- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויף דער לעצטער קאָנפֿערענץ בײַ דער "יו־ען", געווידמעט דער נוקלעאַרער אַנטוואָפֿענונג, האָט די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין, הילאַרי קלינטאָן, צוגעזאָגט, אַז אַמעריקע וועט טאָן אַלץ, כּדי צו מאַכן ריין דעם מיטעלן מיזרח פֿון נוקלעאַרן געווער. אויפֿן שׂכל וואָלט זיך געדאַרפֿט לייגן, אַז געמיינט האָט מען דאָ, קודם־כּל, די נוקלעאַרע אַמביציעס פֿון איראַן; בפֿרט, נאָך דער מיליטאַנטישער און פּראָוואָקאַטיווער רעדע פֿונעם איראַנישן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד. דער "אָדעסער חכם" אַחד־העם האָט געחלומט וועגן אַ צײַט, ווען ארץ־ישׂראל וועט ווערן דער "מרכּז רוחני" (דער גײַסטיקער צענטער) פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. די איראָניע פֿון דער הײַנטיקער קולטור־פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל באַשטייט אין דעם, וואָס אַן אוניקאַלע זאַמלונג פֿון מאָדערנער ייִדישער מאָלערײַ פֿון תּל־אָבֿיבֿ איז מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק פֿאַרקויפֿט געוואָרן צו דעם "פֿאָנד פֿון אוקראיִנער אַוואַנגאַרד" כּמעט פֿאַר צוויי מיליאָן דאָלאַר. די זאַמלונג איז כּולל זעקס און אַכציק בילדער פֿון די אָדעסער קינסטלער פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט און האָט פֿריִער געהערט צום באַקאַנטן אָדעסער כּלל־טוער און מעצענאַט יעקבֿ פּערעמען (1881—1960). עס זענען פֿאַראַן קאַפּעליעס אין דער אַזוי־גערופֿענער "נײַער קלעזמער־באַוועגונג" וואָס האָבן אַנטוויקלט אַ וועג צו שפּילן אינעם אַלטן סטיל פֿון קלעזמער־מוזיק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אָבער מיט אַ פֿרישן קוק אויף דער קונסט; דער קלאַנג זאָל דאָך קלינגען הײַנטצײַטיק און אינטערעסאַנט פֿאַרן נײַעם עולם. צוויי קאַפּעליעס וואָס האָבן אַזאַ צוגאַנג זענען "ווערעצקי־פּאַס" און "די מערלין שעפּהערד־קאַפּעליע". די גרופּע "ווערעצקי פּאַס" באַשטייט פֿון דער פֿידלערין קוקי זעגלשטיין, דעם אַקאָרדיאָניסט און צימבלער דזשאַש האָראָוויץ און דעם קאָנטראַ־באַסיסט סטואַרט בראָטמאַן. הײַנט, זענען די דרײַ מוזיקער אָנערקענט, און טרעטן אויף אומעטום; פּרימאָ לווי (1919—1987) האָט געשטאַמט פֿון סאַמע צפֿון־איטאַליע (פֿון טורין, ניט ווײַט פֿון די אַלפּן) און האָט יונגערהייט זיך פֿאַרנומען מיט כעמיע. בעתן חורבן האָט דאָס אים זיכער אין אוישוויץ געראַטעוועט דאָס לעבן, ווײַל כעמיקערס זענען בײַ די דײַטשן געווען צו ווייניק, און ייִדן אַ סך מער ווי גענוג. פֿאַר זײַן אַ כעמיקער האָט ער געקענט באַקומען אַן אייגן בעט אויף צו שלאָפֿן און שפּײַז גענוג אויף "צו קענען טראַכטן". פֿאַר זײַן אַ ייִד האָט מען באַקומען בלויז קלעפּ, הונגער און טויט. מען האָט באַקומען בלויז קלעפּ, הונגער און טויט. מען האָט ניט געדאַרפֿט זײַן קיין חכם כּדי צו פֿאַרשטיין וואָס ס׳איז כּדאַיער. די וואָך האָט מען אָפּגעמערקט 65 יאָר נאָך דעם נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. אומעטום — אין מאָסקווע, ניו־יאָרק, לאָנדאָן, פּאַריז; אויך אין ירושלים און אַנדערע הויפּטשטעט אין די לענדער פֿון דער געוועזענער אָקופּירטער אייראָפּע דורך נאַצי־דײַטשלאַנד — האָט מען די דאָזיקע אימפּאָזאַנטע דאַטע אָפּגעמערקט מיט פּאַראַד, פֿרייד און פֿײַערלעכקייטן. ספּעציעל האָבן עס געטאָן די נאָך לעבעדיקע וועטעראַנען פֿון די אַרמייען־ און פּאַרטיזאַנער־גרופּעס, וועלכע האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די קאַמפֿן קעגן דעם דײַטשישן שׂונא. דעם הײַנטיקן שבת הייבן מיר אָן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש, "במדבר". ווי עס ווײַזט אָן דער נאָמען פֿון דער פּרשה, דערציילט זי וועגן די וואַנדערונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אינעם מידבר־סיני. אַ גרויסער טייל פֿון דער הײַנטיקער סדרה און פֿון עטלעכע קומענדיקע פּרשיות איז געווידמעט פּרטימדיקע חשבונות פֿון באַזונדערע ייִדישע שבֿטים און משפּחות. דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן די ייִדן; צוליב דעם, ווערט דער גאַנצער חומש "במדבר" אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות". איך האָב געוווּסט, אַז אין 2009 איז אַרויס אַ בוך וועגן די פֿריִע יאָרן פֿון "פֿאָרווערטס", אָבער עפּעס אַ כּוח האָט מיך אָפּגעשטעלט פֿון צאָלן 75 דאָלאַר אָן האָבן אַ מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אין אַ באַנד, געשריבן פֿון אַן אומבאַקאַנטן מחבר. און דאָ ניט לאַנג צוריק האָט מיך אַ קאָלעגע געפֿרעגט, צי איך וויל האָבן אַזאַ בוך, און טאָמער יאָ — נעמען עס און ניט אומקערן. האָב איך עס שוין איבערגעלייענט, בפֿרט אַז אהוד מנורס Forward: The Jewish Daily Forward (Forverts) Newspaper: Immigrants, Socialism and Jewish Politics in New York, 1890—1917 ("פֿאָרווערטס: די ייִדישע טאָגצײַטונג ׳פֿאָרווערטס׳: אימיגראַנטן, סאָציאַליזם און ייִדישע פּאָליטיק אין ניו-יאָרק") האָט איין גרויסע מעלה — ס׳איז קורץ. בעת מײַנע לאַנגע אינטערוויוען מיט מײַן טאַטן וועגן אונדזער משפּחה, און אַמאָליקע קרובֿים, האָט ער אַלע מאָל צוגעגעבן דעם אויסדרוק, ווי עס פֿירט זיך ווען מע זאָגט אַ קריטיש וואָרט אויף אַ פֿאַרשטאָרבענעם — "מײַנע רייד זאָלן נישט צו שווער זײַן". אָבער אַ מאָל איז דאָס קריטישע וואָרט געווען אַזוי שאַרף, אַז מיר האָבן ביידע זיך צעלאַכט, ווײַל דער אויסדרוק האָט זיכער נישט געקענט "צוגלעטן" דעם נעגאַטיוון אַרויסזאָג. אַזוינע מחשבֿות זענען מיר אַרויפֿגעקומען אויפֿן געדאַנק, ווען איך האָב געהערט, אַז די אַלמנה פֿון חיים גראַדע, אינאַ העקער־גראַדע, איז געשטאָרבן יענע וואָך. געווען שווערלעך צו געפֿינען די פּאַסיקע איבערזעצונג פֿאַר דעם טיטל פֿון דער אָפּערע "La Juive". פּונקט פֿאַרקערט ווי דער גלײַכער שׂכל פֿאַרשטייט — ליגט נישט אונטער דער האַנט קיין אָנגענומענע איבערזעצונג פֿאַרן פֿרוייִשן באַגריף פֿון "ייִד" אויף ייִדיש. געקומען צו הילף איז מיר דער מײַסטער־פֿילאָלאָג, ישׂראל רודניצקי — ער האָט מיר אונטערגעטראָגן ווי אויף אַ טאַץ דאָס צוגעפּאַסטע וואָרט אין האַרמאָניע אַפֿילו מיטן דראַמאַטישן טעקסט פֿון דער אָפּערע: "די ייִדישע טאָכטער" — האָט ער פֿאָרגעלייגט און אַזוי איז עס פֿאַרבליבן. רעדנדיק וועגן ביכער. בײַ אונדז אין שטוב זײַנען אַלע מאָל געווען ביכער. אין רוסלאַנד צווישן די אַרעסטן און באַפֿרײַונג פֿלעגט מײַן טאַטע פֿאָרלייענען שלום־עליכמען פֿאַר זײַנע פֿרײַנד; און דאָס בײַ אונדז, אין אַן איין־צימערדיקער דירה. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין נאָך געווען אַ קינד, האָב איך כּמעט גאָרנישט פֿאַרשטאַנען, אַ חוץ איין וואָרט "שוין." איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ווען מען זאָגט שוין, איז מען געקומען צו אַ סוף. אָבער ניין. ווי נאָר ער האָט פֿאַרענדיקט מיט אַ "שוין," האָט ער איבערגעבלעטערט דאָס זײַטל און ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט דער מעשׂה. דאָס האָב איך שוין נישט פֿאַרשטאַנען. ווי קומט עס וואָס נאָך אַ "שוין" הייבט זיך אָן אַ נײַע מעשׂה? טײַערע חזנטע, מײַן חבֿרטע פֿאַרברענגט אויף דער אינטערנעץ, אויף "פֿייסבוק", דעם גאַנצן טאָג. ס'איז נישט צו גלייבן! איך האָב אין גאַנצן נישט קיין פּריוואַטקייט. יעדער, מיט וועמען זי שרײַבט זיך איבער, ווייסט וווּ מיר זענען, וואָס מיר טוען און וואָס און אין וואָס מיר גייען אָנגעטאָן (יאָ, זי בײַט איר פֿאָטאָגראַפֿיע יעדע פּאָר שעה). וווּהין מיר זאָלן נישט גיין, דאַרף זי זיך אָפּשטעלן און "פֿאַרהײַנטיקן" איר "פֿייסבוק"־זײַטל. מיר דאַכט, אַז איר געפֿעלט מער צו דערציילן וועגן אונדזער באַציִונג, ווי די באַציִונג אַליין. איך האָב איר געזאָגט, אַז איר באַנוץ פֿון "פֿייסבוק" איז נישט אויסצוהאַלטן, אָבער זי לאַכט זיך אויס. וואָס זאָל איך טאָן? לכּבֿוד שבֿועות איז געשמאַק צו עסן קעזקוכן. וואָס זשע טוט מען, אַז מע טאָר נישט עסן צו פֿיל פֿעטס? אין פֿאַרגלײַך מיט אַ געוויינטלעכן קעזקוכן, וואָס האָט בערך 20 גראַם פֿעטס, וועלן מיר אײַך הײַנט ווײַזן אַ רעצעפּט, וואָס האָט בלויז 12 גראַם. ס׳האָט אויך מער פּראָטעיִן ווי געוויינטלעך (12 גראַם אַנשטאָט 4), ווײַל מע באַניצט דאָ נישט בלויז שמירקעז און סמעטענע, נאָר אויך ריקאָטאַ־קעז, וואָס איז געזינטער. |