בעת מײַנע לאַנגע אינטערוויוען מיט מײַן טאַטן וועגן אונדזער משפּחה, און אַמאָליקע קרובֿים, האָט ער אַלע מאָל צוגעגעבן דעם אויסדרוק, ווי עס פֿירט זיך ווען מע זאָגט אַ קריטיש וואָרט אויף אַ פֿאַרשטאָרבענעם — "מײַנע רייד זאָלן נישט צו שווער זײַן". אָבער אַ מאָל איז דאָס קריטישע וואָרט געווען אַזוי שאַרף, אַז מיר האָבן ביידע זיך צעלאַכט, ווײַל דער אויסדרוק האָט זיכער נישט געקענט "צוגלעטן" דעם נעגאַטיוון אַרויסזאָג. אַזוינע מחשבֿות זענען מיר אַרויפֿגעקומען אויפֿן געדאַנק, ווען איך האָב געהערט, אַז די אַלמנה פֿון חיים גראַדע, אינאַ העקער־גראַדע, איז געשטאָרבן יענע וואָך.
ווי באַשרײַבט מען, אָן ביטערקייט, אַזאַ פּערזענלעכקייט, וואָס האָט אַזוי פֿיל צרות אָנגעמאַכט אין דער ייִדישער קולטור־וועלט, אַזוי פֿיל האַרצווייטיק אונדז פֿאַרשאַפֿן? יעדן האָט זי געסטראַשעט מיט אַדוואָקאַטן, יעדן האָט זי געוואָלט נעמען אין געריכט און אָנקלאָגן, יעדן האָט זי געשאָלטן מיט וואָס אין דער קאָרט. אָבער די הויפּט־עבֿירה אירע איז, וואָס זי האָט נישט געלאָזט אַרויסגעבן חיים גראַדעס ווערק נאָך זײַן טויט אין 1982. דער שרײַבער און אַמאָליקער אָנפֿירער פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", חיים בעז ע״ה האָט מיר געהאַט דערציילט, אַז צוויי דיקע בענד פֿון חיים גראַדעס "געקליבענע פּאָעזיע" איז שוין געווען גרייט, שוין איבערגעלייענט די קאָרעקטור, אָבער זי האָט נישט דערלויבט זיי אַרויסצוגעבן. דערנאָך האָב איך געהערט, אַז נאָך דעם ווי "נוסח ווילנע" האָט געגעבן צו שטײַער צען טויזנט דאָלער אַרויסצוגעבן די בענד, האָט מען טאַקע אָפּגעדרוקט די ביכער, אָבער קיינער האָט זיי נישט געזען, און מען איז חושד, אַז אינאַ גראַדע האָט זיי אָדער אַרויסגעוואָרפֿן, צעשטערט אָדער אַוועקגעגעבן עמעצן און זיי ליגן אין אַ קעלער ערגעץ וווּ.
פֿון אַ פֿאָלקלאָרישן קוקווינקל, דאַרף מען מודה זײַן, אַז דער ים אַנעקדאָטן, מעשׂיות, געשעענישן, לשון־הרע און "לעגענדעס" אַרום דער בייזער, אומראַציאָנעלער פֿרוי גראַדע האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ רײַכן קוואַל פֿון מינדלעכן פֿאָלקלאָר. מיט דער צײַט וועלן די געשיכטעס ווערן פֿאַראייביקט אינעם זכּרון פֿון דער ייִדיש־וועלט מיט פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן, פּונקט ווי לידער, פֿאָלקס־מעשׂיות און וויצן.
וועגן דער "אייגנאַרטיקייט" פֿון פֿרוי גראַדע האָט די גאַנצע וועלט, נישט בלויז די ייִדישע, זיך דערוווּסט מיט פֿינף יאָר צוריק אין אַן אַרטיקל וועגן די קריטיקער פֿון באַשעוויסעס ווערק אינעם "ניו־יאָרק טײַמס" (דעם 17טן יוני 2004). מכּוח באַשעוויס ווערט זי ציטירט אינעם רעפּאָרטאַזש מיט די דאָזיקע ווערטער — "איך האָב אים גאָר פֿײַנט... עס טוט מיר באַנק וואָס אַמעריקע מאַכט אַזאַ צימעס פֿון דעם לעסטערנדיקן לץ. איך האָב אים ספּעציעל פֿײַנט, ווײַל ער שלעפּט די ייִדישע ליטעראַטור, ייִדישקייט, אַמעריקאַנער ליטעראַטור, אַמעריקאַנער קולטור צוריק צום לאַנד פֿון מואבֿ. איך האָב פֿײַנט די אַלע מענטשן וואָס עסן דאָס ברויט, אין וועלכן דער לעסטערנדיקער לץ האָט משתּין געווען."
רעדנדיק מיט די בראָנקסער שכנים וועגן דעם כאַראַקטער פֿון פֿרוי גראַדע, קען מען לײַכט אָנזאַמלען גענוג מאַטעריאַל פֿאַר אַ בוך. מע האָט זי גערופֿן די "שוואַרצע מכשפֿה", ווײַל נאָך גראַדעס טויט, האָט מען זי ווי כּמעט נישט געזען אַרויסגיין פֿון דער דירה, און אויב זי איז שוין יאָ אַרויסגעגאַנגען, איז עס געווען בלויז אין אָוונט, אָנגעטאָן אין שוואַרץ. מע דערציילט, אַז לאַנגע יאָרן, ווי אַן אַלמנה, האָט זי געהאַלטן איר מאַנס קליידער אויף אַ בענקל, עלעהיי איר "חיימקע" וואָלט נאָך געלעבט, און איז גרייט זיך אָנצוטאָן.
ווען דער גרויסער שרײַבער חיים גראַדע איז געשטאָרבן, האָט וועגן דעם קיינער נישט געוווּסט — זי האָט עס געהאַלטן פֿאַר אַ סוד. אינעם טאָג וואָס ער איז ניפֿטר געוואָרן, האָט "יוגנטרוף" געהאַט צוגעגרייט אַ באַגעגעניש מיטן פּאַריזער איבערזעצער מרדכי ליטווין וואָס איז געקומען צו גאַסט קיין ניו־יאָרק. מיר דאַכט, אַז איך האָב עס אַפֿילו אַראַנזשירט, און גראַדע האָט צו מיר געקלונגען, אַז כאָטש ער איז קראַנק, וויל ער קומען און געבן אַן אַרײַנפֿיר פֿאַר זײַן חבֿר. דער "לייענקרײַז" איז פֿאָרגעקומען בײַ מרדכי און טשאַרנע שעכטער אין הויף אויף ביינברידזש־עוועניו אין בראָנקס. אַ שיינער פֿרילינג־טאָג איז עס געווען, און דער גאַסט האָט צוגעצויגן אַ פֿײַנעם עולם יונגוואַרג. ליטווין האָט זיך אַוועקגעזעצט אויבן אָן און מע האָט געוואַרט אויף גראַדען... געוואַרט און געוואַרט, אָבער גראַדע האָט זיך נישט באַוויזן. מיר קלינגען איין מאָל און נאָך אַ מאָל — קיין ענטפֿער נישט. עס האָט זיך שפּעטער אַרויסגעשטעלט, אַז אין דער צײַט האָט מען שוין געפֿירט חיים גראַדע, נעבעך, אויפֿן הייליקן אָרט.
מער פּרטים האָב איך דערנאָך באַקומען וועגן זײַן "לוויה". פֿרוי גראַדע האָט יעדן דערציילט, אַז גראַדע איז געפֿאָרן קיין באָסטאָן. זי האָט געקלונגען צו אַ חבֿרטע און געבעטן, אַז יענע זאָל אויף איר אָפּוואַרטן אין דרויסן; זי וויל יענע זאָל מיטקומען איר העלפֿן אויסקלײַבן די נײַע הילע פֿאַר די צוויי בענד פֿון זײַנע ווערק. די פֿרוי וואַרט אין דרויסן, און פֿרוי גראַדע קומט אָן אין אַ גרויסן שוואַרצן אויטאָ פֿונעם לוויה־הויז, אַן עגלה, מיטן אָרון אינעווייניק. זיי צוויי זענען טאַקע געפֿאָרן אויפֿן בית־עולם און געווען די איינציקע, ווען מע האָט חיים גראַדע מקבר געווען. אַוודאי, האָט אַזאַ ייִדישער שרײַבער פֿון דער מיזרח־וואַנט פֿון אונדזער ליטעראַטור פֿאַרדינט עפּעס בעסערס...
פֿון וואָסער משפּחה זי האָט געשטאַמט הערט מען אויך פֿאַרשיידענע קלאַנגען — אַז איר טאַטע (אַ קריסט) איז געווען דער הויפּט־דאָקטער בײַם אַנטיסעמיטישן בירגער־קריג פֿירער פֿון דער ווײַסער אַרמיי, אַנטאָן דעניקין; דאָס הייסט, אַז זי איז נישט געווען קיין ייִדישע טאָכטער. אַן אַנדער קלאַנג האָט דערציילט, אַז מע האָט די פֿרוי גראַדע געזען קניִען פֿאַר אַ רוסישער איקאָנע אין איר שלאָפֿצימער. בײַ דער לוויה פֿון פֿרוי גראַדע יענע וואָך האָט מען אָבער אויסגעפֿונען, אַז איר מאַמע איז טאַקע געווען אַ ייִדישקע, און אינאַ איז באַגראָבן געוואָרן לעבן איר. פֿרוי גראַדע האָט מסתּמא נישט געקענט קיין ייִדיש פֿון דער היים, אָבער זי האָט גוט געקענט שפּראַכן, ייִדיש בתוכם, און איבערגעזעצט גראַדעס ווערק פֿון ייִדיש אויף ענגליש. זי איז געווען זייער יונג, אפֿשר נאָר 17 יאָר אַלט, ווען זיי האָבן זיך געטראָפֿן און חתונה געהאַט אין מאָסקווע. גראַדע האָט איבערגעלאָזט אַ פֿרוי און קינד אין ווילנע וואָס זענען אומגעקומען בעתן חורבן.
איין טרויעריק באַרימטער "סקאַנדאַל" פֿון פֿרוי גראַדע איז געשען אינעם זאַל פֿונעם 92סטער גאַס־קולטור־צענטער אין מאַנהעטן, ווען חיים גראַדע און די שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב האָבן באַקומען פּרעמיעס. ווען ראָזענפֿאַרב איז אַראָפּ פֿון דער בינע, האָט אינאַ גראַדע זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף איר, געשלאָגן און געשלעפּט זי בײַ די האָר פֿאַרן גאַנצן עולם.
זעט אויס, אַז דערלאַנגען קלעפּ איז איר אָנגעקומען גרינג. ווען דער אַמאָליקער ציק״אָ פֿאַרוואַלטער, דער פֿרײַנדלעכער תּמיד אָנגעטאָן מיט אַ שניפּסל, דוד קירשענצווײַג, איז געקומען צו איר נאָך גראַדעס טויט, צו פֿאַרהאַנדלען וועגן קויפֿן ביכער, האָט זי אים אָנגעהויבן שלאָגן מחמת ער האָט, לויט איר, צו ווייניק געלט געוואָלט באַצאָלן פֿאַר די ביכער.
"איך האָב נישט קיין ווײַב, איך האָב אַ קינד" — האָט חיים גראַדע אָפֿט באַשריבן די סיטואַציע אין זײַן שטוב. אַפּריל 2010 וואָלט ער געוואָרן 100 יאָר אַלט, איז געקומען די צײַט איצט, אַז קיין קעגנשטעל פֿון זײַן אַלמנה איז מער נישטאָ, נאָך אַ מאָל אַ טראַכט טאָן וועגן זײַן ליטעראַרישן עזבֿון.