רעדנדיק וועגן ביכער. בײַ אונדז אין שטוב זײַנען אַלע מאָל געווען ביכער. אין רוסלאַנד צווישן די אַרעסטן און באַפֿרײַונג פֿלעגט מײַן טאַטע פֿאָרלייענען שלום־עליכמען פֿאַר זײַנע פֿרײַנד; און דאָס בײַ אונדז, אין אַן איין־צימערדיקער דירה. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין נאָך געווען אַ קינד, האָב איך כּמעט גאָרנישט פֿאַרשטאַנען, אַ חוץ איין וואָרט "שוין." איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ווען מען זאָגט שוין, איז מען געקומען צו אַ סוף. אָבער ניין. ווי נאָר ער האָט פֿאַרענדיקט מיט אַ "שוין," האָט ער איבערגעבלעטערט דאָס זײַטל און ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט דער מעשׂה. דאָס האָב איך שוין נישט פֿאַרשטאַנען. ווי קומט עס וואָס נאָך אַ "שוין" הייבט זיך אָן אַ נײַע מעשׂה?
די מאַמע מײַנע איז נישט געווען גענייגט צום לייענען ביכער. זי האָט זיך צוגעהערט, צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, און בײַ זיך געטראַכט: אוי, וואָלט איך געוואָלט שטיין אין זײַנע שיך און פֿאָרלייענען און קענען אָנטייל נעמען אין ליטעראַרישע וויכּוחים. זי איז ס׳גאַנצע לעבן פֿאַרבליבן בײַ דער הנחה, און דאָס האָט איר, מסתּמא, שטאַרק דאָקוטשעט. מײַן מאַמע איז אָבער געווען אַן אמתע העלדין אין צײַט פֿון אַ בהלה, פֿון פּאַניק. דעמאָלט איז דער טאַטע געווען אָפּהענטיק און זי פֿלעגט איבערנעמען די לייצעס.
אין דײַטשלאַנד, אין הינדענבורג־קאַסערנע, אין אולם, וווּ מיר האָבן זיך געפֿונען אין אַ די־פּי־לאַגער, איידער מיר זײַנען געקומען קיין אַמעריקע, האָט טאַקע דער טאַטע פֿאַרנומען גאַנץ אָנגעזעענע פּאָסטנס וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיטן קולטור־אַמט. די מאַמע האָט געזאָרגט פֿאַר אונדזער וווילזײַן. אָבער נישט אין דעם גייט עס. דאָ וויל איך אײַך דערציילן אַ מעשׂה מיט אַ ביכל מיט אַ שידוך.
וועגן דער משפּחה ראָטנבערג האָב איך שוין נישט איין מאָל געשריבן. מײַן טאַטע האָט געראַטעוועט אַ לאָדזשער יונגן־מאַן אין דער פֿאַבריק וווּ ער האָט פֿאַרנומען אַ גאַנץ אָנגעזעענע פּאָזיציע. ער איז געווען אַן אַגענט פֿון פֿאַרזאָרגונג צום פֿראָנט בעת דער מלחמה. נפֿתּלי ראָטנבערגן האָט ער געפֿונען אַ פֿאַרלוירענעם אויפֿן הויף פֿון דער פֿאַבריק. געהערט, אַז ער רעדט אַ צעבראָכענעם רוסיש, איז ער באַלד אַריבער אויף מאַמע־לשון. זעט אויס, אַז עמעצער האָט בײַ אים צוגעגנבֿעט אַ וואַליזקע מיט אַלץ וואָס ער האָט פֿאַרמאָגט; ער ווייסט צו מאָל נישט וווּ זיך אַ קער צו טאָן אין דער פֿרעמדער שטאָט סאַראַטאָוו.
מײַן טאַטע האָט זיך דערוווּסט, אַז ער איז ערשט אַנטלאָפֿן פֿון דער דײַטשער אָקופּאַציע אין פּוילן. זײַן שוועסטער האָט אים צוגעפֿירט צו דער רוסיש־פּוילישער גרענעץ און זי האָט אים געזאָגט:
"לויף!"
זי האָט זיך דערווײַל אומגעקערט צוריק קיין לאָדזש נאָך איר ברודער און שוועסטער, זיי אַריבערצופֿירן קיין רוסלאַנד. אָבער דאָס מאָל איז עס איר נישט געלונגען און זי איז אומגעקומען בײַם דײַטש. דער ברודער און שוועסטער, וועלכע זײַנען געבליבן שטעקן אין לאָדזש זײַנען אַדורך דאָס גיהנום אין אוישוויץ און זיך באַוויזן צו ראַטעווען. איז אַלץ צוזאַמען האָבן זיך געראַטעוועט דרײַ געשוויסטער (ווי מײַן שוועגערין שׂרה פֿלעגט זאָגן אין איר קאַרפּאַטן ייִדיש).
און איצט צוריק צו נפֿתּלין. ער איז געווען שיין ווי די וועלט, געכאַפּט אַן אָנבליק צו די קענעדיס, און אין די צוואַנציקער. געוואָרן אַן אײַנגייער בײַ אונדז אין שטוב, געקומען צו אַלע פֿאָרלעזונגען פֿון אַ ייִדיש בוך. מײַן טאַטע האָט אים געפֿונען אַרבעט אין אַ בעקערײַ און די מאַמע האָט אים אויסגענייט לאַנגע טאַשן אינעווייניק אין זײַן פֿופֿײַקע (זשאַקעט). ער איז געווען אַן אינטעליגענטער יונגער־מאַן, אַ שעמעוודיקער און אַ גוטהאַרציקער. מיר דאַכט זיך, אַז איך האָב שוין באַשריבן דעם עפּיזאָד מיט דער בעקערײַ, וווּ נפֿתּלי האָט געגרוזעוועט שווערע זעק מיט מעל. און ווען ער האָט פּרובירט אַראָפּנעמען אַזאַ זאַק פֿון דעם לאַסטאויטאָ, איז אַ שווערער זאַק אַראָפּגעפֿאַלן אויף זײַן האַנט און עס אָפּגעריסן. מען האָט אים באַלד אָפּגעפֿירט אין שפּיטאָל, צוזאַמען מיט דער אָפּגעהאַקטער האַנט. די כירורגן האָבן געאַרבעט איבער אים שעהען־לאַנג, ביז מען האָט די האַנט צוריק צוגעטשעפּעט צום אָרעם. אויב איך מאַך נישט קיין טעות, איז עס געווען די ערשטע אַזאַ אָפּעראַציע אין רוסלאַנד.
ווי עס זאָל נישט זײַן, נפֿתּלי איז אָפּגעלעגן אין שפּיטאָל אַ האַלב יאָר צײַט און מײַן מאַמע האָט אים געקעכלט ביז ער איז צו זיך געקומען און צוריק אַרײַן אין לעבן. כ׳האָב אײַך געזאָגט, אַז די מאַמע האָט פֿונקציאָנירט ערשטקלאַסיק אונטערן דרוק און, דער עיקר, בעת אַ פּאַניק. צום סוף האָט מײַן מאַמע אויסגעאַרבעט פֿאַר נפֿתּלין אַ פּלאַן ווי צו אַנטלויפֿן פֿונעם פֿאַרשאָלטענעם לאַנד. און דער פּלאַן איז צושטאַנד געקומען.
אין דײַטשלאַנד האָט מען זיך ווידער באַגעגנט מיט די ראָטנבערגס. מיר האָבן זיך באַקענט מיט זײַן שוועסטער צעליע, וועלכע איז געבליבן לעבן אין זכות פֿון דער עלטסטער שוועסטער, וועלכע האָט געפֿירט נפֿתּלין צו דער רוסישער גרענעץ. יענע איז שוין געווען פֿאַרהייראַט און געהייסן פֿײַערשטיין. האָט זי בײַ מענגעלעס סעלעקציע געהערט ווי ער רופֿט אויס "פֿײַערשטיין," וואָס הייבט זיך אָן מיטן אות "פֿ" און איר שוועסטער צעליען אָנגעוויזן צו גיין צו דער שורה וואָס האָט אויסגעזען ווי צום לעבן. זי האָט זי אַ שטופּ געטאָן מיטן אויסרייד, אַז איר נאָמען הייבט זיך אָן מיט אַ "ר," ראָטנבערג. וואָס זיכער איז זיכער, און די עלטערע שוועסטער האָט געראַטעוועט די ייִנגערע. זײַנען מיר שוין אויף אייביק געבליבן משפּחהדיק צוגעבונדן צו די ראָטנבערגס.
האָט אַ טראָפּעלע געדולד און איך וועל צוקומען צום ביכל. ווי געזאָגט, האָט מען געוווינט אין אַ די־פּי־לאַגער אין דײַטשלאַנד. געזען, אַז נפֿתּלי בלײַבט אַ פֿרײַליידיקער בחור, אַ כאָלאָסטיאַק, האָט זיך מײַן מאַמע גענומען זאָרגן פֿאַר אים. נאָך אַלעמען, מיר האָבן זיך שוין צוגעוווינט צו אים נאָך פֿון יענע יאָרן, געפֿילט צו אים אַ קרובֿהשאַפֿט, און מײַן מאַמע אַליין איז אויך נאָך געווען אַ יונגע פֿרוי אין די דרײַסיקער, וואָס דאָס האָט זיך שוין גערעכנט דעמאָלט פֿאַר אַ מיטליעריקער.
ווידער אַ מאָל איז אונדזער שטוב אין לאַגער געווען פֿול מיט ביכער. פֿון וואַנען מײַן טאַטע האָט גענומען די ייִדישע ביכער?.. פֿרעגט מיך בחרם. און ווידער אַ מאָל האָבן זיך צונויפֿגענומען אַ פּאָר אינטעליגענטן און מען האָט געלייענט, סײַ דעם טעגלעכן "פֿאָרווערטס", וואָס איז דעמאָלט אָנגעקומען אין קולטור־אַמט, סײַ די ווערק פֿון ייִדישע שרײַבער.
האָט זיך מײַן מאַמע פֿאַרטראַכט. נפֿתּלי, וועלכער האָט דעמאָלט געוווינט מיט זײַנע נאָענטע אין אַ צווייטן לאַגער, פֿאַרוואָס אים נישט חתונה מאַכן? אויבן, אויף אַ העכערן שטאָק בײַ אונדז, האָט געוווינט אַ מוטער וועלכע האָט פֿאַרמאָגט אַ טוץ מיט זין און טעכטער. ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען שוין געווען פֿאַרהייראַט, אַ חוץ איינער — גאָלדע. גאָלדע איז געווען נישט קיין גרויסע חכמה אָבער נישט קיין מיאוסע מויד. זי איז געווען פֿון מיטעלן וווּקס, פֿאַרמאָגט אַ קליין, שמאָל נעזל, אַ פּאָר טונקעלע גראָשעלע אויגן וואָס פֿון זיי האָט מען ווייניק וואָס געקענט אַרויסלייענען, אַ קאָפּ מיט שאַטינע האָר און אַ נישקשהדיקע פֿיגורקע. ווען עס איז געקומען צום שׂכל, איז מײַן מאַמע געווען אַ שוואַכע קענערין. יענע האָט ווייניק גערעדט, האָט מען נישט געוווּסט וווּ מען האַלט מיט איר מכּוח דעם מעבל אין קאָפּ. האָט זיך מײַן מאַמע אַרײַנגעלייגט אין דער זאַך, מען מוז דאָס פּאָרפֿאָלק צונויפֿפֿירן און מאַכן אַ שידוך. האָט זי קודם גערעדט מיט גאָלדען און זי אַזוי געלערנט:
"ווען דו קומסט אַראָפּ זען דעם בחור, נעם מיט זיך מיט אַ ביכל. האַלט דאָס ביכל נאָענט צום האַרצן ער זאָל מיינען, אַז דו ביסט אַ באַלעזענע. נאָך אַלעמען איז ער אַן אינטעליגענטער בחור. רעד ווייניק אָבער האַלט אין איין שמייכלען, שטים מיט אים אײַן, און, דער עיקר, זאָג אַז דו האָסט ליב קינדער."
גאָלדען איז דער בחור שטאַרק געפֿעלן, אָבער נפֿתּלין איז זי בכלל נישט געווען צום האַרצן, אַפֿילו ווען זי האָט צוגעדריקט דאָס ביכל צו איר בוזעם. דאַכט זיך, אַז זי האָט פֿאַרגעסן אַרײַנצוקוקן אינעם ביכל און נישט געוווּסט ווער ס׳האָט עס געשריבן און אין וואָס ס׳האַנדלט זיך. נפֿתּלי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זי וויל חתונה האָבן. אָבער ער האָט זי בראַקירט.
קומען מיר קיין אַמעריקע, הייסט עס, און וועמען טרעפֿט מען שוין וווינען אין דער בראָנקס — די ראָטנבערגס. האָט מען זיך שוין שטאַרק דערפֿרייט און ווידער אַ מאָל איז צווישן אונדז אויסגעוואַקסן אַ היימישע קרובֿהשאַפֿט. נפֿתּלי איז געבליבן אַן אַלטער בחור, און זיך נישט געקענט צוקלײַבן אַ כּלה. ער איז געווען אַ שעמעוודיקער, נישט געקענט קיין ענגליש און זיך געפֿילט פֿאַרלוירן. איין מאָל פֿאָרט ער מיט דער אונטערבאַן, און וועמען שיקט אים צו גאָט? גאָלדען. אוי, האָבן זיי זיך דערפֿרייט. קודם האָבן זיי זיך דערקענט, צווייטנס האָבן זיי נאָך נישט חתונה געהאַט, און דריטנס — די צײַט איז געלאָפֿן.
טשיק־טשאַק און מען האָט געפּראַוועט אַ חתונה. דאָס פּאָרל איז אַוועק וווינען אין פֿילאַדעלפֿיע וווּ נפֿתּלי האָט מיט דער הילף פֿון זײַן אַמעריקאַנער פֿעטער געעפֿנט אַ סוועטער־פֿאַבריק און ס׳איז גוט אַוועק. אָבער דאָס גליק האָט אים נישט צוגעשפּילט. גאָלדע האָט זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן אַ גרויסע בהמה. זי האָט אים געבוירן דרײַ קינדער און אַלע דרײַ זײַנען אויסגעוואַקסן נישט געראָטן, און כאָטש עס האָט זיי נישט געפֿעלט פֿון דער נאָרמע שיינקייט — דער עיקר, דעם מיידל — איז די קינדער געגאַנגען מיט דער פּוטער אַראָפּ, און אַלץ צוליב דעם, וואָס זיי האָבן געירשנט זייער מאַמעס שׂכל. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד, אַן אומגליקלעך פּאָרפֿאָלק האָט געבוירן אומגליקלעכע קינדער.
און מײַן מאַמע האָט זיך נישט איין מאָל געריסן די האָר פֿון קאָפּ, ווי איז איר גאָר אײַנגעפֿאַלן אַדורכצופֿירן אַזאַ נישט־געראָטענעם שידוך. מער קיין שידוכים האָט זי נישט געפּאָרט. איין מאָל אָפּגעבריט זיך, האָט זי געהאַט גענוג. מיר זײַנען אָבער פֿאַרבליבן איבערגעגעבענע פֿרײַנד פֿון דער ראָטנבערג־משפּחה, נישט געקוקט אויף דעם וואָס נפֿתּלי איז שוין אַוועק אויפֿן עולם־האמת און לעצטנס אויך גאָלדע. זאָלן זיי ביידע האָבן דעם ליכטיקן גן־עדן, און געפֿינען דאָרט פּאַסיקערע זיווגים. איר ווייסט דאָך, אַז אויב דער ערשטער זיווג אַרבעט זיך נישט אויס, איז אַ סימן, אַז עס איז נישט געווען באַשערט. מסתּמא וואַרט אויף יעדן דאָרט דער אמתער באַשערטער זיווג. איז אויב ס׳איז נישט געלונגען דער שידוך אויף עולם־הזה, אַזוי לאָזן אונדז וויסן די הייליקע ביכער, איז נישט געזאָרגט; אויבן זײַנען מיר אין גוטע הענט.