קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעקבֿ פּערעמאַן מיט זײַן משפּחה
יעקבֿ פּערעמאַן מיט זײַן משפּחה

דער "אָדעסער חכם" אַחד־העם האָט געחלומט וועגן אַ צײַט, ווען ארץ־ישׂראל וועט ווערן דער "מרכּז רוחני" (דער גײַסטיקער צענטער) פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. די איראָניע פֿון דער הײַנטיקער קולטור־פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל באַשטייט אין דעם, וואָס אַן אוניקאַלע זאַמלונג פֿון מאָדערנער ייִדישער מאָלערײַ פֿון תּל־אָבֿיבֿ איז מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק פֿאַרקויפֿט געוואָרן צו דעם "פֿאָנד פֿון אוקראיִנער אַוואַנגאַרד" כּמעט פֿאַר צוויי מיליאָן דאָלאַר. די זאַמלונג איז כּולל זעקס און אַכציק בילדער פֿון די אָדעסער קינסטלער פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט און האָט פֿריִער געהערט צום באַקאַנטן אָדעסער כּלל־טוער און מעצענאַט יעקבֿ פּערעמען (1881—1960).

פּערעמען האָט געבראַכט די דאָזיקע בילדער קיין ישׂראל, ווען ער האָט עולה געווען פֿון אָדעס אין 1919, און ביז זײַן טויט איז די זאַמלונג געווען אין זײַן פּריוואַטן באַזיץ אין תּל־אָבֿיבֿ. יעקבֿ פּערעמען איז געווען אַ הייסער ציוניסט און אַ שטיצער פֿון דער נײַער ייִדישער קולטור. אַ פֿאַרמעגלעכער אָדעסער סוחר, איז ער געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון "פּועלי־ציון", און דערבײַ האָט ער, אַ פּנים, גענומען צום האַרצן אחד־העמס תּורה. "איך האָב געהאַט צוויי אידעען פֿאַר ארץ־ישׂראל׃ אַ ביבליאָטעק פֿאַר לינגוויסטיק און העברעיִשער קולטור, און אַ קונסט־גאַלעריע פֿון ייִדישע קינסטלער אין גלות און ארץ־ישׂראל" — אַזוי האָט ער געשריבן אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע. ער האָט אַרײַנגעלייגט אַ סך געלט און כּוחות אין אָט די צוויי פּראָיעקטן זײַנע. אין 1905 האָט ער אין אָדעס געעפֿנט אַ ביכערקראָם "קולטוראַ", וואָס איז געוואָרן אַ פּאָפּולערער טרעפֿונג־פּונקט פֿאַר דער ייִדישער אינטעליגענץ. צווישן די אַרײַנגייער זײַנען געווען מענדעלע, ביאַליק, ראַווניצקי, ווי אויך די יונגע ליטעראַטן און קינסטלער.

אַרום 1907 האָט זיך אין אָדעס אויסגעפֿורעמט אַ גרופּע פֿון יונגע קינסטלער, וואָס האָט זיך שפּעטער געגעבן דעם נאָמען "געזעלשאַפֿט פֿון אומאָפּהענגיקע קינסטלער". זיי האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער אַקאַדעמישער טראַדיציע און האָבן געשעפּט אינספּיראַציע פֿון דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער און רוסישער קונסט. דער קינסטלער מיכאל הערשענפֿעלד, דער אָנפֿירער פֿון דער גרופּע, האָט דערקלערט׃ "מיר באַדאַרפֿן אַ קונסט וואָס איז לײַכט, פֿריילעך, קלוג און שטאַרק."

ווי אַ ציוניסט און אַ ליבהאָבער פֿון מאָדערנער קונסט, האָט פּערעמען געשטיצט די דאָזיקע קינסטלער, ווײַל ער האָט זיי געהאַלטן פֿאַר אַ וויכטיקן יסוד פֿון דער צוקונפֿטיקער ייִדישער קולטור. אין ארץ־ישׂראל האָט פּערעמען אָרגאַניזירט עטלעכע אויסשטעלונגען פֿון זײַן זאַמלונג און געעפֿנט אַן אייגענע קונסט־גאַלעריי אין תּל־אָבֿיבֿ. אָבער די נײַע קונסט פֿון אָדעס האָט ניט אַרויסגערופֿן קיין סך אינטערעס. די אייראָפּעיִשע עסטעטיק פֿון די אָדעסער אַוואַנגאַרדיסטן איז געווען ניט גענוג "נאַציאָנאַל" פֿאַרן דעמאָלטיקן ייִשובֿ, וווּ עס האָט געהערשט דער סטיל פֿון "בצלאל". ערשט אין 2006 האָט מען דורכגעפֿירט די ערשטע פֿולע אויסשטעלונג פֿון פּערעמענס קאָלעקציע אין דעם מוזיי פֿון רוסישער קונסט אין רמת־גן.

די זאַמלונג, וואָס איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן אויף דער סאָטעביס־ליציטאַציע אין ניו־יאָרק, שפּיגלט אָפּ אַן אוניקאַלן מאָמענט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קונסט. מען זעט דאָ בפֿירוש, ווי אַזוי די יונגע טאַלאַנטירטע קינסטלער פֿון אָדעס האָבן אײַנגעזאַפּט די סאַמע נײַסטע טענדענצן פֿון דער מאָדערנער קונסט און זיי צוגעפּאַסט צו זייער אייגענעם וועלטבאַנעם. דאָס רובֿ ווערק זײַנען סטיליסטיש ניט זייער אָריגינעל. עס וואַרפֿן זיך אין די אויגן כּלערליי השפּעות: פֿון מאַטיס און סעזאַן, גאָגען און וואַן גאָך, ווי אויך פֿון די רוסישע קינסטלער — סאָמאָוו און רעריך.

ס׳רובֿ אָדעסער קינסטלער האָבן שטודירט אין פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה. ווען מען קוקט אויף זייערע ווערק ווי אַ גאַנצקייט, שפּירט מען אַ באַזונדערן חן פֿון יוגנט און פֿרישקייט. פֿאַר אַ סך פֿון די דאָזיקע קינסטלער איז די אָדעסער תּקופֿה פֿאַרבליבן דער הויכפּונקט פֿון זייער קאַריערע. אייניקע מיטגלידער פֿון דער "געזעלשאַפֿט פֿון אומאָפּהענגיקע קינסטלער", ווי למשל, אַמשיי ניורענבערג, זײַנען געוואָרן אָנערקענטע סאָוועטישע קינסלטער, אָבער מער ניט געהאַט קיין חשק צו עקספּערימענטירן. די אַנדערע, ווי יצחק מאַליק און ישׂראל מעסקין, זײַנען אין גאַנצן אַוועק פֿון דער קונסט־בינע.

די אָדעסער קינסטלער האָבן געהאַט אַ שאַרף אויג פֿאַר מאָמענטן פֿון טאָג־טעגלעכן שטאָט־לעבן. זיי האָבן געמאַכט פּאָרטרעטן פֿון מענטשן אויף דער גאַס און אין קאַפֿע־הײַזער, פֿון שטעטל־קלעזמאָרים און גאַסן־פֿרויען. די קוביסטישע און פֿאָוויסטישע עסטעטיק טרעפֿט זיך דאָ מיט דעם אייגנאַרטיקן אָדעסער חוש פֿון איראָניע און הומאָר. ביז גאָר אינטערעסאַנט זײַנען די לאַנדשאַפֿטן פֿון שטעטלעך און דערפֿער, בפֿרט די ווערק פֿון יצחק מאַליק, וואָס קאָמבינירן די עטנאָגראַפֿישע פּינקטלעכקייט מיט דער מאָדערניסטישער פֿאַנטאַזיע. מאַליקס גורל איז געווען ניט קיין פֿריילעכער. ער האָט אויפֿגעהערט צו מאָלן אין 1933, און דאָס רעשט פֿון זײַן לעבן האָט ער געאַרבעט ווי אַ שול־לערער אינעם שטעטל מאַלאַכאָווקע לעבן מאָסקווע. ווען זײַן אייניקל האָט אים אַ זאָג געטאָן, אַז ער וויל ווערן אַ קינסטלער, האָט אים דער זיידע ביטער אָפּגעענטפֿערט׃ "אינעם דאָזיקן לאַנד קאָן מען קיין קינסטלער ניט זײַן".

פּערעמען האָט געגלייבט, אַז די נײַע ייִדישע קונסט אין ארץ־ישׂראל וועט אַרויסוואַקסן אויפֿן באָדן פֿונעם אייראָפּעיִשן מאָדערניזם. זײַן קאָלעקציע האָט געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער פֿאָרמירונג פֿון דער נײַער מאָדערניסטישער קונסט אין ארץ־ישׂראל, אָבער קיין היים האָט מען פֿאַר איר ניט געפֿונען. אַ לאַנגע צײַט האָט מען בכלל ניט געהאַט קיין אַנונג, אַז די ווערק פֿון די אָדעסער מאָדערניסטן האָבן זיך ערגעץ־וווּ אָפּגעהיט. ערשט אין יאָר 2000 האָט לעסיאַ ווויסקון, די קוראַטאָרין פֿונעם מוזיי פֿון דער רוסישער קונסט אין רמת־גן, אָפּגעזוכט די שפּורן פֿון פּערעמענס זאַמלונג אינעם פּריוואַטן משפּחה־באַזיץ. אין אוקראַיִנע האָט מען אויפֿגענומען די בשׂורה וועגן דעם אומקער פֿון פּערעמענס קאָלעקציע מיט גרויס התלהבֿות. אין די ישׂראלדיקע הויכע פֿענצטער גייט עס, דאַכט זיך, קיינעם ניט אָן.

ישׂראל מעקסין, "אַ טרעפֿונג בײַ נאַכט", 1916
ישׂראל מעקסין, "אַ טרעפֿונג בײַ נאַכט", 1916
אַמשיי נורענבערג, "אַ סימפֿאָניע", 1917
אַמשיי נורענבערג, "אַ סימפֿאָניע", 1917
איסאַק מאַליק,"גאַסן־מוזיקער", 1919
איסאַק מאַליק,"גאַסן־מוזיקער", 1919
יוסף קאָנסטאַנטינאָווסקי, "מע צינדט אָן די ליכטלעך", 1920
יוסף קאָנסטאַנטינאָווסקי, "מע צינדט אָן די ליכטלעך", 1920

Fir 2 million dolar ich volt farkoift zei oich

Tzvei milion dolar vaksen nisht oif di beimer un oib di ukrainer vinshen tzu koifen dize umbakante bilder zol zei gezunt zain.