- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס זענען פֿאַראַן קאַפּעליעס אין דער אַזוי־גערופֿענער "נײַער קלעזמער־באַוועגונג" וואָס האָבן אַנטוויקלט אַ וועג צו שפּילן אינעם אַלטן סטיל פֿון קלעזמער־מוזיק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אָבער מיט אַ פֿרישן קוק אויף דער קונסט; דער קלאַנג זאָל דאָך קלינגען הײַנטצײַטיק און אינטערעסאַנט פֿאַרן נײַעם עולם. צוויי קאַפּעליעס וואָס האָבן אַזאַ צוגאַנג זענען "ווערעצקי־פּאַס" און "די מערלין שעפּהערד־קאַפּעליע". די גרופּע "ווערעצקי פּאַס" באַשטייט פֿון דער פֿידלערין קוקי זעגלשטיין, דעם אַקאָרדיאָניסט און צימבלער דזשאַש האָראָוויץ און דעם קאָנטראַ־באַסיסט סטואַרט בראָטמאַן. הײַנט, זענען די דרײַ מוזיקער אָנערקענט, און טרעטן אויף אומעטום; זיי לערנען שוין לאַנג מיט אַנדערע בײַ די מוזיק־וואַרשטאַטן און פֿעסטיוואַלן, ווי נאָוואַטאָרישע מושלמים. זעגלשטיין, אַ קינד פֿון אונגערישע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, איז אויפֿגעוואַקסן אין קענזאַס־סיטי, און האָט געשפּילט ווי אַ קלאַסיש־טרענירטע פֿידלערין. זי האָט זיך אָנגעהויבן צו אינטערעסירן מיט קלעזמער־מוזיק ערשט נאָך דעם ווי איר טאָכטער איז געבוירן געוואָרן. דעמאָלט האָט זי געטראַכט וועגן דער ייִדישער מוזיקאַלישער ירושה, מיט וועלכער זי איז אויפֿגעוואַקסן. אין דער זעלביקער צײַט האָט זי אויסגעפֿרעגט איר טאַטן וועגן דער משפּחה־געשיכטע, און אויסגעפֿונען, אַז דאָס שטעטל "ניזשני ווערעצקי" ליגט בײַם באַרג־דורכגאַנג וואָס מע רופֿט "דער ווערעצקי דורכגאַנג" ["פּאַס" אויף ענגליש] און נאָך דעם אָרט הייסט די גרופּע. זי האָט אויך אויסגעפֿונען, אַז בײַ די אַמאָליקע בראָנקסער שׂימחות פֿון די ווערעצקער לאַנדסלײַט פֿלעגן שפּילן די קלעזמער־לעגענדעס דייוו טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן — אַ פֿאַבינדונג, הייסט עס, צווישן איר משפּחה און דער ייִדישער פֿאָלקמוזיק. סטו בראָטמאַן שפּילט שוין קלעזמער־ און מיזרח־אייראָפּעיִשע פֿאָלקמוזיק פֿערציק יאָר. איידער דער באַגריף פֿון "אַ נײַער קלעזמער־באַוועגונג" איז אויפֿגעקומען איז שוין בראָטמאַן געווען אַ מומחה פֿון דעם. אין די 1960ער און 1970ער יאָרן האָט ער פֿאַרבראַכט אין רומענישע און באַלקאַנישע דערפֿער און אין לאָס־אַנדזשעלעס געשפּילט גריכישע מוזיק אין רעסטאָראַנען און דער איינציקער נישט־גריך אינעם אָרקעסטער. ווען איינע פֿון די ערשטע קאַפּעליעס האָט זיך פֿאָרמירט אין מיטן פֿון די 1980ער יאָרן — "בראַווע אַלטע וועלט" — איז ער געוואָרן דאָרט דער באַסיסט. דזשאַש האָראָוויץ באַמיט זיך אויפֿצוכאַפּן די אַמאָליקע קלאַנגען פּונקט ווי מע וואָלט זיי געקענט הערן מיט 150 יאָר צוריק. ער שפּילט אויף אַלטע אינסטרומענטן געמאַכט אין יענער תּקופֿה, סײַ צימבל, סײַ האַרמאָניע. ער איז אויך אַ טעאָרעטיקער פֿון מוזיק, אַ לעקטאָר, און איז פֿון די איינציקע מוזיקער, וואָס קען לערנען וועגן דער טעאָריע פֿון קלעזמער־מוזיק אויף אַ הויכן ניוואָ. זײַן אַנדערע קאַפּעליע — "בודעוויץ" — וואָס שפּילט אויך אין דעם אַלטן סטיל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט ער געגרינדעט אין די 1990ער יאָרן. די מעלאָדיעס וואָס מע הערט אין זייער קאָמפּאַקטל פֿון 2004 אונטערן נאָמען "ווערעצקי פּאַס", שטאַמען טאַקע פֿון דער געגנט לעבן דעם ווערעצקי באַרג־דורכגאַנג, וואָס איז געווען אַ וויכטיקער וועג אין די קאַרפּאַטן, פֿול מיט דער מוזיק פֿון פֿאַרשיידענע שכנותדיקע פֿעלקער — אוקראַיִנער, רומענער, און ייִדן, פֿאַרשטייט זיך. ספּעציעל שיין שפּילן זיי אינסטרומענטאַלע אַראַנזשירונגען פֿון צוויי ייִדישע פֿאָלקסלידער — "פּאַפּיר איז דאָך ווײַס" און "איך ליג הינטער גראַטעס" (אַ גנבֿים־ליד).
פֿאַר אַ יאָרן האָט די גרופּע אָנגעהויבן אַ נײַעם פּראָיעקט, וואָס הייסט "די קלעזמער־שיל". סטו בראָטמאַן האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע פֿון אַן אָרגאַניזאַציע אין סאַן־פֿראַנציסקאָ צו שרײַבן אַ קאָמפּאָזיציע פֿאַרן דאַוונען אין שיל, אינספּירירט פֿון די קלעזמער־שילן אין מיזרח־אייראָפּע. (פּונקט ווי עס זענען געווען שנײַדער־שילן און שוסטער־שילן, זענען אויך געווען קלעזמער־שילן). דעם 16טן יולי וועט "ווערעצקי־פּאַס" אויפֿטרעטן מיט דער פּראָגראַם אינעם "נאַציאָנאַלן ייִדישן ביכער־צענטער" אין אַמהערסט. נאָך אַן אויסגעצייכנטע קאַפּעליע האָט אין 2006 אין ענגלאַנד רעקאָרדירט איר קאָמפּאַקטל — "אינטימע האָפֿענונגען און מוראס" — און הייסן הייסט זי נאָך איר קאַפּעלמײַסטער — "די מערלין שעפּהערד־קאַפּעליע". מערלין שעפּהערד, אַ קלאַרנעטיסט און לאַנג־יאָריקער לערער אין "קלעזקעמפּ", האָט צונויפֿגעשטעלט אַ גרופּע מיט ערשט־קלאַסיקע מוזיקער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס ער האָט מיט זיי זיך באַקענט אויף די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן פֿון קיִעוו און פּעטערבורג צווישן זיי, די פֿיר פֿידלער: סטאַש רײַקאָ, מאַרק קאָוונאַצקי, וולאַדימיר גויכמאַן און אַלעקסיי ראָזאָוו. זײַן פֿרוי פּאָלינאַ שעפּהערד שפּילט אויף דער פּיאַנע און איז באַקאַנט ווי די גרינדערין פֿון דער וואָקאַלער גרופּע "אַשכּנזים". ווי אַ מאַן און פֿרוי־דועט, טרעטן זיי ביידע אויף אין אַן אינטערעסאַנטן פּראָיעקט וואָס הייסט "קלאַנג און ליכט", אין וועלכן זיי באַגלייטן אַלטע ייִדישע שטומפֿילמען. http://www.polinashepherd.co.uk/soundLight.html אין זײַן קאָמפּאַקטל האָט שעפּהערד מיט דער קאַפּעליע פֿאַרשריבן בלויז אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס. דאָס ווערק האָט ער אַנטוויקלט ווײַל, ווי אַ לערער אין "קלעזקעמפּ", האָט ער געוואָלט מיט זײַנע סטודענטן לערנען סײַ טראַדיציאָנעלע שטיקלעך, סײַ נײַערע שאַפֿונגען. "צוליב דעם, האָב איך באַשלאָסן, אַז דער בעסטער צוגאַנג וואָלט געווען צו שאַפֿן מײַנע אייגענע מעלאָדיעס אינעם סטיל פֿון די אַלטע מעלאָדיעס, צוצוגעבן כּוח צו דער טראַדיציע." עס איז אים טאַקע געלונגען צו דערגרייכן דעם ציל. די רעקאָרדירונג, קלינגט סײַ אַלט־מאָדיש, סײַ שפּאָגל נײַ. שעפּהערד גלאַנצט ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר וואָס פֿאַרשטייט ביידע וועלטן און צײַטן, און מיט דער צײַט — זענען מיר זיכער — וועלן זײַנע מעלאָדיעס ווערן אײַנגעוואָרצלט אינעם רעפּערטואַר פֿון אַנדערע קאַפּעליעס. |