ביאָגראַפֿיעס
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


קורץ פֿאַרן סוף פֿון 18טן יאָרהונדערט דערשײַנט רחל, די טאָכטער פֿון ייִדישן עושר, אין צענטער פֿון גײַסטיקן בערלין. ווער איז געווען רחל לעווין? אָט שרײַבט זי: אַ "ייִדישקע אָן פֿיזישן רייץ, אַ פֿרוי מיט גײַסטיקע צרות"; מיט ליידן, מחמת איר לעבן אין אַ לאַנד פֿון אומגלײַכהייט און שׂינאה. מענטשן פֿון איר צײַט האָבן זי באַוווּנדערט; זי באַטראַכט, פֿאַר אַ פֿרויען־זשעני.
הײַנריך הײַנע האָט פּראָקלאַמירט, אַז זי איז "די גײַסטרײַכסטע פֿרוי פֿון אוניווערס!"
רחל האָט געקעמפֿט פֿאַר עמאַנציפּאַציע פֿון דער פֿרוי, פֿאַר פֿרײַהייט און גלײַכהייט פֿון מענטשן אָן אונטערשייד פֿון אָפּשטאַם, "אָן טוישן דעם רעליגיעזן שילד, אָן זיך צו ‘לעגיטימירן’ און ‘צופּאַסן’ זיך צום כּלל" (אירע רייד). אַן עדות פֿון איר אומדערמידלעכן קאַמף און גײַסטיקן כּוח איז איר עפּיסטאָלאַרע ליטעראַטור, די קאָלאָסאַלע צאָל בריוו (זעקס טויזנט); אירע טאָגביכער און אַפֿאָריזמען, געשריבן אין אַ סטיל באַוווּנדערט פֿון אַלע קריטיקער, מיט געטהע בתוכם. נאָך היטלערס מפּלה האָט דער בערלינער שטאָטראַט אָנגעקלאַפּט אַן אָנדענק־טאָוול אויפֿן הויז פֿון רחלס מאַנסאַדרע וווּ זי האָט געפֿירט אַ געזעלשאַפֿטלעך־ליטעראַרישע טעטיקייט אין גײַסט פֿון לעסינג, שילער און בעטהאָווען מיטן צוועק, אַז "אַלע מענטשן זאָלן ווערן ברידער!" חוץ דעם טאָוול האָט די דײַטשע פּאָסט אַרויסגעלאָזט אַ פּאָסטמאַרקע מיט רחלס בילד אין דער סעריע — "פֿרויען פֿון דער געשיכטע פֿון דײַטשלאַנד". אין די לעצטע יאָרן דערשײַנען ביכער און פֿילמען וועגן רחל לעווין. אַ קאָמפּאָזיטאָר האָט אַפֿילו געשאַפֿן וועגן איר אַ מוזיקאַליש ווערק אויסגעפֿירט אויף אַ פֿעסטיוואַל אין דער שווייץ אין יאָר 2007.
רחלס טאַטע, אַ שטרענג פֿרומער ייִד, איז געווען אַ רײַכער סוחר פֿון צירונג. אין זײַן היים, וואָס ער האָט געפֿירט ייִדיש לויט דעם אַלט־פּאַטריאַרכאַלישן שטייגער, איז זײַן וואָרט געווען אַ געזעץ. רחלס מאַמע, די קינדער, קיינער האָט נישט געוואַגט אים זיך קעגנצושטעלן... זײַנע ייִנגלעך האָבן געלערנט תּורה; זײַנע צוויי מיידלעך האָט ער פֿאַרזאָרגט צו קענען אַרײַנקוקן אין אַ סידור. לויט אים איז דאָס געווען גענוג און גענוג! מוחל די אַלע גוייִשע "תּורות". פֿון משה מענדעלסאָנס דעות האָט ער נישט געהאַלטן. ער איז אים געווען אַ דם־שׂונא! און דאָס פֿירעכץ פֿון די ייִדישע עשירים, דאָס אַרומכאַפּן זיך מיט די גויים, האָט אים געשטאָכן אין די אויגן; הער נאָר די גדולה וואָס זיי האָט דאָ געטראָפֿן, די נאַרישע ייִדעלעך... מען זיצט מיט די גויים בײַ אַ כּיבוד אין די רײַכע סאַלאָנען און מען טענהט וועגן סופֿרים און פֿילאָסאָפֿן. און זאָל נאָר אַזאַ ייִדל הערן אַ גוט וואָרט פֿון אַ גוי, אַ שמייכל זען אויף זײַן פּנים — נו, מאַ! דאָ זענען די שוטים אין זיבעטן הימל! אַ גליק האָט זיי באַטראַסקעט... און די קינדער זייערע, ווי די עשירים, טוען דאָס דערציִען אָן אַ וואָרט ייִדישקייט. מען האַלט בײַ זיך גוייִשע לערערס, אָדער גאָר ייִדן־שמדניקעס, און זיי באַלעסטיקן די קינדערישע קעפּלעך מיט פֿאַרשיידענע לערעכצער, מיט לערנען פֿרעמדע שפּראַכן; לערנען זיי באָמבלען אויף אַ כּלי וואָס זיי רופֿן — פּיאַנע. נו? קאָן דערפֿון אַרויסקומען עפּעס גוטס? מיט די אייגענע הענט טוען זיי דאָך פֿירן די קינדער צום שמד! מיט אַזאַ פֿירעכץ, מיינען די רײַכע שוטים, קאָן מען ברענגען אַ ישועה פֿאַר ייִדן... זעען זיי דען נישט, אַז די גאַס איז פֿול מיט שׂינאת־ישׂראל? — די אַנטיסעמיטן שלאָפֿן נישט...
רחל, זעט איר, איז מיטן טאַטנס דעות נישט מסכּים געווען. מיט קינאה האָט זי געקוקט אויף הענריעטע הערץ, אויף די טעכטער פֿון משה מענדעלסאָן; זיי זענען דאָס אַ ביסל געלערנט! זיי לייענען ביכער, רעדן פֿרעמדע שפּראַכן, שפּילן פּיאַנע! זיי זענען מאָדערנע פֿרויען: פֿאַרברענגען מיט מענטשן פֿון גײַסט. נו, מאַ! — זיי האָבן טאַטעס פֿון אַ צווייטן שניט. גאַנץ פֿרי איז רחל געקומען צום שׂכל, אַז בײַ איר טאַטן וועט זי קיין טראָפּן גליק נישט דערלעבן. זי האָט מקנא געווען הענריעטע, וועלכע האָט חתונה געהאַט מיט איר געליבטן, מאַרקוס הערץ. זי וועט צו דעם נישט זוכה זײַן. איר וועט דער טאַטע אונטעררוקן אַ מאַן און בײַ אים וועט זי אָפּפֿינצטערן אַ לעבן ווי איר מאַמע...
אין האַרץ פֿון אונטערגעוואַקסענעם מיידל האָט געקאָכט אַ פֿײַער פֿון רעוואָלט! מילא — דאָס גליק פֿון בילדונג האָט זי פֿאַרלוירן, אָבער אַ בוך מוז זי אומבאַדינג קאָנען לייענען. הכּלל: בשתּיקה, דער טאַטע זאָל חלילה נישט וויסן, האָט זי, מיט דער הילף פֿון אירע חבֿרטעס, זיך אויסגעלערנט לייענען און שרײַבן. און אויפֿן בוידעמשטיבל אין זייער הויז האָט רחל מיט דאָרשט גענומען שלינגען ביכער!
ווען דער טאַטע איז געשטאָרבן איז די 18־יאָריקע רחל, די עלטסטע פֿון אירע שוועסטער און ברידער, געוואָרן זייער דערציִערין, לויט איר פֿאַרשטאַנד. יאָ, לאָמיר באַמערקן: פֿאַרן טויט האָט רחלס טאַטע פֿאַרזאָרגט די מאַמע און דאָס רעשט פֿאַרמעגן צעטיילט צווישן די זין. די צוויי מיידלעך, האָט ער באַשלאָסן, דאַרפֿן טאָן אַ שידוך און חתונה האָבן. הענריעטע הערץ שרײַבט אין אירע זכרונות, אַז רחל האָט פֿאַרמאָגט אַ פֿילבאַר האַרץ; אין האַרץ האָט אָבער געשטעקט אַ געפֿיל פֿון אומגליק צו לעבן אין אַן אָפּגעזונדערטן געטאָ, ווי פּאַריאַס, ווי אַ מינדערווערטיקער נפֿש. פֿון אירע ייִנגסטע יאָרן שטרעבט רחל צו גליק, זײַן אַ מענטש מיט אַלע מענטשן גלײַך. איז דאָך די מעשׂה — דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט... אין יאָרן אַרום וועט רחל שרײַבן: "גלײַך בײַם געבורט האָט אין מיר אַן אומנאַטירלעכער כּוח, ווי מיט אַ שטילער האַנט, פֿאַרקריצט — דו וועסט רײַף זײַן צו באַקענען די וועלט; דו טאָרסט אָבער נישט פֿאַרגעסן, אַז דו ביסט אַ ייִדישקע! אייביק וועסטו דאַרפֿן ‘זיך צופּאַסן’. דו וועסט אייביק פֿילן אַ מין אומווערטיקייט". הכּלל, אין דער 20־יאָריקער רחל פֿײַערט אַ פֿלאַקער: "איך וועל אין לעבן נישט אָנערקענען, אַז איך בין אַ מינדערווערטיקער נפֿש, ווײַל כ’בין אַ ייִדישקע!" הקיצור, די דראַמע פֿון דער ייִדישער פֿרוי רחל נעמט זיך פֿאַרטיפֿן...
זינט אַ יונגן עלטער טוט רחל פֿאַרברענגען אין סאַלאָן פֿון הענריעטע הערץ: זי איז אַקטיוו אין די דעבאַטן און מאַכט אַ רושם אויף די אָנוועזנדיקע אינטעלעקטואַלן. איר אופֿן פֿון באַהאַנדלען פּראָבלעמען, איר אַרט אָפּצושאַצן ביכער האָט איבערראַשט. די באַלעזענע רחל, די דידאַקטיש־געבילדעטע יונגע פֿרוי, האָט אַרויסגערופֿן שטוינונג. דאָס אינטעלעקטועלע יונגוואַרג אין סאַלאָן האָט שוין געזוכט נענטער צו ווערן מיטן ייִדישן מיידל. און, אַז די נאָענטקייט האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿרײַנדשאַפֿט, האָט די יונגע רחל באַשלאָסן, אַז זי נעמט און עפֿנט אין איר בוידעם־שטיבל אַ "מאַנסאַרדע־סאַלאָן".
בײַ די ייִדישע עשירים פֿלעגט מען זיך צונויפֿטרעפֿן אין רײַכע, שיין מעבלירטע זאַלן, און בײַ אַ געשמאַקן כּיבוד, פֿירן שמועסן. אין רחלס אָריגינעלן "מאַנסאַרדע־סאַלאָן" האָט זיך אין אַן ענגשאַפֿט פֿאַרזאַמלט אַ יונגער עולם שרײַבער, פֿילאָסאָפֿן, קינסטלער, אַקטיאָרן — ייִדן און נישט־ייִדן, מענער און פֿרויען — אַפֿילו דער יונגער פּרינץ פֿון דער קעניגלעכער פֿאַמיליע, לויִ פֿערדינאַנד, פֿלעגט אַרויפֿקומען. און אויך בעטהאָווען בײַ אַ באַזוך אין בערלין האָט באַזוכט דעם אָריגינעלן "סאַלאָן". דאָרט האָט אַ יונגער ליבעראַלער עולם, אָן שום כּיבוד באַהאַנדלט גײַסטיקע פּראָבלעמען. אין רחלס "סאַלאָן" האָט זיך אויסקריסטאַליזירט דער קולט פֿון געטהע. דאָרט האָט מען געשמועסט וועגן פֿרײַהייט און גלײַכהייט פֿון אַלע מענטשן אָן אויסנאַם, וועגן עמאַנציפּאַציע פֿון דער פֿרוי. רחלס "מאַנסאַרדע־סאַלאָן" האָט באַקומען אַ שם אין בערלין! מען האָט זיך גענומען צו איר באַציִען מיט רעספּעקט.
דאָס דײַטשע בירגערטום און די אַריסטאָקראַטיע — זיי ווילן פֿון ייִדישן מיידל נישט הערן. עפּעס פּרעדיקט זי גלײַכהייט פֿון פֿרוי און מאַן, וועגן גלײַכהייט צווישן ייִדן און דײַטשן... איר געראַנגל טוט זיי שטעכן אין די אויגן... און, אַז ס׳האָט געטראָפֿן אַז אַ דײַטש־אַריסטאָקראַטישער בחור האָט זיך פֿאַרליבט אין רחלען, האָט זיך שוין געטאָן חושך!!! — די פֿאַמיליע וועט אין לעבן נישט אַקצעפּטירן בײַ זיך אַ ייִדישקע, אַפֿילו אויב זי וועט זיך שמדן! און, ווען אַזאַ פֿאַל האָט זיך איבערגעחזרט אַ פּאָר מאָל — איז שוין דאָס ייִדישע מיידל געוואָרן פֿאַרצווייפֿלט: "זי איז נישט זוכה צו אַ ביסל גליק אין לעבן", שרײַבט זי אין אַ בריוו. "זי איז אומגליקלעך צו לעבן אין אַ סבֿיבֿה פֿון שׂינאה און אומרעכט". זי זוכט אַ לאַנד, וווּ ס’הערשט גלײַכהייט און רעספּעקט פֿאַר יעדן מענטש. זי פֿאָרט קיין פּאַריז, און מיט באַרויִקטע נערוון קומט זי צוריק קיין בערלין און דאָ טרעפֿט זי אַ וויסטן אַנטיסעמיטיזם וואָס באַהערשט פּרײַסן. אין 1806 שליסט רחל איר "מאַנסאַרדע־סאַלאָן". ס’נעמען דערשײַנען דײַטשישע סאַלאָנען וואָס שליסן אויס פֿרויען, ייִדן און פֿראַנצויזן.
ענדלעך, אין די פֿריִע פֿערציקער יאָרן אירע, האָט רחל געפֿונען איר זיווג: זי האָט געטאָן אַ שידוך מיטן ליבעראַלן שרײַבער און דיפּלאָמאַט אויגוסט וואַרנהאַגן פֿאָן ענדע — אַ בחור, ייִנגער פֿאַר איר מיט 14 יאָר... מילא, אויף אַ זיווג פֿרעגט מען נישט קיין קשיאות. אַ זיווג איז אַ הימלזאַך. רחל איז באַשטאַנען אויפֿן שידוך. וואַרנהאַגן האָט נישט געוואָלט הערן די "עצות" פֿון זײַן סבֿיבֿה און רחל איז געוואָרן — מאַדאַם וואַרנהאַגן פֿאָן ענדע (וואָס אַן אמת, בכדי זי זאָל מיט איר זיווג חתונה האָבן האָט זי זיך געמוזט "צופּאַסן" און זי האָט זיך געשמדט. זי וועט אָבער כּסדר דערשײַנען מיט איר ייִדישן נאָמען רחל). וואַרנהאַגן האָט די רחל זײַנע פֿאַרגעטערט און בײַ איר אַ סך געלערנט.
פֿאַר דער קאָנסערוואַטיווער דײַטשישער סבֿיבֿה איז דאָס פּאָרפֿאָלק וואַרנהאַגן — "פֿרעמדע..." זיי ווערן איזאָלירט. הגם זיי האָבן זיך "צוגעפּאַסט", האָט מען זיי אין די "העכערע קרײַזן" אויסגעמיטן.
רחל שרײַבט אין אַ בריוו: "בכדי צו ווערן אַן ‘אויפֿגעקומענע’ קומט צו באַצאָלן מיטן אמת, און לעבן כּסדר ‘פֿאַרשטעלט’. אייביק דאַרף מען זיך ‘גרימירן’, ווי אַקטיאָרן, מען זאָל פֿאַרגעסן דײַן ‘חטא’ אַז דו שטאַמסט פֿון ייִדן". קורץ, רחל בלײַבט די זעלבע רחל, די דראַמע אירע טוט זיך בלויז פֿאַרשאַרפֿן.
נאָך אַ שווערן לעבנס־לאַנגן געראַנגל פֿאַר אַ גערעכטן סדר אין דער מענטשלעכער סבֿיבֿה טוט זיך אין רחלען דערוועקן דער ייִדישער אָדער! אַן איזאָלירטע, עפֿנט רחל אין בערלין איר צווייטן סאַלאָן. אירע געסט זענען, צווישן אַנדערע, העגעל, הײַנע, בעטינאָ פֿאָן ברענטאַנאָ־אָרנים, און אויף ס’נײַ טוט די־אָ פֿאָרגעשריטענע עליטע באַהאַנדלען פּראָבלעמען פֿון פֿרײַהייט און גלײַכהייט פֿאַר יעדן מענטש.
ד״ר נ. סירקין מאַכט אַ סך־הכּל פֿון רחל לעווינס לעבן און שרײַבט: "גענוי ווי הײַנריך הײַנע, שטעקט רחל לעווין טיף אין ייִדישן שטאַם... אין דער אָריגינעל־ייִדישער ווירקלעכקייט, ווי בײַ הײַנע, איז אויך בײַ רחל לעווין איר ייִדיש־נאַציאָנאַל געפֿיל דער לייטמאָטיוו פֿון איר נשמה־דראַמע. ווי הײַנע איז רחל ייִדיש און ראַדיקאַל, זי איז אַ טיף־באַגײַסטערטע נאָכפֿאָלגערין פֿון דעם פֿראַנצויזישן פֿרי־סאָציאַליסטישן דענקער סען־סימאָן (1760—1825). רחל האָט בעסער ווי אַנדערע פֿאַרשטאַנען די ליידן פֿון ייִדישן דיכטער הײַנריך הײַנע".
(ד״ר נ. סירקין "הײַנריך הײַנע — דער טראַגישער ייִדישער דיכטער")
הײַנע, פֿון זײַן זײַט, טוט זיך מודה זײַן, אַז ווי אַ יונגער סטודענט פֿלעגט ער בײַ רחלען אין סאַלאָן זיך פֿילן אַמבעסטן. רחל, "די־אָ גײַסטרײַכע פֿרוי פֿון אוניווערס" האָט אים, מיט איר פֿײַנעם שׂכל, בעסער פֿאַרשטאַנען פֿון אַלע. אין יאָר 1833 נאָכן טויט פֿון רחל האָט הײַנע געשריבן אָט וואָס: "די צײַט איז נאָך נישט געקומען, און זי וועט נישט קומען אַזוי שנעל, איך זאָל דערציילן ווי אין רירנדע שעהען האָט זי זיך פֿאַר מיר מתוודה געווען, דערציילט די ליידן פֿון איר נשמה, זי האָט מיר אַנטפּלעקט איר ייִדישקייט".
רחל לעווין, אַ ליטעראַטין פֿון עפּיסטאָלאַרן כאַראַקטער, דריקט אויס אירע געדאַנקען אין בריוו (זעקס טויזנט בריוו), טאָגביכער און אַפֿאָריזמען. איר סטיל האָט געלויבט אַפֿילו געטהע! אירע שריפֿטן זענען נאָך איר טויט דערשינען אין דרוק און פֿאַרעפֿנטלעכט האָט זיי איר מאַן, וואַרנהאַגן. אַ קאָפּיע פֿון אירע ביכער געפֿינט זיך אין דער מלוכה־ביבליאָטעק אין בערלין. די מאַנוסקריפּטן ווערן געהיט אין דער מלוכיש־יאַגיעלאָנער ביבליאָטעק אין קראָקע.