אויף דער לעצטער קאָנפֿערענץ בײַ דער "יו־ען", געווידמעט דער נוקלעאַרער אַנטוואָפֿענונג, האָט די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין, הילאַרי קלינטאָן, צוגעזאָגט, אַז אַמעריקע וועט טאָן אַלץ, כּדי צו מאַכן ריין דעם מיטעלן מיזרח פֿון נוקלעאַרן געווער. אויפֿן שׂכל וואָלט זיך געדאַרפֿט לייגן, אַז געמיינט האָט מען דאָ, קודם־כּל, די נוקלעאַרע אַמביציעס פֿון איראַן; בפֿרט, נאָך דער מיליטאַנטישער און פּראָוואָקאַטיווער רעדע פֿונעם איראַנישן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד.
ווי באַוווּסט, גייט שוין אָן דער סיכסוך וועגן דער נוקלעאַרער באַוואָפֿענונג פֿון איראַן עטלעכע יאָר. קיין שום רעזולטאַטן זעט מען דאָ נישט — סײַדן, טעהעראַן איז נאָך ווײַטער אַוועק אין אירע פּראָיעקטן צו שאַפֿן דאָס טייטלעכע געווער, מיט וועלכן זי סטראַשעט, ראשית־כּל, "אָפּווישן פֿון דער וועלט־מאַפּע ישׂראל".
ווי אַזוי זשע האָט פֿאַרטײַטשט דעם זאָג פֿון דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע פֿאַר נוקלעאַרן קאָנטראָל? אַרויסווײַזנדיק איר פֿולע אומבאַהאָלפֿנקייט במשך פֿון די לעצטע יאָרן עפּעס אויסצוקלאָרן וועגן די נוקלעאַרע צוגרייטונגען אין איראַן, האָט דער נײַער גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, יוקיאַ אַמאַנאָ, באַלד זיך געווענדט צו דער ישׂראל־רעגירונג זי זאָל זיך אָנשליסן אינעם אָפּמאַך פֿון ניט־פֿאַרשפּרייטן נוקלעאַר געווער און דערלויבן די אינספּעקטאָרן פֿון זײַן אָרגאַניזאַציע צו באַזוכן ישׂראלס נוקלעאַרע אָביעקטן.
נאָך מער: דעם 7טן יוני וויל די אינטערנאַציאָנאַלע נוקלעאַרע אָרגאַניזאַציע שוין צונויפֿרופֿן אַן אַסיפֿה צו באַהאַנדלען די נוקלעאַרע פּראָגראַם פֿון ישׂראל.
מיר ווייסן, אַז ישׂראל, ווען עס קומט צו דער פֿראַגע, צי זי האָט טאַקע נוקלעאַר געווער, מאַכט זיך כּלא־ידע: נישט זי לייקנט עס אָפּ און נישט זי באַשטעטיקט עס. אַזאַ פּאַרווע פּאָזיציע האָט זיך געצויגן לאַנגע יאָרן, ביז ישׂראל האָט נישט אָנגעהויבן פֿאָדערן אײַנצוצוימען די אַפּעטיטן פֿון די איראַנישע פֿאַנאַטיקער. האָט מען דעם זעלבן שטעקן, וואָס דער מערבֿ האָט געזאָלט לאָזן אין גאַנג קעגן איראַן, געלאָזט קעגן ישׂראל.
איצט שטעלט זיך די פֿראַגע: צי איז בכלל מאָראַליש צו צעטיילן די וועלט אויף לענדער, וואָס האָבן יאָ רעכט צו האָבן נוקלעאַר געווער און אויף לענדער, וואָס האָבן נישט אַזאַ רעכט? צו באַרעכטיקן דעם מאָראַלישן פּרינציפּ אין די אויגן פֿון די וואָס האָבן עס, נעבעך, נישט, איז צוגעטראַכט געוואָרן די טעאָריע, אַז די לענדער פֿונעם "נוקלעאַרן קלוב" האָבן אַזאַ געווער נישט דווקא ווײַל זיי ווילן עס האָבן, נאָר ווײַל זיי מוזן עס האָבן! אַנדערש וועט דער שלום־באַלאַנס אין דער וועלט צעשטערט ווערן.
צוליב אָנצוהאַלטן אַזאַ "באַלאַנס" האָט מען פֿאַרמאַכט די אויגן, ווען סײַ אינדיע און סײַ פּאַקיסטאַן, וואָס געפֿינען זיך כּסדר אין אָנגעצויגענע באַציִונגען, האָבן געשאַפֿן זייערע אייגענע אַטאָם־באָמבעס. דעם זעלבן תּירוץ האָט צפֿון־קאָרעע — צו פֿאַרשטאַרקן איר "באַלאַנס" אינעם ראַיאָן קעגן דרום־קאָרעע, וואָס הינטער אירע פּלייצעס שטייט אַמעריקע.
וואָס איז די איצטיקע מאָטיוואַציע פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע פֿון נוקלעאַרן קאָנטראָל? זי טענהט, אַז איראַן, סיריע און עגיפּטן שטרעבן אויך צו האָבן זייערע אייגענע באָמבעס, כּדי זיך קאָנען קעגנצושטעלן ישׂראל. דערפֿאַר דאַרף ישׂראל זיך אָפּזאָגן פֿון איר נוקלעאַרער פּראָגראַם. צי וועט אָבער די טעהעראַנישע רעגירונג פֿון די אַיאַטאָלאַס, וועלכע שטיצט מיט געווער "כאַמאַס" און "כעזבאָלאַ", אָפּשטעלן איר מיליטאַנטישע אויסזיכטן צו שאַפֿן אַ באָמבע קעגן ישׂראל?
דער באַשלוס פֿון אַמעריקע, רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און כינע — די פֿינף שטענדיקע מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען", צו שטיצן דעם פּראָיעקט פֿון דענוקלעאַריזירן דעם מיטעלן מיזרח איז אַרויסגערופֿן געוואָרן מער צוליב זייער אומבאַהאָלפֿנקייט צו קומען צו אַ לייזונג וועגן איראַן; האָט מען זיך גענומען צו ישׂראל. יעדנפֿאַלס, מיט ישׂראל קאָן מען רעדן. אויף ישׂראל קאָן מען דריקן. קעגן ישׂראל קאָן מען גיכער אָננעמען אַן איינשטימיקן באַשלוס.
די פּראָבלעם אָבער מיט דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם בלײַבט סײַ ווי שטעקן נישט געלייזט. אַדרבה, די מערבֿ־לענדער האָבן זיך שוין שטיל אונטערגעגעבן דעם געדאַנק, אַז איראַן וועט האָבן אַזאַ געווער. אויף אַ קול אָבער זאָגט מען, אַז מע מע פֿירט ווײַטער דעם "קאַמף פֿאַר שלום". צוליב דעם טראַכט מען אויס שיינע טעאָריעס וועגן "מאַכן ריין דעם מיטעלן מיזרח פֿון נוקלעאַר געווער", אָדער נאָך מער — אין גאַנצן באַפֿרײַען די וועלט פֿון נוקלעאַרן געווער.
צי וועט עס אַמעריקע טאָן? צי וועט רוסלאַנד אויף דעם אײַנגיין? וועט פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד און כינע זיך פֿרײַוויליק אָפּזאָגן פֿון דעם? שוין אָפּגערעדט פֿון אינדיע, פּאַקיסטאַן און צפֿון־קאָרעע...
אַ שיינע אוטאָפּישע טעאָריע, אָבער פֿאַר וואָס דאַרף ישׂראל פֿאַלן פֿון איר אַ קרבן?