איך האָב געוווּסט, אַז אין 2009 איז אַרויס אַ בוך וועגן די פֿריִע יאָרן פֿון "פֿאָרווערטס", אָבער עפּעס אַ כּוח האָט מיך אָפּגעשטעלט פֿון צאָלן 75 דאָלאַר אָן האָבן אַ מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אין אַ באַנד, געשריבן פֿון אַן אומבאַקאַנטן מחבר. און דאָ ניט לאַנג צוריק האָט מיך אַ קאָלעגע געפֿרעגט, צי איך וויל האָבן אַזאַ בוך, און טאָמער יאָ — נעמען עס און ניט אומקערן. האָב איך עס שוין איבערגעלייענט, בפֿרט אַז אהוד מנורס Forward: The Jewish Daily Forward (Forverts) Newspaper: Immigrants, Socialism and Jewish Politics in New York, 1890—1917 ("פֿאָרווערטס: די ייִדישע טאָגצײַטונג ׳פֿאָרווערטס׳: אימיגראַנטן, סאָציאַליזם און ייִדישע פּאָליטיק אין ניו-יאָרק") האָט איין גרויסע מעלה — ס׳איז קורץ.
ווי איך פֿאַרשטיי, באַזירט זיך דאָס בוך אויף דעם מחברס דיסערטאַציע, וואָס ער האָט פֿאַרטיידיקט אין יאָר 2000 אין דעם אוניווערסיטעט פֿון חיפֿה. דאָס הייסט, אַז די אַרבעט דאַרף קוואַליפֿיצירט ווערן ווי אַן אַקאַדעמישע. אָבער מיר איז שווער עס צו טאָן, ווײַל עס האָט מער סימנים פֿון אַ פּאָליטישן מאמר, וואָס אַ פּראָווינציעלער ציוניסטישער פּראָפּאַגאַנדיסט האָט אָנגעשריבן וועגן דעם לאַנג-פֿאַרשטאָרבענעם ניו-יאָרקער רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן. פּאָליטיש קלינגט אַפֿילו די שפּראַך פֿונעם בוך. למשל, צענדליקער מאָל ווערט דערמאָנט די אַמעריקאַנער "פּלוטאָקראַטיע". מיר איז אויך געפֿעלן געוואָרן די אַקאַדעמישע, מישטיינס געזאָגט, דעפֿיניציע פֿון סאָציאַליזם ווי "אַ מכשיר פֿאַר אַ מער פּינקטלעכן (accurate) פּאָליטישן טראַכטן און האַנדלען".
די סטרוקטור פֿונעם טעקסט רופֿט אויך אַרויס פֿראַגעס. אַ שטייגער, אַ לאַנגער ציטאַט אין דער הקדמה ווערט דערנאָך איבערגעחזרט אין דעם טעקסט גופֿא. צו מאָל שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דער מחבר האָט ניט געדענקט, וואָס ער האָט שוין געהאַט אָנגעשריבן. אָט שרײַבט ער אויף ז׳ 9, אַז איינער מאַרגאָשעס האָט געשאַפֿן דעם טערמין "פֿאָרוועטסיזם" אין יאָר 1922, אָבער ער פֿאַרגעסט שוין וועגן דעם צום ז׳ 106, וווּ עס ווערט געזאָגט, אַז קאַהאַן האָט געשריבן וועגן "פֿאָרוועטסיזם" נאָך אין יאָר 1903.
נאָך ערגער איז אין דעם אַלץ, וואָס דאָס בוך וועגן דעם "פֿאָרווערטס" שאַפֿט ניט קיין אײַנדרוק, אַז דער פֿאָרשער האָט טאַקע גענוג געלייענט די צײַטונג און אַז ער האָט פֿאַרשטאַנען דעם עצם מעכאַניזם פֿון דער אויסגאַבע. אין דער ליטעראַטור מכּוח דעם "פֿאָרווערטס" האָט זיך אהוד מנור אויך פֿאַרפּלאָנטערט. אַנדערש וואָלט ער ניט געשריבן, אַז אַנדערע "געלערנטע האָבן ניט באַמערקט אָדער איגנאָרירט דעם פֿאַקט, וואָס דער ׳פֿאָרווערטס׳ איז געווען אַ פּאָליטישער פֿאַקטאָר פֿון סאַמע אָנהייב אָן". מיר זײַנען אַזעלכע געלערנטע ניט באַקאַנט, סײַדן איך האָב זיי ניט באַמערקט צי איך האָב זיי איגנאָרירט.
די הויפּט-אידעע פֿון דער אַרבעט איז צו באַשולדיקן אַב. קאַהאַנען אין באַהאַלטן אונטער אַ פֿאַרפֿירערישער סאָציאַליסטישער רעטאָריק זײַן אמתן פּרצוף פֿון אַ קאָנסערוואַטאָר, וואָס איז תּמיד געווען גרייט מיטצואַרבעטן מיט דער "פּלוטאָקראַטיע" און, בכלל, מיט דער קאַפּיטאַליסטישער מלוכה. דער מחבר קען ניט, אַ שטייגער, מוחל זײַן דעם "פֿאָרווערטס" זײַן גרייטקייט צו דרוקן אויפֿן ערשטן זײַטל דעם פּינקטלעכן טיראַזש — די ציפֿער, וועלכע עס האָט געגעבן "אַ קאַפּיטאַליסטישע אָרגאַניזאַציע פֿאַר קאַפּיטאַליסטישע צילן", דהײַנו: די האַנדל-קאַמער פֿון דער שטאָט ניו-יאָרק.
בכלל, איך האָב געלייענט און איבערגעלייענט די קאַפּיטלען פֿונעם בוך און בשום-אופֿן ניט געקענט צעקײַען די טענה פֿון "קאָנסערוואַטיווקייט" פֿון קאַהאַן און זײַן צײַטונג. אפֿשר האָב איך (פֿאָרט אַ האַלבער ליטוואַק) פּשוט ניט געכאַפּט, אַז דאָס בוך איז אָנגעשריבן מיט איראָניע. אַנדערש איז דאָך שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אַ היסטאָריקער קען אָנווײַזן אַזאַ סימן פֿון "קאָנסערוואַטיווקייט": די צאָל געמישטע חתונות צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן איז געוואַקסן זייער פּאַמעלעך אין די יאָרן 1900—1950 (איך דערמאָן דעם לייענער, אַז די רייד אין דעם בוך גייט כּלומרשט וועגן 1890—1917), און דאָס איז זיכער אַ באַווײַז, ווי נישטיק "פּראָגרעסיוו" די צײַטונג איז געווען.
אהוד מנורס אימאַזש פֿון אַב. קאַהאַן און דער צײַטונג איז זייער ווײַט פֿון רעאַלקייט. קודם-כּל, טרײַבט ער איבער קאַהאַנס דיקטאַטאָרישע מאַכט. די צײַטונג איז, אין לעצטן סך-הכּל, געווען אין די הענט פֿון דער "פֿאָרווערטס-אַסאָציאַציע", וווּ עס זײַנען געווען פֿאָרגעשטעלט פֿאַרשיידענע סאָציאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס. איין מאָל אַ יאָר האָט די אַסאָציאַציע געשטימט, איבערצולאָזן קאַהאַנען צי ניט, און יאָר-אײַן יאָר-אויס האָט מען אים געהאַלטן אויף זײַן שטעלע. דאָס הייסט, אַז מע איז געווען מיט אים צופֿרידן אָדער, לכל-הפּחות, ניט געזען קיין אַלטערנאַטיוו. מיט אַנדערע ווערטער, דעמאָניזירן — טאָמער עס ווילט זיך דעמאָניזירן — דאַרף מען ניט אַזוי קאַהאַנען, ווי דעם גאַנצן הויפּטשטראָם פֿון דער ייִדישער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
איך האָב נאָך אַ סך טענות צו דעם בוך, אָבער ס׳איז גרינגער פּשוט צו זאָגן: קיין געראָטענע זאַך איז עס ניט. און ס׳איז אַ שאָד, מחמת די טעמע איז באמת אינטערעסאַנט. אָבער אַן ערנסטער געלערנטער טאָר דאָך ניט באַהאַנדלען היסטאָרישע טעמעס, אַרויסגייענדיק נאָר פֿון אַרכאַיִשע ציוניסטישע דלתּ אַמות. טאָמער קאַהאַן און דער "פֿאָרווערטס" זײַנען דעמאָלט געווען אַנטי-ציוניסטיש געשטימט, הייסט עס נאָך ניט, אַז זיי זײַנען געווען "קאָנסערוואַטיוו". זיכער האָבן זיי ניט געבויט קיין באַריקאַדעס אויף בראָדוויי, אָבער זיי האָבן געוואַלדיק אַ סך אויפֿגעטאָן, כּדי צו מאָדערניזירן דעם עולם — דער עיקר, אַ קליינשטעטלדיקן — און העלפֿן אים ניט בלויז זיך צופּאַסן צו דער נײַער געזעלשאַפֿטלעכער סבֿיבֿה און איר "פּלוטאָקראַטיע", אָבער אויך צו מאַכן בעסער די דאָזיקע געזעלשאַפֿט. און טאָמער אויף דער שפּראַך פֿון אהוד מנור הייסט עס צו זײַן "קאָנסערוואַטיוו", קוקן מיר אַרײַן אין פֿאַרשיידענע ווערטערביכער.