונפֿט. אינעם סאַמע באַרימטן ווערק זײַנעם, אין דער סאַטירישער אויטאָביאָגראַפֿיע "דאָס פּוילישע ייִנגל", האָט לינעצקי באַשריבן דעם גאַנצן לעבנס־ציקל פֿון אַ ייִדיש ייִנגל, אָנהייבנדיק פֿונעם סאַמע מאָמענט פֿון זײַן געבורט.
לינעצקיס סטיל קלינגט הײַנט אַ ביסל שווער און האַמעטנע, אָבער דערפֿאַר איז ער זייער אינפֿאָרמאַטיוו. אין עטלעכע שורות גיט ער דעם לייענער אַ פֿולן באַריכט וועגן כּלערליי טירחות, וואָס ייִדישע פֿרויען האָבן געדאַרפֿט אָפּטאָן טאָג־אײַן טאָג־אויס׃ "דאָס דינסטמיידל, וואָס פֿלעגט באַקומען זעקס קערבלעך אַ יאָר מיט אַ פּאָר אַלטע שקראַבעס פֿונעם טאַטנס יאָלעוויטשענע פּאַנטאָפֿל, האָט נעבעך באַדאַרפֿט ראָמען, ניאַנטשען, שמירן, הייצן די הרובע, פֿאַרזאָרגן די בהמה, טרײַבן אין טשערעדע, טראָגן פּאָמייניצעס, פֿליקן פֿעדערן, ווישן די נאָז און קראַצן זיך מיט ביידע הענט אין קאָפּ. און דער מאַמען נעבעך איז דאָך אַוודאי ניט געווען פֿאַריבל צו האָבן׃ אַ חוץ איר קראָמען און באַלעבאָסטען און לאַטן און מאַרעזשן און תּחינות־לייענען און קעכלען דעם טאַטן פֿון אַ חלק עולם־הבא וועגן."
דער סאַטירישער אימפּעט איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן מיט דער צײַט, אָבער מען שפּירט זײַנע רעשטן אין די משׂכּילישע זכרונות וועגן יענער תּקופֿה. אפֿשר דאָס סאַמע באַקאַנטע בוך פֿונעם דאָזיקן זשאַנער איז "מײַנע זכרונות" פֿון יחזקאל קאָטיק, וואָס איז לעצטנס איבערגעזעצט געוואָרן אויף עבֿרית, ענגליש און רוסיש. קאָטיק האָט געשאַפֿן זייער אַ לעבעדיק בילד פֿון דער תּקופֿה פֿון זײַנע באָבע־זיידעס, דער צײַט פֿונעם מלכות פֿונעם צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן. אָבער אַליין איז קאָטיק געבוירן געוואָרן אין די לעצטע יאָרן פֿון יענער תּקופֿה, און זײַנע שריפֿטן באַזירן זיך אויף די דערציילונגען פֿונעם עלטערן דור.
גאָר אינטערעסאַנט זײַנען דערפֿאַר די זכרונות פֿון די משׂכּילים פֿונעם ערשטן דור, אַזעלכע ווי אַבֿרהם־בער גאָטלאָבער (1811—1899). אַ ייִדישער נוסח פֿון זײַנע מעמואַרן איז אַרויס אין שלום־עליכמס "ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק", און אַ פֿולע אויסגאַבע פֿון גאָטלאָבערס ווערק אויף ייִדיש איז דערשינען אין "קלעצקין־פֿאַרלאַג" אין די צוואַנציקער יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט אונטער דער רעדאַקציע פֿון יצחק פֿרידקין. גאָטלאָבערס מעמואַרן דעקן עטלעכע פּעריאָדן פֿון זײַן לעבן, און אַנטפּלעקן אַ ברייטע פּאַנאָראַמע פֿונעם ייִדישן לעבן אין אוקראַיִנע. פֿאַר פֿרידקין און זײַן דור איז די השׂכּלה־תּקופֿה נאָך געווען גאַנץ נאָענט, ווי ער באַמערקט אין זײַן הקדמה׃ "גאָטלאָבערס ביאָגראַפֿיע איז אַ פֿראַגמענט פֿון יענער ערלעכער, פֿול מיט שאַפֿערישע כּוחות עפּאָכע, וואָס איר וואַרעמען הויך שפּירן מיר נאָך אויף אונדזער פּנים."
גאָטלאָבער באַשרײַבט זײַן לעבנס־געשיכטע אויף דעם ברייטן קולטורעל־היסטאָרישן פֿאָן פֿונעם ייִדישן כּלל־לעבן. ער הייבט אָן זײַן ביאָגראַפֿיע פֿון אַ קורצן איבערזיכט פֿונעם סיכסוך צווישן חסידים און מתנגדים, וואָס האָט, לויט זײַן מיינונג, אויסגעפֿורעמט דאָס פּנים פֿון דער ערבֿ־השׂכּלה תּקופֿה. פֿאַר ייִדישע היסטאָריקער דינען זײַנע זכרונות ווי אַ רײַכער מקור פֿון ידיעות פֿון חסידות און השׂכּלה. ניט ווייניקער אינטערעסאַנט איז דעם מחברס אייגענער קוק אויף דעם ייִדישן לעבנס־שטייגער.
גאָטלאָבער פֿאַרמאָגט אַ שאַרפֿן חוש פֿאַרן צײַטגײַסט, וואָס האַלט אין איין בײַטן זיך פֿון איין תּקופֿה צו דער אַנדערער. ער ווענדט זיך צו דעם לייענער פֿון די קומענדיקע דורות, וואָס וועט שוין אפֿשר ניט האָבן קיין אַנונג וועגן דעם אַמאָליקן לעבן׃ "אפֿשר קענסטו מיינען, ליבער לעזער, וואָס האָסט דערלעבט צו בעסערע צײַטן, און אפֿשר האָסטו גאָר קיינמאָל אַזאַ מין חדר ניט געזען (און אפֿשר ווייסטו גאָרניט, אַז אַמאָליקע צײַטן איז דער חדר געווען די שול, וווּ אַלע ייִדישע קינדער האָבן זיך געלערנט), אַז דער פּלאַץ — דאָס איז געווען אַ סאָד, אָדער, לפּחות, אַ ריינער זויבערער שולהויף — וועל איך דיר זאָגן, אַז ס׳איז ניט אמת׃ דער חדר־פּלאַץ — דאָס איז געווען אַ בערגל אָדער אַ קיפּע מיסט, וואָס מע פֿלעגט וואַרפֿן פֿון אַלע ייִדישע הײַזער, וואָס זײַנען געווען געדיכט אָנגעזעצט איינע לעבן די אַנדערע און איינע אַנטקעגן די אַנדערע אין אַן ענגן געסל, וועלכע הייסט די מלמדישע גאַס. אַהין גייען אַלע אין דער פֿרי אָפּטאָן זייערע באַדערפֿענישן, די מלמדים מיט זייערע ווײַבער און קינדער, און די תּלמידים — אַ גאַנצן טאָג."
אינעם דאָזיקן פֿראַגמענט פֿילט מען אַן עקל, וואָס די משׂכּילים האָבן געהאַט פֿאַר דער "נידעריקער" טאָג־טעגלעכקייט פֿונעם שטעטל. דער מחבר רעדט צו דעם לייענער פֿון דער היפּאָטעטישער צוקונפֿט, וועלכע וועט אפֿשר גאָר ניט וויסן, ווי אַזוי ס׳האָט אַ מאָל אויסגעזען דער ייִדישער חדר. גאָטלאָבער קוקט אויף זײַן אייגענער קינדהייט כּלומרשט פֿון דרויסן, ווי אַ זײַטיקער אָבסערוואַטאָר, וואָס איז געקומען אינעם שטעטל פֿון דער גרעסערער וועלט, פֿון דער אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע.
דער קוק אויף דעם שטעטל בײַט זיך נאָך די פּאָגראָמען פֿון 1881. די נײַע אַנטיסעמיטישע פּאָליטיק פֿון דער רוסישער מלוכה איז צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער צײַט פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון דער אינדוסטריע אין די שטעט פֿונעם מערבֿדיקן קאַנט פֿון דער רוסישער אימפּעריע. די רעגירונג האָט אַרויסגעטריבן ייִדן פֿון דאָרף און שטעטל, וווּ די פּרנסה איז געוואָרן נאָך מער קלענער צוליב דער קאָנקורענץ מצד דער נײַער גרויסשטאָטישער אינדוסטריע. די קאָמבינאַציע פֿון די דאָזיקע גורמים האָט אַרויסגערופֿן די מאַסן־מיגראַציע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס האָט זיך געלאָזט סײַ אין די גרויסע שטעט פֿון רוסלאַנד און פּוילן, און סײַ לעבֿר־הים. איצט האָט די ייִדישע אינטעליגענץ געקוקט אויפֿן שטעטל מיט נאָסטאַלגישע אויגן, ווי אויף אַ פֿאַרלוירענעם ייִדישן גן־עדן.
אַזאַ מין שטימונג באַקומט אַ בולטן אויסדרוק אין מרדכי ספּעקטאָרס פּראָזע, וואָס כאַפּט זייער גוט אויף דעם צײַטגײַסט פֿון יענער תּקופֿה. ספּעקטאָרס אַדרעסאַט איז ניט קיין "ציוויליזירטער" לייענער פֿון דער לויטערער צוקונפֿט, נאָר זײַנער אַ מיטצײַטלער׃ "פֿאַר דיר, לעזער, וואָס דו פֿילסט ווי אַ ייִדיש האַרץ דאַרף פֿילן, פֿאַר דיר וואָס דו דענקסט ווי אַ ייִד און לעבסט ייִדיש, פֿאַר דיר וויל איך זיך איצטער גוט אויסוויינען און לאַכן, עס זאָל ווערן אַ ביסעלע גרינגער!" ("ייִדיש!", 1886).
ספּעקטאָר מאָלט אויס אַ רירעוודיקן אימאַזש פֿון אַ ייִדישער שטוב אין אַ שטעטל, וואָס וואַרט אויף די פּאָגראָמשטשיקעס אין אַ שטילער זומערדיקער נאַכט. די גאַנצע שטוב איז וואַך, אָבער מיר זעען דאָ ניט קיין מענטשן. די איינציקע לעבעדיקע בריאה איז די שטוביקע קאַץ. זי פֿילט זיך געחידושט און פֿאַרלוירן, ווײַל אַלע באַקאַנטע זאַכן האָבן פּלוצעם פֿאַרלאָזט זייערע געוויינטלעכע ערטער. להיפּוך צו די קריטישע משׂכּילים איז ספּעקטאָר פֿול מיט מיטלײַד צו דעם אַלטן ייִדישן לעבן. די קאַץ פֿאַרקערפּערט מעטאַפֿאָריש די היימישקייט און די וואַרעמקייט פֿון דעם שטעטלדיקן שטייגער, וואָס שטייט אויף דער שוועל פֿון חרובֿ צו ווערן דורך די פּאָגראָמען.
ספּעקטאָר איז געווען צווישן די ערשטע ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן געלאָזט זיך אויסרעדן דער יונגער ייִדישער פֿרוי. דווקא די פֿרויען־געשטאַלטן דריקן בײַ אים אויס די קריטיק פֿון די אַלטע ייִדישע מינהגים. אָט, למשל, קלאַראַס טאָגבוך פֿונעם ראָמאַן "ייִדישע טעכטער"׃ "באַלד ווער איך צוואַנציק יאָר! די טיר פֿאַרמאַכט זיך גאָרנישט פֿון די שדכנים, דער טאַטע, און נאָך מער די מאַמע, ווילן זייער, איך זאָל שוין ווערן אַ כּלה און טאַקע באַלד חתונה האָבן. זיי פֿרעגן, אויף וואָס וואַרט איך און וואָס וויל איך דאָ אויסזיצן? צוואַנציק יאָר איז שוין בײַ לײַטן אַ לאַנגע צײַט. [...] נאָך צוואַנציק יאָר הייסט מען שוין בײַ אונדז אין אַריבאַטעווקע ׳אַן אַלטע מויד׳, און ווער פֿאַרשטייט עס דען נישט, אַז עס איז בעסער צו זײַן אַ יונג ווײַבל, איידער אַן אַלטע מויד? נאָר וואָס זאָל איך טאָן? איך קען נישט! איך קען נישט! איך קען נישט זען, ווי מען שדכנט זיך צו מיר נאָר צוליב מײַנע צוואַנציק טויזנט רובל!"
אַן אַנדערע שטים געהערט צו גיטל, אַ מיידל, וואָס אירע השׂגות וועגן לעבן זײַנען אויסגעפֿורעמט געוואָרן לויט "העכסט־אינטערעסאַנטע ראָמאַנען"׃ "ערשט פֿון די ראָמאַנען האָב איך דערזען, ווי פֿאַרדאָרבן זענען מײַנע עלטערן, ווי זיי פֿירן זיך שלעכט אויף מיט זייערע קינדער — די ראָמאַנען האָבן מיר מײַנע אויגן ליכטיק געמאַכט." פֿון די ראָמאַנען שעפּט זי איר "בילדונג", וואָס גיט איר דעם כּוח אויסצוהאַלטן דאָס לעבן בײַ אירע עלטערן׃ "איך וואָלט נישט איבערגעלעבט די גרויסע שמערצן און די לײַדן מיט די שוואַרצע וואָלקנס, וואָס איך טראָג איבער פֿון מײַנע עלטערן, ווען איך זאָל איצט אויך אַזוי זײַן נישט געבילדעט, ווי פֿריִער."
ספּעקטאָרס קריטיק פֿון די שטעטלדיקע מינהגים איז געווען ווייכער איידער בײַ די משׂכּילים. אין זײַנע ווערק געפֿינט מען ניט קיין שאַרפֿע קאַריקאַטורן, קיין קויטיק און גראָבקייט. דער אידעאַל פֿון זײַנע מיטלשטענדיקע פּערסאָנאַזשן איז דער "דײַטשישער" (דאָס הייסט, אַ מעסיקער משׂכּילישער) לעבנס־שטייגער, וואָס לאָזט מער פֿרײַהייט פֿאַר דער פֿרוי אין דער געזעלשאַפֿט.
יעדער דור ייִדישע שרײַבער האָט געשאַפֿן אַן אייגענע שטעטל־געשטאַלט, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט די עסטעטישע און אידעיִשע השׂגות פֿון זייער צײַט. אַ געשיכטע פֿונעם שטעטל־אימאַזש זינט דער השׂכּלה־תּקופֿה ביזן הײַנטיקן טאָג וואָלט געוואָרן אַ וויכטיקער קאַפּיטל אין דער אַלגעמיינער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון דער מאָדערנער צײַט.