דעם הײַנטיקן שבת הייבן מיר אָן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש, "במדבר". ווי עס ווײַזט אָן דער נאָמען פֿון דער פּרשה, דערציילט זי וועגן די וואַנדערונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אינעם מידבר־סיני.
אַ גרויסער טייל פֿון דער הײַנטיקער סדרה און פֿון עטלעכע קומענדיקע פּרשיות איז געווידמעט פּרטימדיקע חשבונות פֿון באַזונדערע ייִדישע שבֿטים און משפּחות. דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן די ייִדן; צוליב דעם, ווערט דער גאַנצער חומש "במדבר" אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות".
דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט צו משה רבינו: "שׂאו את ראש כּל-עדת בני-ישׂראל". בוכשטעבלעך, מיינט עס: "הייב אויף דעם קאָפּ פֿון אַלע ייִדישע קהילות". די מפֿרשים פֿרעגן, פֿאַרוואָס ברענגט די תּורה, וואָס איר יעדעס וואָרט איז פֿול מיט טיפֿן באַדײַט, אַזויפֿיל צאָלן?
די מפֿרשים, בפֿרט אַ ריי חסידישע רביים, דערקלערן, אַז די תּורה ברענגט אַזויפֿיל חשבונות, כּדי אָנצוּווײַזן, אַז יעדער ייִד האָט אוניקאַלע מעלות, און ווערט דערפֿאַר פֿאַררעכנט באַזונדערס. צוליב דעם חשבון, האָבן די ייִדן זיך געפֿילט חשובֿער; דערפֿאַר האָט דער אייבערשטער געהייסן "אויפֿצוהייבן זייער קאָפּ" — דאָס הייסט, צו געבן זיי אַ געפֿיל פֿון חשיבֿות און אַחדות.
אַזאַ תּירוץ רופֿט אָבער אַרויס אַ פּאָר קשיות. מע קאָן זאָגן, אַז אויב די תּורה האָט טאַקע געוואָלט ווײַזן דעם חשיבֿות פֿון יעדן ייִד, האָט זי געקאָנט בלויז מודיע זײַן זייער אַלגעמיינע באַפֿעלקער, אָדער פֿאַרקערט — איבערציילן די נעמען פֿון יעדן ייִד, הגם אַזאַ רשימה וואָלט פֿאַרנומען אַ סך פּלאַץ — עטלעכע מאָל לענגער ווי דער גאַנצער חומש. אַנשטאָט דעם, אָבער, האָט די תּורה בלויז דערמאָנט בײַם נאָמען די ראָשים פֿון די חשובֿסטע משפּחות.
די צווייטע קשיא איז, אַז די צאָלן גופֿא זענען נישט קיין פּינקטלעכע, צוליב צוויי סיבות. ערשטנס, האָט מע גערעכנט בלויז דערוואַקסענע מענער פֿון 20 ביז 60 יאָר. די פֿרויען, די יונגע ייִנגלעך זענען בכלל נישט אַרײַן אינעם חשבון. אַחוץ דעם, ווי עס באַמערקן אַ צאָל באַקאַנטע מפֿרשים, זענען כּמעט אַלע געבראַכטע צאָלן בפֿירוש פֿאַרקײַלעכדיקט.
ווי אַזוי זשע קאָן אַזאַ פֿאַרקײַלעכדיקטער און טיילווײַזער חשבון געבן אַ ספּעציעלן כּבֿוד צו יעדן באַזונדערן ייִד? לכאורה, זעט עס אויס פּונקט פֿאַרקערט: די תּורה האָט אָפּגעגעבן אַ ספּעציעלן כּבֿוד בלויז אַ געוויסן טייל פֿון די ייִדן, און דערמאָנט נאָר אַ קליינע צאָל מנהיגים בײַם נאָמען. על־פּי־שׂכל, וואָלט געווען מער צוגעפּאַסט איבערצוציילן טאַקע אַלע ייִדן, בתוכם פֿרויען, קינדער און עלטערע לײַט, און דערמאָנען בלויז די אַלגעמיינע צאָל — ווי אַ סימן, אַז אַלע ייִדן, וואָס זענען אַרײַן אינעם סך־הכּל, זענען טאַקע גלײַכווערטיק.
אין דער אמתן, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, ווײַזט די דאָזיקע מעשׂה אָן, אַז די צאָלן, וואָס ווערן דערמאָנט אין דער תּורה, אַנטהאַלטן פֿאַרבאָרגענע סודות. ווי באַוווּסט, טראָגן אַלע פּרטים אינעם חומש עפּעס אַ וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע. אין אונדזער פּרשה ווערט געבראַכט אַ לאַנגע רשימה פֿון בפֿירוש אומפּינקטלעכע, פֿאַרקײַלעכדיקטע חשבונות; אַ סבֿרא, אַז דער ציל פֿון די דאָזיקע חשבונות איז נישט אַ פּשוטע פֿאָלקס־ציילונג, נאָר עפּעס טיפֿער. אַ צאָל מקובלים — למשל, דער קאָמאַרנער רבי אינעם ספֿר "היכל הברכה" — ווײַזן אָן, ווי די דאָזיקע צאָלן זענען מרמז אויף די סודות פֿון דערהויבענע גײַסטיקע וועלטן.
דער אייבערשטער האָט געהייסן משה־רבינו "אויפֿצוהייבן דעם קאָפּ פֿון ייִדן". דאָס וואָרט "ראָש" — קאָפּ — שטייט אין איינצאָל־פֿאָרעם, ווי עס וואָלט געגאַנגען אַ רייד וועגן יעדן באַזונדערן ייִד. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן, אַז ס׳איז טאַקע אַזוי. ווי עס שטייט אין קבלה־ספֿרים, אַנטהאַלט יעדער פּרט אין זיך דעם גאַנצן כּלל; יעדער באַזונדערער מענטש איז אַ גאַנצער קליינער אוניווערס, "עולם קטן", אין וועלכן עס ווערן אָפּגעשפּיגלט אַלע אַנדערע מענטשן און זאַכן אין דער וועלט.
הגם דער דאָזיקער געדאַנק קלינגט, אפֿשר, ווי אַ מיסטישע חכמה, קאָן מען עס גרינג פֿאַרשטיין על־פּי־שׂכל. ווען מיר טרעפֿן זיך מיט עמעצן, אָדער מיט עפּעס, ווערן די געשטאַלטן פֿון מענטשן און קעגנשטאַנדן פֿאַרגעדענקט אין אונדזער שׂכל און קומען צו אונדז, צומאָל, צוריק אין חלום. במשך פֿונעם לעבן, בויען מיר אין זיך אַן אייגענע וועלט. און פֿאַרקערט: אונדזערע מעשׂים און ווערטער לאָזן איבער אַ רושם אויף דער אַרומיקער ווירקלעכקייט. צומאָל, ווערט אַ וואָרט פֿון אַ פּשוטן מענטש פֿאַרשפּרייט און ווירקט אויף דער גאָרער וועלט — צום גוטן אָדער, חלילה, צום שלעכטן. בקיצור, אַפֿילו אָן מיסטישע חכמות זעט מען גאַנץ קלאָר, אַז אַלע זאַכן און מענטשן אַרום אונדז זענען צונויפֿגעבונדן מיט אומצאָליקע וווּנדערלעכע פֿאַרבינדונגען, און יעדער מענטש איז טאַקע אַ גאַנצע וועלט.
אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט גייט לעצטנס אָן אַ מחלוקת צווישן די קעגנער און שטיצער פֿון דער עוואָלוציע־טעאָריע. די שטיצער באַטאָנען, אַז דער מענטש שטאַמט טאַקע פֿון מאַלפּעס, ווי עס האַלט די מאָדערנע וויסנשאַפֿט, און די קעגנער טענהן, אַז דאָס שטימט נישט מיט דער תּורה, וואָס דערציילט, אַז אָדם און חוה זענען באַשאַפֿן געוואָרן אין גן־עדן.
על־פּי־קבלה איז די מעשׂה מיט דער באַשאַפֿונג פֿונעם מענטש מער קאָמפּליצירט. אַ צאָל מקובלים האָבן טאַקע געזאָגט, מיט הונדערטער יאָרן פֿאַר די עוואָלוציע־וויסנשאַפֿטלער, אַז די גשמיותדיקע וועלט האָט עוואָלוציאָנירט פֿון אומבאַלעבטע שטיינער ביז געוויקסן, בעלי־חיים און מענטשן. דער אָריגינעלער אָדם־הראשון איז אָבער נישט געווען אַ פּשוטער מענטש, נאָר אַ ריין־גײַסטיקע באַשעפֿעניש; זײַן גוף האָט אַרײַנגענומען דעם גאַנצן קאָסמאָס, און ער איז געשטאַנען אויף אַזאַ הויכער מדרגה, אַז די מלאָכים האָבן אים שיִער נישט אויסגעמישט מיטן באַשעפֿער אַליין. נאָכן חטא איז זײַן נשמה זיך צעפֿאַלן אויף שטיקלעך און זיי זענען אַראָפּגעפֿאַלן אין די פֿאַרגרעבטע פֿיזישע גופֿים. אינעם רוחניותדיקן זין, איז אונדזער הײַנטיקער מצבֿ נישט אַן עוואָלוציע, נאָר אַ טראַגישע ירידה.
פֿונדעסטוועגן, בענקט די מענטשלעכע נשמה נאָך יענער הויכער מדרגה און טראָגט אין זיך נאָך אַלץ אַ פֿאַרבאָרגענע פֿאַרבינדונג צו אַנדערע מענטשן און צו דער גאַנצער וועלט. ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, האָט דער חשבון, וואָס ווערט דערציילט אין דער הײַנטיקער פּרשה, טאַקע "אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ" פֿון יעדן באַזונדערן ייִד.
משה רבינו האָט געזאָגט: גיט זיך אַ קוק אַרום, ווערט איר זען בערך אַזויפֿיל און אַזויפֿיל טויזנט מענער אין יעדן שבֿט, וואָס אַ טייל פֿון זיי זענען אַזוי חשובֿ, אַז זיי וועלן דערמאָנט ווערן בײַם נאָמען אין דער הייליקער תּורה, און דערנאָך וועט איר זען קינדער און פֿרויען, און אין די דאָזיקע בערכדיקע צאָלן גופֿא שטעקן טיפֿע סודות. אין דער אמתן, אָבער, שטאַמען אַלע מענטשלעכע נשמות פֿון איין שורש, און אַלע חילוקים און מדרגות זענען בלויז אַ דמיון, ווײַל יעדער פֿון אײַך באַשטייט, טיף אינעווייניק, פֿון אַלע מדרגות. אַלע מדרגות פֿון טויזנטער מענטשן, וואָס זענען איבערגעציילט דורך אַ ספּעציעלן חשבון, לויט אַ דירעקטן אָנזאָג פֿונעם אייבערשטן, וואָס זאָרגט זיך וועגן יעדן פֿון זיי, באַהאַלטן זיך באמת אין יעדן פֿון אײַך. אויב מע טראַכט זיך גוט אַרײַן אין דעם — האָט געזאָגט משה רבינו — וועט איר טאַקע קאָנען אויפֿהייבן אײַער קאָפּ!