צו זײַן 90סטן יאָרצײַט
וועגן ש. אַנ־סקי, דער פּען־נאָמען פֿון שלמה־זײַנוול ראַפּאַפּאָרט, האָבן מיר געשריבן עטלעכע מאָל; איין מאָל וועגן זײַן 60סטן יאָרצײַט און דער ייִוואָ־אויסשטעלונג, געווידמעט צו אים. די אויסשטעלונג מיט קאַטאַלאָגן אין ייִדיש און ענגליש האָב איך דעמאָלט צוגעגרייט, אונטער דער השגחה פֿון מאַרעק וועב, דעם דעמאָלטיקן הויפּט פֿון ייִוואָ־אַרכיוו. די אויסשטעלונג האָט געוויזן אינטערעסאַנטע בריוו פֿון אַנ־סקין, וואָס האָבן זיך אויפֿגעהיט אין ייִוואָ, צו זײַן יוגנט־חבֿר ד״ר חיים זשיטלאָווסקין, צו ש. ניגער און צו י. ל. פּרץ און אַנדערע דאָקומענטן וועגן זײַן לעבן און שאַפֿונג.
אַנ־סקיס לעבן רעפֿלעקטירט זײַנע פֿאַרדינסטן ווי אַן עטנאָגראַף, ווי אַ דראַמאַטורג און ווי אַ דיכטער און שרײַבער. ער איז געווען דער אָנפֿירער פֿון דער ערשטער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע צו 66 שטעט און שטעטלעך אין וואָלין און פּאָדאָליע אין די יאָרן 1912—1914. די עקספּעדיציע־גרופּע האָט דעמאָלט צונויפֿגעקליבן טויזנטער איינסן: חפֿצים, פּינקסים, פֿאָטאָגראַפֿיעס, לידער, לעגענדעס, מעשׂיות. אַ טייל פֿון דעם האָט באַשריבן אַ. רעכטמאַן, אַ מיטגליד פֿון דער עקספּעדיציע, וועגן די לעגענדעס, די סינאַגאָגעס וואָס זיי האָבן געקליבן פֿאַר דער עקספּעדיציע. אַ טייל לידער האָט מען אין די לעצטע יאָרן נאָך אַ מאָל איבעררעקאָרדירט אין דער ווערנאַדסקי־ביבליאָטעק אין קיִעוו. מיישקע אַלפּערט האָט רעקאָרדירט די לידער. די חפֿצים האָט מען עטלעכע מאָל געוויזן אויף אויסשטעלונגען אין פֿאַרשיידענע לענדער. מען האָט געמאַכט אויספֿלוגן אויף די טריט פֿון דער עקספּעדיציע, נאָכפֿאָלגן די זעלבע ערטער וואָס די עקספּעדיציע האָט באַזוכט.
ס׳איז געווען איינע פֿון די הויכפּונקטן אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק. אַנ־סקי האָט געשאַפֿן, אויפֿן סמך פֿון זײַנע איבערלעבונגען און באַגעגענישן בעת דער עקספּעדיציע, זײַן קרוינווערק "דער דיבוק". ער האָט שפּעטער אויך געשאַפֿן זײַן אַרומנעמיקן פֿרעגבויגן פֿון איבער צוויי טויזנט פֿראַגעס וועגן דעם מענטשנס לעבן, וואָס איז אַ מוסטער פֿאַר אינטערוויוערס און פֿאָרשערס.
דער צווייטער גרויסער, אפֿשר דער גרעסטער, אויפֿטו פֿון אַנ־סקין איז זײַן פּיעסע "דער דיבוק", וואָס ער האָט געשריבן אין 1914. די אָריגינעלע פּיעסע איז געקליידט אין אַ מיסטעריע. דער ייִדישער אָריגינאַל איז פֿאַרלוירן געגאַנגען, נאָר ביאַליקס העברעיִשע איבערזעצונג האָט זיך געראַטעוועט, און איז צוריק איבערגעזעצט געוואָרן אויף ייִדיש. ס׳איז אויך פֿאַראַן אַ חשד, אַז אַנ־סקי האָט די פּיעסע, לכתּחילה, געשריבן אויף רוסיש. ווי עס זאָל נישט זײַן, איז "דער דיבוק" געוואָרן איינע פֿון די סאַמע באַרימטסטע פּיעסעס פֿון ייִדישן טעאַטער, איבערגעזעצט און געשפּילט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן און אין פֿאַרשיידענע לענדער. די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין 1920 צו די שלושים פֿון אַנ־סקיס טויט, געשפּילט פֿון דער "ווילנער טרופּע" אונטער דער דירעקציע פֿון דוד הערמאַן. אין 1922 האָט דער "הבימה"־טעאַטער עס אויפֿגעפֿירט אין מאָסקווע, אויף העברעיִש, אונטער דער דירעקציע פֿון יעווגעני וואַכטאַנגאָוון, מיט יואל ענגעלס מוזיק. דער באַרימטער רעזשיסאָר סטאַניסלאַווסקי האָט פֿאָרגעלייגט אַרײַנפֿירן די ראָלע פֿון דעם משולח אין דער שפּיל. עס איז שפּעטער געוואָרן אַ פֿילם, אַ טעלעוויזיע־פֿאָרשטעלונג, אַ באַלעט, אַ סוויטע און דרײַ אָפּערעס. הײַיאָר, צו באַצייכענען דעם 90סטן יאָרצײַט פֿון אַנ־סקין, וועט די "פֿאָלקסבינע" פּרעזענטירן אַ פֿאָרלייענונג פֿון דער פּיעסע.
אַ דריטער געביט פֿון אַנ־סקיס אינטערעס — פֿון אַ קלענערער וויכטיקייט — איז געווען זײַן דיכטונג, וואָס האָט זיך אָפּגעגעבן מיט סאָציאַלע מאָטיוון, מיט וועלכע ער איז געווען פֿאַרבונדן אַ טייל פֿון זײַן לעבן. זײַנע לידער זײַנען געוואָרן פֿאַרשפּרייט און מען האָט זיי געזונגען. צוויי לידער, געשאַפֿן אין 1902 זײַנען געוואָרן ספּעציעל פּאָפּולער: איינס "די שבֿועה — ברידער און שוועסטער פֿון אַרבעט און נויט" — איז געוואָרן דער הימען פֿון בונד:
מיר ברענגען די ערשטע סטראָפֿע פֿונעם ליד:
ברידער און שוועסטער פֿון אַרבעט און נויט,
אַלע וואָס זײַנען צעזייט און צעשפּרייט, —
צוזאַמען! צוזאַמען! די פֿאָנע איז גרייט,
זי פֿלאַטערט פֿון צאָרן, פֿון בלוט איז זי רויט!
צום שבֿועה! צום שבֿועה אויף לעבן און טויט!
דאָס צווייטע ליד — "צום בונד, אין זאַלציקן ים פֿון די מענטשלעכע טרערן" — איז אויך געוואָרן זייער פֿאַרשפּרייט. ער האָט געשאַפֿן נאָך לידער וואָס מע האָט געזונגען, ווי "דער שנײַדער", וואָס מיר האָבן עס געהערט זינגען פֿון עמיל האָראָוועץ, בען באָנוס און נחמה ליפֿשיץ.
דער שנײַדער
די שטוב איז קליין, די שטוב איז אַלט,
אין יעדן ווינקל מיסט און קויט.
ס׳איז פֿינצטער, אומעטיק און קאַלט,
אַ קראַנקער שנײַדער זיצט און נייט.
דער שנײַדער נייט,
די נאָדל גייט,
דער מוח דרייט,
ס׳איז גרויס די נויט,
ניטאָ קיין ברויט, ניטאָ קיין ברויט.
דאָס פּנים געל, פֿאַרצאָגט, פֿאַרטראַכט,
די נאָדל רודערט טאָג און נאַכט.
פֿון צײַט צו צײַט אַ פּוסטער הוסט
האַלט אויף די האַנט, רײַסט אויף די ברוסט.
דער שנײַדער נייט...
אין שטוב איז אומעטיק און פּוסט,
פֿון וויג אַ זיפֿץ, פֿון בעט אַ הוסט,
אַ קליינער לעמפּל ברענט זיך שוואַך,
אַ דראָבנער רעגן קלאַפּט אין דאַך.
דער שנײַדער נייט...
"וואָס טוסטו, שנײַדער, אויף דער וועלט?"
"איך לעב"... — אַ שוידערלעכע קעלט
נעמט אָן בײַם האַרץ, פֿאַרפֿלוכטע נויט!
אַז דאָס הייסט ל ע ב ן, וואָס איז טויט?
דער שנײַדער נייט...
אַ צווייט ליד פֿון אַנ־סקין, וואָס מיר האָבן געזונגען אין דער ייִדישער שול, איז געווען "דאָס עמיגראַנטן־ליד":
עמיגראַנטן־ליד
מיר וואַנדערן, מיר וואַנדערן
פֿון איין לאַנד אין דעם אַנדערן,
דורך הונגער און דורך קעלט,
פֿאַרוואָגלטע פֿאַרביטערטע,
פֿאַריאָמערטע, צעציטערטע,
מיר, גרים פֿון דער וועלט!
אין אונטערשטראָם פֿאַרלאָרענע,
אָן היים און לאַנד געבאָרענע,
אָן הויז און אָן געצעלט,
פֿון אַלעמען געשלאָגענע,
פֿון שטורעמווינט געטראָגענע,
מיר גרים פֿון דער וועלט.
פֿון גלות טויזנטיאָריקן,
פֿון נײַעם און אַמאָליקן,
האָט אונדז זיך אָפּגעשטעלט,
אַ רײַכטום גאָר אַן אַנדערער, —
אַ כּוח פֿון אַ וואַנדערער,
וואָס גייט אום אין דער וועלט.
אַ גרויסן אוצר טראָגן מיר,
אַ שטאַרקע מאַכט פֿאַרמאָגן מיר,
שטאַט אַלץ דעם וואָס אונדז פֿעלט.
מיר טראָגן זוימען אייביקע,
פֿון הייליקע, פֿון גלייביקע,
צו זייען אויף דער וועלט.
מיר טראָגן קראַפֿט אין אַרבעטסהאַנט,
פֿון פֿעלדזנשטיין אַ ווידערשטאַנד
און גבֿורה פֿון אַ העלד.
מיר טראָגן אין דער אַרבעטסגאַס
דורך פֿײַער, בלוט און מענטשנהאַס
אַ קומענדיקע וועלט!
אַ נײַע וועלט, אַ גרעסערע,
אַ שענערע, אַ בעסערע
וועט ווערן אויפֿגעשטעלט.
מיר בויען זי מיט אונדזער מוט,
מיט אונדזער גײַסט, מיט אונדזער בלוט,
מיר בירגער פֿון דער וועלט!
אַנ־סקי איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה נאָענט צו די קבֿרים פֿון י. ל. פּרץ און יעקבֿ דינעזאָן. איבער די דרײַ שרײַבערס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דער אוהל־פּרץ אין 1925, וואָס געפֿינט זיך ביז הײַנט צו טאָג אויף דעם בית־עולם אויף דער גענשע־גאַס אין וואַרשע. זײַן אָרט אין דעם היכל פֿון שאַפֿערס פֿון דער ייִדישער קולטור איז פֿאַראייביקט אויף שטענדיק.