רעצעפּטן

לכּבֿוד שבֿועות איז געשמאַק צו עסן קעזקוכן. וואָס זשע טוט מען, אַז מע טאָר נישט עסן צו פֿיל פֿעטס?

אין פֿאַרגלײַך מיט אַ געוויינטלעכן קעזקוכן, וואָס האָט בערך 20 גראַם פֿעטס, וועלן מיר אײַך הײַנט ווײַזן אַ רעצעפּט, וואָס האָט בלויז 12 גראַם. ס׳האָט אויך מער פּראָטעיִן ווי געוויינטלעך (12 גראַם אַנשטאָט 4), ווײַל מע באַניצט דאָ נישט בלויז שמירקעז און סמעטענע, נאָר אויך ריקאָטאַ־קעז, וואָס איז געזינטער.

שפּריצבוימל

2 טעפּלעך ריקאָטאַ־קעז
1/2 טעפּל ווייניק־פֿעטע סמעטענע
1/2 טעפּל ווייניק־פֿעטיקער שמירקעז
3 אייער
3/4 טעפּל צוקער
1/4 טעפּל מעל
1 לעפֿעלע וואַניל
1 לעפֿעלע צעריבן לימענע־שאָלעכץ
1/4 לעפֿעלע זאַלץ, אויב איר ווילט
2 טעפּלעך פֿאַרפֿרוירענע קאַרשן
1 לעפֿל האָניק
1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
1/2 לעפֿעלע זשעלאַטין
1 לעפֿל וואַרעם וואַסער

הייצט אָן דעם אויוון ביז 325 גראַד (162 צעלזיוס). באַשפּריצט אַ בעקן מיט שפּריצבוימל.

מישט דעם ריקאָטאַ־קעז אין אַ שפּײַזמאַשין ביז ער איז גלאַטיק. גיט אַרײַן אין דער מאַשין די סמעטענע, שמירקעז, אייער, צוקער, מעל, וואַניל, לימענע־שאָלעכץ און זאַלץ, און מישט ביז ס׳איז אַלץ גלאַטיק. גיסט דאָס טייג אינעם בעקן און שטעלט עס אַרײַן אין אויוון 50—55 מינוט. לאָזט עס אָפּקילן אין אײַזקאַסטן 3 שעה לאַנג.

קאָכט די קאַרשן, האָניק און לימענע־זאַפֿט אין אַ קליינעם טאָפּ, ביז עס זידט. נעמט עס אַראָפּ פֿון פֿײַער. אין אַ שיסעלע מישט צונויף דעם זשעלאַטין מיטן וואַרעמען וואַסער, ביז דער זשעלאַטין צעלאָזט זיך, און דערנאָך מישט עס צונויף מיט די קאַרשן. דעקט עס צו און שטעלט עס אין אײַזקאַסטן 3 שעה, מישנדיק איינס אָדער צוויי מאָל, ביז דאָס געמיש ווערט געדיכט.

באַדעקט דעם קעזקוכן מיטן קאַרשן־געמיש און דערלאַנגט צום טיש.