זשאַק פּראָמענטאַל־הלוי |
געווען שווערלעך צו געפֿינען די פּאַסיקע איבערזעצונג פֿאַר דעם טיטל פֿון דער אָפּערע "La Juive". פּונקט פֿאַרקערט ווי דער גלײַכער שׂכל פֿאַרשטייט — ליגט נישט אונטער דער האַנט קיין אָנגענומענע איבערזעצונג פֿאַרן פֿרוייִשן באַגריף פֿון "ייִד" אויף ייִדיש. געקומען צו הילף איז מיר דער מײַסטער־פֿילאָלאָג, ישׂראל רודניצקי — ער האָט מיר אונטערגעטראָגן ווי אויף אַ טאַץ דאָס צוגעפּאַסטע וואָרט אין האַרמאָניע אַפֿילו מיטן דראַמאַטישן טעקסט פֿון דער אָפּערע: "די ייִדישע טאָכטער" — האָט ער פֿאָרגעלייגט און אַזוי איז עס פֿאַרבליבן.
די פּראָבלעם איז אָבער, וואָס אָט די אָפּערע פֿון פֿראַנצויזיש־ייִדישן מוזיקער־קאָמפּאָזיטאָר זשאַק פּראָמענטאַל־הלוי (1862—1799) לײַדט פֿון אַ פֿאָראורטייל, צי פֿון אַ צוגעאײַלטער אָפּשאַצונג און אַ שלעכטער מיינונג, וואָס איז זייער שווער צו באַקעמפֿן. וואָס האָבן זיי קעגן דער אָפּערע די מוזיקאַלישע וועגווײַזער? "זי פֿאַרמאָגט נישט קיין גלײַכווערטיקייט איבער איר גאַנצער לענג", זאָגן זיי; "צוזאַמען מיט וווּנדער־שיינע פֿראַגמענטן געפֿינען זיך אויך פֿאַרעלטערט געוואָרענע טיילן, צווייפֿלהאַפֿטע מאָראַלישע באַשטעטיקונגען און נישט גענוג באַגרינדעטע האַנדלונג פֿון די פּערסאָנאַזשן.
אַפֿילו ס׳זאָל זײַן אַזוי ווי דאָס באַצייכענען די קריטיקער, פֿאַרשאַפֿט אונדז דער פֿיר־שעהעדיקער אָוונט פֿון אָט דער "גראַנד־אָפּערע" אַ וואַקסנדיקן אינטערעס סײַ פֿון טעאַטראַלן און סײַ פֿון דראַמאַטישן זינען. אונטער דער אָנפֿירונג פֿון דיריגענט דניאל אורן, פֿירט אויף די ישׂראלדיקע אָפּערע אַ געשיכטע וועגן אַנטיסעמיטיזם אין דער תּקופֿה פֿון מיטלעלטער, וווּ דער העלד איז אַ ייִד וואָס דערוועקט נישט קיין סימפּאַטיע. אלעזר דער גאָלדשמידט לעבט אין אַ פֿראַנצויזישער געזעלשאַפֿט, וואָס האַסט ייִדן, און ער טראָגט אין זיך אַ פֿאַרביסענעם נקמה־געפֿיל.
זשאַק פּראָמענטאַל־הלוי, אַ געבוירענער אין פּאַריז בײַ ייִדישע עלטערן, האָט שוין אַרויסגעוויזן אין די קינדער־יאָרן זײַנע מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן. צו 9 יאָר איז ער אַרײַנגעטראָטן אין דער פּאַריזער קאָנסערוואַטאָריע און פֿאָרגעזעצט אין די רײַפֿערע יאָרן זײַן פֿאַרבינדונג מיטן אַנשטאַלט ווי פּראָפֿעסאָר פֿאַר קאָנטראַפּונקט און אָרקעסטראַציע. הלוי האָט געשאַפֿן העכער 30 אָפּערעס, די באַרימטסטע צווישן זיי — "די ייִדישע טאָכטער", וואָס איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין פּאַריז אין 1835. אין יענער צײַט האָט די דאָזיקע אָפּערע געווינען גרויס פּאָפּולאַריטעט. אָבער אין די 30ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז זי, אָן שום באַרעכטיקונג, ווי פֿאַרגעסן געוואָרן.
דער ליברעטאָ פֿון דער אָפּערע, געשאַפֿן דורך דעם פֿראַנצויזישן שרײַבער פֿון 19טן יאָרהונדערט עוזשין סקריב, אַנטפּלעקט פֿאַר אונדז די געשעענישן וואָס ברענגען אין קאָנסעקווענץ צו אַן אויפֿטרייסלענדיקער טראַגעדיע. אין אלעזרס הויז, וווּ ער וווינט מיט זײַן טאָכטער רחל, באַווײַזט זיך אַ יונגער־מאַן, שמואל, אַ מאָלער, פֿאַראינטערעסירט, פֿאַרשטייט זיך, אין דעם יונגן מיידל. זי פֿאַרבעט אים צום סדר, וואָס דער פֿאָטער פּראַוועט. אין מיטן דער צערעמאָניע לאָזט איר נישט רוען דער געדאַנק, אַז עפּעס איז דאָ נישט אין אָרדענונג מיטן גאַסט. זי באַמערקט, אַז ער וואַרפֿט אַוועק די מצה וואָס זי האָט אים געגעבן. ווען זי פֿרעגט אים די סיבה פֿון זײַן אויפֿפֿיר, איז ער זיך מודה, אַז ער איז אַ קריסט און שלאָגט איר פֿאָר צו אַנטלויפֿן מיט אים. מיט אַ מאָל קומט דער פֿאָטער און "שמואל" אָנערקענט, אַז ער קאָן נישט חתונה האָבן מיט איר, ווײַל ער איז נישט קיין ייִד. די יעניקע וואָס האַלטן אָן באַציִונגען מיט אַ ייִדיש מיידל, ווערן פֿאַרמישפּט צו טויטשטראָף, און ער אַנטלויפֿט פֿון דעם הויז.
דער טענאָר ניל שיקאָף אין אַ סצענע פֿון "די ייִדישע טאָכטער" |
דער פֿאַרשטעלטער "שמואל" איז ווירקלעך דער פּרינץ לעאָפּאָלד, פֿאַרהייראַט מיט דער פּרינצעסין עודאָקסי, דעם אימפּעראַטאָרס פּלימעניצע. קיין פֿראַגע נישטאָ, אַז ער איז נישט ווערט די ליבע פֿון די צוויי פֿרויען — זײַן געזעצלעכער פֿרוי עודאָקסי, און דעם ייִדישן מיידל, רחל. ביידע זײַנע זיי אָבער גרייט מקריבֿ צו זײַן זייער לעבן פֿאַר אים. ווען עס ווערט אויפֿגעדעקט די פֿאַרבאָטענע באַציִונג צווישן דעם קריסט מיטן ייִדישן מיידל, ווערן זיי אַלע אַרעסטירט —די געליבטע און רחלס פֿאָטער — און פֿאַרמישפּט צום טויט. די פּרינצעסין עודאָקסי באַזוכט רחלען אין דער טורמע, כּדי זי איבערצײַגן, זי זאָל אָפּלייקענען די באַשולדיקונג אויף איר מאַן און אַזוי אַרום אים שענקען דאָס לעבן. רחל באַוויליקט צום סוף צו ראַטעווען איר געליבטן. ער ווערט באַפֿרײַט, נאָר רחל מיט איר פֿאָטער, אלעזר, וועלן געטויט ווערן דורך שרעקלעכע יסורים: אין אַ קעסל מיט קאָכיק וואַסער.
שוין נאָענט צום סוף דערגרייכט די אָפּערע איר קולמינאַציע־פּונקט: אלעזר, גלײַך ווי שיילאָק אין שעקספּירס "דער סוחר פֿון ווענעציע", באַקומט אַ סך אַ גרעסערע שטראָף ווי די וואָס ס׳קומט אים איבער זײַנע נקמה־געפֿילן, און ער דריקט עס אויס אין דער אויפֿטרייסלענדיקער אַריע, געווענדט צו גאָט און צו דער טאָכטער: "רחל, איך האָב דיר געגעבן מײַן לעבן, און איצט גיב איך דיר איבער צום הענקער". די אַריע, אויסגעפֿירט דורכן באַוווּסטן אַמעריקאַנער טענאָר ניל שיקאָף, לאָזט קיינעם נישט גלײַכגילטיק. דאָס פּובליקום, אָן שום אויסנאַם, פֿילט מען מיט די ליידן פֿון דעם ייִד, נישט געקוקט וואָס ער האָט בײַ קיינעם קיין סימפּאַטיע נישט דערוועקט.
און דאָ קומט די מערקווירדיקע איראָניע וואָס די אָפּערע באַזיצט: די ייִדישע טאָכטער, וואָס האָט געגעבן דער אָפּערע דעם נאָמען, רחל, די טאָכטער איז נישט קיין ייִדישע, זי איז אייגנטלעך אַ קריסטין, נאָר ווײַל זי ווייסט עס נישט, האַלט זי זיך פֿעסט און נעמט נישט אָן דעם אויסוועג זיך צו שמדן, כּדי צו ראַטעווען דאָס לעבן. זי גייט פֿרײַוויליק צום טויט מיט דער איבערצײַגונג, אַז זי באַצאָלט מיט איר לעבן כּדי צו ראַטעווען איר געליבטן, בלײַבנדיק גלײַכצײַטיק לאָיאַל צו איר גלויבן. זי ווייסט אויך נישט, אַז איר פֿאָטער, דער ייִד, איז זי מקריבֿ געווען אויפֿן מזבח פֿון זײַן נקמה.