טײַערע חזנטע,
מײַן חבֿרטע פֿאַרברענגט אויף דער אינטערנעץ, אויף "פֿייסבוק", דעם גאַנצן טאָג. ס'איז נישט צו גלייבן! איך האָב אין גאַנצן נישט קיין פּריוואַטקייט. יעדער, מיט וועמען זי שרײַבט זיך איבער, ווייסט וווּ מיר זענען, וואָס מיר טוען און וואָס און אין וואָס מיר גייען אָנגעטאָן (יאָ, זי בײַט איר פֿאָטאָגראַפֿיע יעדע פּאָר שעה). וווּהין מיר זאָלן נישט גיין, דאַרף זי זיך אָפּשטעלן און "פֿאַרהײַנטיקן" איר "פֿייסבוק"־זײַטל. מיר דאַכט, אַז איר געפֿעלט מער צו דערציילן וועגן אונדזער באַציִונג, ווי די באַציִונג אַליין. איך האָב איר געזאָגט, אַז איר באַנוץ פֿון "פֿייסבוק" איז נישט אויסצוהאַלטן, אָבער זי לאַכט זיך אויס. וואָס זאָל איך טאָן?
אַ פּריוואַטער יונג
טײַערער פּריוואַטער יונג,
אײַער חבֿרטע דאַרף אָנהייבן פֿאַרשטיין ווי זיך אײַנצוהאַלטן. קודם־כּל, אויב איר פֿאַרברענגט צוזאַמען, דאַרף דאָס זײַן נאָר צוזאַמען; נישט אויף "פֿייסבוק", זי זאָל "פֿאַרהײַנטיקן" איר זײַטל. זי דאַרף אײַך באַווײַזן, אַז זי קען זיך אָפּגעבן נאָר מיט אײַך, ווען זי איז מיט אײַך. אויב זי וויל אָנשרײַבן עפּעס נאָך דעם ווי איר זענט צוזאַמען, איז דאָס איר עסק, אָבער זי דאַרף האָבן אין זינען אײַערע געפֿילן, אַז איר ווילט נישט די גאַנצע וועלט זאָל וויסן וואָס איר טוט דעם גאַנצן טאָג. עס קען אײַך דאַכטן, אַז זי שאַצט נישט אָפּ אײַער פֿרײַנדשאַפֿט. אָבער עס קען אויך זײַן, אַז זי פֿילט זיך אומזיכער אין איר סבֿיבֿה. און ווען זי שטעלט אַרויס אײַער בילד אויף דער אינטערנעץ שטאָלצירט זי מיט איר וווּנדערלעכן חבֿר.
טײַערע חזנטע,
איך זאָרג זיך וועגן מײַן זון. ער איז 16 יאָר אַלט און שפּילט אויף דער פּיאַנע 4 שעה אַ טאָג. ער האָט נישט קיין חבֿרטעס, און גייט נישט אַרויס מיט חבֿרים. ער וויל זיך נאָר אָפּגעבן מיט דער פּיאַנע און ווײַטער שטודירן אין אַ קאָנסערוואַטאָריע. איך וואָלט געוואָלט, ער זאָל האָבן אַ מער באַלאַנסירט לעבן. ווי קען איך אויף אים ווירקן, ער זאָל זײַן מער נאָרמאַל?
פֿאַרזאָרגטע מאַמע
טײַערע פֿאַרזאָרגטע מאַמע,
וויפֿל 16־יאָריקע ייִנגלעך פֿאַרמאָגן אַזאַ איבערגעגעבנקייט און אַזאַ התמדה ווי אײַער זון? מע דאַרף אים מוטיקן און אים העלפֿן ער זאָל דערגרייכן זײַנע צילן. ער איז אַן אויסנעמיקער בחור און די קאָנקורענץ אין דער מוזיק־וועלט איז זייער אַ גרויסע.
טײַערע חזנטע,
מײַן טאַטע איז קיין מאָל נישט געווען זייער העפֿלעך. ער איז געווען אַ גוטער, ברייטהאַרציקער און קלוגער, אָבער אויך אַ שטרענגער קריטיקער און האָט נישט מורא געהאַט אויסצודריקן זײַן שאַרפֿע מיינונג. הײַנט איז ער 87 יאָר אַלט און וואָס עלטער ער ווערט, אַלץ מער אומאיידל ווערט ער. ער באַקלאָגט זיך וועגן דעם עסן, דער קעכין אין די אויגן אַרײַן; זאָגט ווי מיאוס אַ קלייד זעט אויס אויף אַ פֿרוי, ווען זי שטייט נישט ווײַט דאָס צו הערן; און ער האַקט מיר אַרײַן כּסדר, אַז איך דאַרף פֿאַרלירן וואָג. איך קען מיט אים אין ערגעץ נישט גיין, ער זאָל מיך נישט פֿאַרשעמען פֿאַר לײַט. ער איז געזונט, און זײַן שׂכל און זכּרון האָט ער נאָך, דאַנקען גאָט, קלאָרע. ווען איך זאָג אים עפּעס וועגן זײַן אויפֿפֿיר, ענטפֿערט ער, אַז ער איז שוין אַ זקן און די געזעלשאַפֿטלעכע כּללים זענען נישט חל אויף אים. פֿרעג איך אײַך — צי קען מען ווערן צו אַלט, כּדי זיך אויפֿצופֿירן לײַטיש?
די פֿאַרשעמטע טאָכטער
טײַערע פֿאַרשעמטע טאָכטער,
ניין, מע קען נישט ווערן צו אַלט זיך אויפֿצופֿירן לײַטיש. מיר טראָגן אַן אַחריות אַרויסצוּווײַזן דרך־ארץ פֿאַר זיי און זאָרגן פֿאַר זיי. אונדזערע זקנים וואָלטן געדאַרפֿט זיך אויפֿפֿירן מיט איידלקייט און דרך־ארץ, אָבער אויב נישט, דאַרפֿן מיר זיי מוחל זײַן און זיי אָפּגעבן אָפּשײַ סײַ־ווי־סײַ. מסתּמא וועט אײַער טאַטע נישט בײַטן זײַנע דרכים אין אַזאַ עלטער. זײַן געהער, אָבער, וואָלט איר יאָ געדאַרפֿט קאָנטראָלירן; ס'איז מעגלעך, אַז ער ווייסט נישט ווי הויך ער רעדט צווישן מענטשן און אפֿשר קען דאָס לייזן געוויסע פּראָבלעמען.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024