חורבן
אַ גרופּע פּאַרטיזאַנער פֿון ביעלסקי־אָטריאַד
אַ גרופּע פּאַרטיזאַנער פֿון ביעלסקי־אָטריאַד

די וואָך האָט מען אָפּגעמערקט 65 יאָר נאָך דעם נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.

אומעטום — אין מאָסקווע, ניו־יאָרק, לאָנדאָן, פּאַריז; אויך אין ירושלים און אַנדערע הויפּטשטעט אין די לענדער פֿון דער געוועזענער אָקופּירטער אייראָפּע דורך נאַצי־דײַטשלאַנד — האָט מען די דאָזיקע אימפּאָזאַנטע דאַטע אָפּגעמערקט מיט פּאַראַד, פֿרייד און פֿײַערלעכקייטן.

ספּעציעל האָבן עס געטאָן די נאָך לעבעדיקע וועטעראַנען פֿון די אַרמייען־ און פּאַרטיזאַנער־גרופּעס, וועלכע האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין די קאַמפֿן קעגן דעם דײַטשישן שׂונא. אין די דאָזיקע פּאַראַדן און אימפּרעזעס טוען זיי אָן זייערע אַלטע, אָבער שיין אויסגעפּרעסטע מונדירן, באַהאָנגען מיט זייערע מעדאַלן און אויסצייכענונגען, ערלעך פֿאַרדינט אין די פֿאַרשיידענע שלאַכטן אויף די פֿראָנטן קעגן דעם שׂונא.

אין די דאָזיקע טעג פֿון פֿײַערונגען און דערמאָנונג, וועקן זיך אויף בײַ זיי אַלעמען די זכרונות פֿון יענע טעג און יאָרן, ווען זיי זענען געווען יונג, ווען זיי האָבן מיט העלדישקייט און מסירת־נפֿש בײַגעטראָגן אין די קאַמפֿן קעגן דעם שׂונא מיט זייערע לעצטע כּוחות, און אויסגעקעמפֿט דעם דאָזיקן נצחון און דערלעבט אָפּצומערקן דעם 65סטן יאָרטאָג. מיליאָנען פֿון זייערע ברידער־מיטקעמפֿער אין די פֿאַרשיידענע אַרמייען, פּאַרטיזאַנער־אָטריאַדן — אין דער סאָוועטישער אַרמיי און אין די אַרמייען פֿון די אַליִיִרטע כּוחות — זענען געפֿאַלן, אָדער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין דער מלחמה קעגן דעם נאַצישן שׂונא.

אויך איך דערמאָן זיך מיט אַ ציטער אין האַרצן אין יענע טעג, ווען איך האָב זיך אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿון די פּאַרטיזאַנער און מיט מײַנע אייגענע "שוואַכע כּוחות" אָנטייל־גענומען אין די קאַמפֿן קעגן דעם דײַטשישן שׂונא, נקמה צו נעמען אין די מערדער פֿון מײַן משפּחה און אונדזערע אומגעבראַכטע ברידער און שוועסטער.

* * *

אין די איצטיקע טעג דערמאָן איך זיך אין יענעם טאָג מיט 67 יאָר צוריק, דעם 6—7טן מײַ 1943, ווען די דײַטשן און זייערע ווײַסרוסישע אַרויסהעלפֿער, האָבן אַרומגערינגלט דעם אַרבעט־לאַגער, וווּ איך און מײַן שוועסטער פֿאַניע האָבן זיך געפֿונען זינט מען האָט אונדז אַהין געבראַכט נאָך דער ליקווידאַציע פֿון געטאָ אין מײַן געבוירנשטעטל זשעטל, דעם 6טן אויגוסט 1942.

מען האָט אונדז באַפֿוילן אַרויסצוקומען אויף דעם גרויסן פּלאַץ, הינטער די אַרבעט־באַראַקן. דער בלוט־דאָרשטיקער קרײַז־קאָמיסאַר טראַוב און זײַן געהילף רויטער, זענען אַרומגעגאַנגען צווישן די אויסגעשטעלטע שורות און אַרויסגענומען די פֿרויען און קינדער און מיט קלעפּ און געשרייען זיי צונויפֿגעטריבן אין אַ באַזונדער גרופּע.

די מענער, וועלכע זענען געווען "נוצלעך" פֿאַר זיי צו פּראָדוצירן די נויטווענדיקייטן פֿאַר דער אַרמיי, האָבן זיי איבערגעלאָזט צום לעבן נאָך אַ געוויסע צײַט. אין דער זעלבער צײַט, האָבן די ווײַסרוסישע פּאָליציאַנטן גענישטערט און געזוכט אין די באַראַקן, און אַלץ וואָס עס איז זיי געפֿעלן געוואָרן, האָבן זיי צוגערויבט. זיי איז אַפֿילו געלונגען צו געפֿינען עטלעכע ביקסן און געווער־טיילן, וואָס די ייִדן האָבן אויסבאַהאַלטן זיך צו באַנוצן אין פֿאַל, ווען די דײַטשן וועלן קומען ליקווידירן דעם לאַגער.

די אָפּגעקליבענע פֿרויען און קינדער אין דער סעלעקציע האָט מען אָפּגעפֿירט אונטער אַ האָגל פֿון קלעפּ און דראָונגען איבער דעם שאָסיי, און ניט ווײַט פֿון לאַגער האָט מען אַלע דערשאָסן אין דערנעבנדיקן וועלדל, און זיי פֿאַרשאָטן אין די צוגעגרייטע גריבער. צווישן די געציילטע פֿרויען, וועלכע מען האָט געלאָזט, איז אויך געווען מײַן שוועסטער פֿאַניע; זי האָט געאַרבעט ווי סעקרעטאַרין, האָט מען זי פֿאַררעכנט ווי אַ "נוצלעכע". מיר האָבן געוווּסט, אַז עס וועט לאַנג ניט דויערן און מיט עטלעכע טעג שפּעטער וועט אויך קומען אונדזער ריי צו ווערן ליקווידירט. יעדער איינער פֿון אונדז האָט געטראַכט, ווי אַזוי זיך אַרויסצובאַקומען אויף דער אַנדערער זײַט פֿון דעם פּלויט, און זיך ראַטעווען פֿון דעם טויט.

איינער פֿון די ווײַסרוסישע פּאָליציאַנטן איז געווען אַ יונגער קריסט, וועלכן מיר האָבן נאָך געקענט פֿאַרן קריג. זײַנע עלטערן זענען געווען שטענדיקע קונדן אין מײַן טאַטעס געשעפֿט, און אָפֿטע אַרײַנגייער אין אונדזער הויז. איצט איז ער געשטאַנען אָנגעטאָן אין אַ דײַטשישן מיליטערישן מונדיר, מיט אַ ביקס אין דער האַנט און געוואַכט איבער אונדזערע מאָגערע לעבנס... מײַן שוועסטער פֿאַניע האָט זיך אָנגענומען מיט מוט און דרייסטקייט און איז צוגעקומען צו די דראָטן, וווּ אויף דער צווייטער זײַט איז געשטאַנען דער דאָזיקער "אונדזער באַקאַנטער" קריסט.

דערזעענדיק אונדז, האָט ער אויסגעדריקט זײַן באַדויער, וואָס ער האָט געדאַרפֿט אָנטייל־נעמען אין דער שחיטה פֿון די פֿרויען און קינדער. דערבײַ האָט ער אויך דערציילט, אַז אין גיכן וועט מען ליקווידירן דעם לאַגער און ניט איבערלאָזן אַפֿילו איין לעבעדיקן ייִדן. מיט טרערן און אַ ציטערנדיק האַרץ האָט מײַן שוועסטער אים געבעטן, אַז ער זאָל אויף אונדז רחמנות האָבן און אַרויסלאָזן אונדז פֿון לאַגער, ווען קיינער וועט ניט זען. ווײַזט אויס, אַז מײַן שוועסטערס רירנדיקע רייד האָבן געמאַכט אויף אים אַ רושם. ער האָט צוגעזאָגט, אַז ער וועט עס באַטראַכטן און אונדז געבן אַן ענטפֿער, ווען ער וועט ווידער שטיין אויף דער וואַך, אין 48 שעה אַרום...

קוים זיך דערוואַרט ווען דער באַקאַנטער פּאָליציאַנט איז ווידער געקומען צו באַוואַכן דעם לאַגער, איך און מײַן שוועסטער זײַנען שנעל צוגעלאָפֿן צו די דראָטן און ווידער אָנגעהויבן אים צו בעטן ער זאָל אונדז ראַטעווען פֿון זיכערן טויט. נאָך לאַנגע וואַקלענישן, האָט ער מסכּים געווען און פֿאָרגעשלאָגן, אַז מיר זאָלן זיך אַרויסשאַרן פֿון אונטער די שטעכלדראָטן פֿון פּלויט אין אָוונט, ווען קיינער וועט ניט זײַן אַרום.

ער האָט געהאָפֿט, אַז אויב מיר וועלן זיך ראַטעווען פֿון די דײַטשישע קוילן און אָנקומען צו די פּאַרטיזאַנער, וועלן מיר זײַן מליצי־יושר פֿאַר אים און זײַן משפּחה, און אויסהיטן זיי פֿון דער שטראָף דורך די הענט פֿון די פּאַרטיזאַנער, ווײַל ער האָט געדינט די דײַטשן.

...אַ גאַנצן טאָג זענען מיר אַרומגעגאַנגען נאָענט צום פּלויט און געוואַרט, אַז דער פּאָליציאַנט אויף דער וואַך זאָל אונדז געבן אַ סימן, ווען איך און מײַן שוועסטער וועלן אָנהייבן קריכן אונטער די שטעכלדראָטן. יעדעס מאָל, ווען מיר האָבן זיך געוואָנדן צו אים, האָט ער אָפּגעלייגט אויף שפּעטער, געבנדיק דערבײַ פֿאַרשיידענע תּירוצים. אונדזער שרעק איז געוואַקסן מיט יעדער מינוט און יעדער שעה.

דערווײַל האָבן מיר זיך דערטראַכט, אַז אויב אונדז זאָל אַפֿילו געלינגען זיך אַרויסצושאַרן פֿון אונטער די דראָטן און אַנטלויפֿן, וועלן מיר זיכער פֿאַרלירן דעם ריכטיקן וועג און מעגלעך אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון די דײַטשן, אָדער פֿון די פּויערים אין דער געגנט. נאַוואַרעדאָק און די געגנט אַרום איז אונדז געווען פֿרעמד. מיר זענען געבראַכט געוואָרן אין דעם לאַגער פֿון דערבײַיִקן שטעטל זשעטל. אונדזער ציל נאָכן אַנטלויפֿן פֿון לאַגער איז געווען צו דערגרייכן די פּאַרטיזאַנער־גרופּע פֿון די ברידער ביעלסקי. מיר האָבן דעריבער באַשלאָסן מיטצונעמען איינעם, וועלכער איז געווען באַקאַנט מיט דער געגנט אַרום; וועלכער ווייסט, וווּ עס געפֿינען זיך די ברידער ביעלסקי אין די אַרומיקע וועלדער.

מיר האָבן עס דערציילט איינעם פֿון אונדזערע שכנים אין דעם באַראַק. זײַן נאָמען איז געווען מיכל קאַבאַק; מיר האָבן געוווּסט, אַז ער האָט אויך אַ פּיסטאָלעט און מיט אַזעלכן וועט דער סכּנותפֿולער וועג זײַן, אפֿשר, אַ ביסל זיכערער...

איך בין צוגעגאַנגען צו די דראָטן און געכאַפּט מיט דעם פּאָליציאַנט אַ קורצן שמועס. איך האָב אים דערציילט וועגן אונדזער פּלאַן. אַז אויב ער וויל באמת מיר זאָלן זיך ראַטעווען, מוז ער אויך אַרויסלאָזן מיט אונדז נאָך איינעם, וועלכער קען די געגנט, און אַ דאַנק אים, וועלן מיר ניט אַרײַנפֿאַלן אין די דײַטשישע הענט.

זײַן ענטפֿער איז געווען, אַז ער האָט מורא אַרויסצולאָזן דרײַ פּערזאָן מיט איין מאָל, ווײַל אַרויסשאַרן זיך פֿון אונטער די דראָטן וועט דויערן צו לאַנג, און די אַנדערע וועכטער, וועלכע שטייען אין די עקן פֿון לאַגער, קענען נאָך אַנטדעקן וואָס עס קומט פֿאָר אין זײַן טייל פֿון דער וואַך. ער האָט בשום־אופֿן ניט געוואָלט זיך צוהערן צו אונדזער פֿאַרלאַנג.

בלית־ברירה האָבן מיר, איך און מײַן שוועסטער פֿאַניע באַשלאָסן, אַז עס וועט נייטיק זײַן זיך צו שיידן און אַרויסגיין יעדער איינער באַזונדער, מיט אַן אַנדער וועגווײַזער, אָפּצולייגן דאָס אַרויסגיין אין באַזונדערע טעג. שפּעטער, ווען דער דאָזיקער פּאָליציאַנט וועט ווידער דאַרפֿן שטיין אויף דער וואַך בײַם פּלויט, האָט געמיינט וואַרטן נאָך פֿיר פּײַנפֿולע און קאָשמאַרנע טעג פֿון דראָענדיקן טויט.

(סוף די קומענדיקע וואָך)