|
פּרימאָ לווי |
|
פּרימאָ לווי (1919—1987) האָט געשטאַמט פֿון סאַמע צפֿון־איטאַליע (פֿון טורין, ניט ווײַט פֿון די אַלפּן) און האָט יונגערהייט זיך פֿאַרנומען מיט כעמיע. בעתן חורבן האָט דאָס אים זיכער אין אוישוויץ געראַטעוועט דאָס לעבן, ווײַל כעמיקערס זענען בײַ די דײַטשן געווען צו ווייניק, און ייִדן אַ סך מער ווי גענוג. פֿאַר זײַן אַ כעמיקער האָט ער געקענט באַקומען אַן אייגן בעט אויף צו שלאָפֿן און שפּײַז גענוג אויף "צו קענען טראַכטן". פֿאַר זײַן אַ ייִד האָט מען באַקומען בלויז קלעפּ, הונגער און טויט. מען האָט באַקומען בלויז קלעפּ, הונגער און טויט. מען האָט ניט געדאַרפֿט זײַן קיין חכם כּדי צו פֿאַרשטיין וואָס ס׳איז כּדאַיער. אויסער דעם איטאַלקיש פֿון דער היים האָט ער קינדווײַז ניט באַקומען קיין ספּעציעלע ייִדישע אויסבילדונג. ער האָט געוווּסט, אַז ער איז אַ ייִד און אַז צוליב דעם מוז ער אויסהאַלטן פֿון די כּסדרדיקע וויצן אויף זײַן חשבון מצד די געוויינטלעך פֿרײַנדלעכע שול־חבֿרים.
ער האָט געהאַט אַ גוטן קאָפּ און זיך אין לאַגער אויסגעלערנט זייער גוט צו רעדן דײַטש און נאָך דער מלחמה זיך צו דערלערנען, אין משך פֿון אַ קנאַפּ יאָר צײַט, אויך ייִדיש. דאָס האָט ער געטאָן "כּדי זיך צו דערמאָנען ווי ס׳האָבן גערעדט איטאַלקיש" זײַנע אייגענע עלטערן אין אַ געגנט וווּ מען האָט נאָך אַ מאָל געהאַט געהערט אַ סך ייִדיש אויך, און דאָס האָט באַווירקט דעם איטאַלקיש פֿון עמך נאָך בעת די יאָרן פֿון לוויס קינדהייט.
נאָך איידער לווי איז געבוירן געוואָרן האָט זײַן טאַטע געהאַט געאַרבעט אין אונגאַרן, גראָד בעת בעלאַ קוהנס קאָמוניסטישער רעוואָלוציע. פֿון אָט דער איבערלעבונג איז בײַם טאַטן געבליבן אַ ווידערווילן צום קאָמוניזם בכלל, צו ייִדישע קאָמוניסטן בפֿרט, און, דער עיקר, אַ מורא פֿאַר די גוייִשע רעאַקציעס קעגן דעם אַ"ג "ייִדישן קאָמוניזם". אָבער דער טאַטע איז אויך געווען אַ קעגנער פֿונעם פֿאַשיזם, מיט זײַן גאַנצן כּמעט קאָמישן טומל, געפּלוידער און פּאַראַדעווען.
ווען לווי איז ווי אַ פּאַרטיזאַן אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די דײַטשישע אָקופּאַנטן שפּעט אין 1943, איז זיי אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן אַז ער קען זײַן אַ ייִד. ער האָט דאָס זיי אַליין געמוזט מגלה־סוד זײַן, פֿאַרשטייענדיק בחוש, אַז קיין גוטס קען אים דערפֿון ניט אַרויסקומען. אים האָט ממש געראַטעוועט נאָר דאָס וואָס אין יענער צײַט, שוין נאָך דער דײַטשישער מפּלה אין סטאַלינגראַד, איז בײַ די נאַציס געווען אַ גרויסער דוחק אין אַרבעטער בכלל און אין קוואַליפֿיצירטע אַרבעטער — בפֿרט.
ווי צו "פֿאַרשטיין" די דײַטשן
צום אַרויסקום פֿון זײַן ערשט בוך ("איבערלעבנדיק אוישוויץ"), האָט לווי געבעטן און באַקומען בריוו פֿון לייענערס, כּדי אים צו העלפֿן פֿאַרשטיין דאָס וואָס די דײַטשן האָבן געטאָן צו די ייִדן. די וואָס האָבן צו אים געשריבן, ס׳רובֿ יונגע־לײַט וואָס האָבן אַליין אין מיליטער ניט געהאַט געדינט, האָבן דערציילט אַז זיי פֿאַרשטייען אַליין ניט זייערע עלטערן מחמת צווישן זיי און די עלטערן עקזיסטירט לגבי דער מלחמה־צײַט, אַ וואַנט וואָס איז ניט מעגלעך דורכצוברעכן. איינער אַ יוגנטלעכער האָט געענטפֿערט, אַז היטלער האָט דאָס דײַטשישע פֿאָלק פֿאַרראַטן, ניט טוענדיק פֿאַר זיי דאָס וואָס ער האָט זיי צוגעזאָגט און, אַנשטאָט דעם, אָפּטוענדיק פֿאַרשיידענע מעשׂים־תּעתּועים. זײַן פֿרוי האָט, פֿון איר זײַט, צוגעגעבן אירס אַן אייגענעם זאָג: "ווען דער טײַוול דרייט זיך אַרום פֿראַנק־און־פֿרײַ אין שטעטל, שטעלן זיך זייער ווייניק קעגן אים און קומען דערפֿאַר אום, אַנדערע בייגן שטיל אײַן די קעפּ און שווײַגן; און דער רובֿ: גייען דעם טײַוול נאָך מיט גרויס ענטוזיאַזם". דער פֿרוי האָט פּרימאָ לווי געענטפֿערט, אַז זי איז אין גאַנצן גערעכט און דעם מאַן: אַז ער איז אין גאַנצן בטעות, ווײַל וואָס שייך ייִדן האָט היטלער גענוי געטאָן אַלץ, און דווקא בלויז דאָס, וואָס ער האָט צוגעזאָגט.
הײַנט איז אפֿשר בײַ די דײַטשן אַ ביסל אַנדערש ווי ס׳איז בײַ זיי געווען באַלד נאָך דער מלחמה, נאָר קיין גרויסן אינטערעס זיך אַרײַנצוטראַכטן אין דער חורבן־טעמאַטיק זעט ער נאָך אַלץ ניט, ניט בײַ די דײַטשן, ניט בײַ די אומות־העולם בכלל.
פֿאַרוואָס ער שרײַבט?
אויב זײַן טעמאַטיק פֿאַראינטערעסירט ניט מערסטע מענטשן, פֿרעגט זיך די פֿראַגע וואָס וויל ער מיט זײַן שרײַבן דערגרייכן? לכתּחילה האָט ער זיך גענומען שרײַבן, זאָגט פּרימאָ לווי, ווײַל ער האָט געוואָלט אויסדריקן דעם בייזן און שרעקלעכן קאָשמאַר־חלום מיט וועלכן ער האָט זיך אַרומגעטראָגן. ער האָט געשריבן כּדי פֿון די קאָשמאַרן זיך צו באַפֿרײַען, כּדי איבערצולאָזן אַן עד־ראיה פֿון די קאָשמאַרן וועלכע אַלע ווילן ליבערשט פֿאַרגעסן. וואָס ווײַטער, אַלץ מער האָט ער זיך גענומען שרײַבן כּדי מען זאָל קענען לפֿי־ערך פֿאַרשטיין די אומגלייבלעכע דערפֿאַרונגען פֿון די וואָס זענען דורך די לאַגערן דורכגעגאַנגען. אַ סך מענטשן ווילן די טויטלאַגערן מעסטן און פּרובירן פֿאַרשטיין לויט דעם, וואָס מען דערוויסט זיך וועגן די קאָמוניסטישע אַרבעט־לאַגערן. אָבער די צוויי זענען זייער אַנדערש איינער פֿונעם אַנדערן, און בפֿרט, פֿאַר ייִדן. בײַ די קאָמוניסטן זענען ביידע, אי די אַרעסטירטע און פֿאַרשיקטע און אי די אַרעסטירטע און פֿאַרשיקערס, געווען איין פֿאָלק און זיי האָבן פֿאָרט ניט גערעדט אַלע אויפֿן זעלבן לשון. דער "זעק" בײַ איוואַן דעניסאָוויטשן, סאָלזשעניצינס העלד, איז פֿאָרט ניט קיין פֿרעמדער און ניט פֿון קיין טאָטאַל פֿרעמדער און כּמעט הייִשער שפּראַך. הינטער זיי ביידן זענען ניט געשטאַנען קיין קרעמאַטאָריעס און קיין גאַז־אויוונס, ניט קיין שׂינאה־מדורות. די "חבֿרים" פֿון דער ענ־קאַ־ווע־דע האָט מען נאָך "אויף מאָרגן" אפֿשר געקענט מוחל זײַן, די רוצחים פֿון דער עס־עס, קיין מאָל ניט!
דאָס געבורט פֿון ישׂראל
לווי האָט מדינת־ישׂראל מלכתּחילה געזען ווי אַ רעטונגשיף, פּונקט ווי ס׳האָט עס געהאַט געזען טעאָדאָר הערצל מיט צוויי דורות פֿריִער פֿאַר אים, ווי אַ מקום־מיקלט. דערנאָך האָט ער געקוקט דערויף מיט די וואַרעמסטע סענטימענטן, נאָר אין משך פֿון די מלחמות מיט די אַראַבער האָט ער אויפֿגעהערט זיך צו אידענטיפֿיצירן מיט ישׂראל. בעגינען און זײַנע נאָכגייער האָט ער גענומען זען ווי "מלחמיסטן" וואָס האָבן ניט נאָר געוואָלט פֿאַר יעדן פּרײַז פֿאַרגרעסערן דעם שטח פֿונעם לאַנד נאָר די שולד דערפֿאַר אַרויפֿצוּוואַרפֿן אויף אַנדערע. די אַראַבישע סכּנה איז געוואָרן דער אייביקער תּירוץ פֿאַר אַ כּסדרדיקן מלחמה־מצבֿ. ער האָט זיך איבערצײַגט, אַז בלויז די אַרומיקע וועלט קען ראַטעווען ישׂראל פֿון אירע אייגענע ערגסטע נטיות, פּונקט ווי בלויז די אומות־העולם קענען אויספּועלן בײַם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַרויסצולאָזן אירע אַסירי־ציון. ביז דאָס לעצטע וועט געשען בלײַבט נאָך גילטיק כאָטש אַ חלק פֿון דער אַלטער רעטונג־פֿונקציע פֿון דער ייִדישער מדינה.
די וועלט נעמט מיך אַרום מיט שטעכיקע הענט
לווי האָט געהאַלטן אַז אוישוויץ איז געווען זײַן אוניווערסיטעט. אויף אַ גוואַלדיקן שטח פֿון איבער 100 ק״צ און מיט לפֿי־ערך 120,000 אירע אין דער חבֿרותא, איז אוישוויץ געווען געבויט אויף דער דערפֿאַרונג פֿון הונדערטער טויזנטער "אַביטוריענטן" פֿון אירע קורסן אין גרויל, שוידער, הונגער און טויט. דאָך האָט לווי "גראַדויִרט" פֿון דער שול און איז אַרויס אויף דער פֿרײַ ניט נאָר ניט קיין צעבראָכענער, נאָר אַפֿילו אַ כּמעט שלימותדיקער, פֿול מיט חכמה וועגן די מיסטעריעס פֿון לעבן און טויט, הימל און ערד, מענטשן און חיות. אַ דאַנק זײַן "אוניווערסיטעט" איז ער געבליבן אַ ייִד על־פּי גורל און על־פּי אויסקלײַב, אי אַ שרײַבער, אי אַן עדות, אי אַ היסטאָריקער, אי אַ פֿילאָסאָף, אי אַ מקונן. ס׳האָט אים אפֿשר געפֿעלט יענע אַלץ־אַרומנעמיקע ליבע צום גאַנצן ייִדישן באַשאַף פֿונעם חסידות, נאָר ער האָט פֿאָרט אויסגעלעבט ס׳רובֿ פֿון זײַנע יאָרן "נאָך דער גראַדויִרונג פֿון אוישוויץ" מיט אַ רויִקער פֿרייד און אַפֿילו מיט אַ שמץ אָפּטימיזם לגבי דער מענטשלעכער צוקונפֿט. טאַקע דערפֿאַר נעמען זײַנע נאָענטסטע באַקאַנטע ניט אָן די אַלע השערות, אַז ער זאָל האָבן באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. ער האָט קורץ פֿאַר זײַן טויט נאָך צונויפֿגעשטעלט אַ גאַנצע רשימה פֿון די אַלע זאַכן וואָס ער האָט נאָך געוואָלט אָנשרײַבן, כּדי צו דערגרייכן מיט זײַנע ווערטער פֿון דערהייבונג און פֿאַרשעמונג. מיר שעמען זיך מיט דעם וואָס די בעסטיע אינעם מענטשן האָט געקענט אָפּטאָן און אונדזער פֿאַרשעמטקייט איז אויך אַ גרויסע דערגרייכונג.